Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יולי 14, 2014 8:28 am

אקעי, דא בין איך. לאמיר הערן.

Advertisement

מאנטאג יולי 14, 2014 8:32 am

ידיד האט געשריבן:אקעי, דא בין איך. לאמיר הערן.

דיר האב איך שוין געזאגט..

מאנטאג יולי 14, 2014 8:45 am

הערטס מיר צי, איטס אבאוט טיים איר זאלט באקימען אביסל סעלף זיכערקייט, איר שרייבט זייער גיט מיר האבען הנאה פון אייער תגובות דא, אבער נישט אייביג קען מען זיך באדאנקען.
און אז איר ווילט הערען קריטיג, דא האט איר. ביטע נישט אריין ווארפען אינמיטען די תגובה די ? מארקס וכ"ו.
און נאך איין זאך, פראביר זיך צי האלטען צי איין לעינגוויטש, ווען איר שרייבט אידיש האלטרביבי אייך צי אידיש, ווען איר שרייבט ענגליש האלט אייך צי ענגליש.

מאנטאג יולי 14, 2014 8:54 am

להגדיל שמו האט געשריבן:הערטס מיר צי, איטס אבאוט טיים איר זאלט באקימען אביסל סעלף זיכערקייט, איר שרייבט זייער גיט מיר האבען הנאה פון אייער תגובות דא, אבער נישט אייביג קען מען זיך באדאנקען.
און אז איר ווילט הערען קריטיג, דא האט איר. ביטע נישט אריין ווארפען אינמיטען די תגובה די ? מארקס וכ"ו.

א הסבר אויף די ? און וכו'
וואס זאל איך שרייבען במקומם
"איך געדענק ניט"
"איך ווייס ניט צי עס לכבודם"
"איך ווייס ניט ווי פארלעסליך דער מלקט איז"
ווי מער שרייב אלס מער שאנסען אויף TYPOS
===
זעלבסט זיכערקייט ?
איך זאג ניט דעתי ?
===
זיך האלטען צו איין שפראך?
איך וואלט געדארפט שרייבען פאן ? אדער פון ? FUN ווייס איך ווי מען ספעלט
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג יולי 14, 2014 8:59 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יולי 14, 2014 8:57 am

אדער שרייב אזוי: איך האב געהערט פון א יוד אז... אדער שרייבט איך האב געהערט פין א נישט קראנטע מקור.

מאנטאג יולי 14, 2014 8:59 am

אקעי דעטס איט. איך האב נישט ליעב צי שרייבען קריטיג אין די צייט וואס עס איז דא א פעקעל אויף מיך.
בלייבט איבער צי ווארטען אז יענער זאל אריין קימען..

מאנטאג יולי 14, 2014 9:00 am

להגדיל שמו האט געשריבן:אדער שרייב אזוי: איך האב געהערט פון א יוד אז... אדער שרייבט איך האב געהערט פין א נישט קראנטע מקור.

ווי מער שרייב אלס מער שאנסען אויף TYPOS

מאנטאג יולי 14, 2014 9:30 am

הרב קיקיון, שתי תשובות בדבר:

1 - און ווי מער שרייבן (אפילו מיט טייפאוס, אויב מ'לאזט זיך לערנען און מ'מאכט נישט דוקא די טייפאוס...) מאכט אז די טייפאוס זאלן ווערן ווייניגער.

2 - ווי שטארק טייפאוס נערווירן, זענען אבער די אלע מארקס און סימנים אסאך מער נערווירנד, וסימנך זעסט דאך אז קיינער נוצט נישט אזוי סאך די סימנים.

מאנטאג יולי 14, 2014 9:36 am

קנאפער ידען האט געשריבן:הרב קיקיון, שתי תשובות בדבר:

1 - און ווי מער שרייבן (אפילו מיט טייפאוס, אויב מ'לאזט זיך לערנען און מ'מאכט נישט דוקא די טייפאוס...) מאכט אז די טייפאוס זאלן ווערן ווייניגער.

2 - ווי שטארק טייפאוס נערווירן, זענען אבער די אלע מארקס און סימנים אסאך מער נערווירנד, וסימנך זעסט דאך אז קיינער נוצט נישט אזוי סאך די סימנים.

איך האב זיך געזוכט!
די גיבסט מיר א פסק אז איך בין פויל ? גערעכט!

מאנטאג יולי 14, 2014 9:39 am

איך געב נישט קיין פסקים! האסט עפעס געענפערט פארוואס דו לייגסט די אלע מאדנע זאכן, און סאפאזעלי איז עס גאר לתועלת די ליינער ווייל אויב נישט מאכסטו מער טייפאוס. זאג איך דיר זוך דיר א בעסערע תירוץ ווייל אויב מיינסטו אונז זענען די זאכן אסאך מער נערווירנד.

מאנטאג יולי 14, 2014 9:58 am

קנאפער ידען האט געשריבן:איך געב נישט קיין פסקים! האסט עפעס געענפערט פארוואס דו לייגסט די אלע מאדנע זאכן, און סאפאזעלי איז עס גאר לתועלת די ליינער ווייל אויב נישט מאכסטו מער טייפאוס. זאג איך דיר זוך דיר א בעסערע תירוץ ווייל אויב מיינסטו אונז זענען די זאכן אסאך מער נערווירנד.

איך האב דאך מודה געווען אז עס איז פשוט פוילקייט
----

סאפאזעלי
עס וועט נאך כאפען פון להגדיל
פראביר זיך צי האלטען צי איין לעינגוויטש

שרייבסט וועגען נערווירנד
מיר איז נערווירנד ווען מען ניצט ענגלישע ווערטער אומריכטיג
ביסט פויל טראכטען א סעקונדע ווי אזוי זאלסט עס שרייבען אויף אידיש מ'שטיינס געזאגט אדער כלומרשט אדער קלאמפערשט אדער אנגעבליך?
אויף ענגליש זאגט מען דאס ווארט SUPPOSEDLY מיט א ד

שרייבען מיט ענגלישע אותיות האט א מעלה ספעל טשעק

מיטוואך יולי 30, 2014 12:01 pm

יעצט געטראפן דעם אשכול, אקעי איך האב קריטיג אויף כמעט יעדן אקטיווען ניק דא אבל אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אלזא איך בין גרייט צו הערן עניטונג (חוץ וועגן די דירות אישו...) קריטיג קאמפלימענטס באמערקונגען הערות אויפמערקונגען זייט נאטיצן אדער סיי וואס אימער איר האלט שוין א לענגרע צייט אויפן צינג וועגן מיר

מיטוואך יולי 30, 2014 9:15 pm

איך בין נישט קיין שרייבער, אלזא נעם איך נישט און איך באקום נישט קיין קריטיק... אבער איך זעה אז קיינער האט נאך נישט געקאמענט אויף "לכתחילה אריבער" מוז איך מיך אנרופען.

חיליק טייערער, די ביסט א שרייבער נפלא! פון די בעסטע וואס אייוועלט פארמאגט!!! די דערהייבסט די "אידישע וועלט"!

דיינע שיינע באשרייבונגען מיט אזויפיל ידיעות פון אידישע היסטארישער קאפיטלען, עניני יהדות, מוסר, און רייכע אויסגעהאלטענע השקפה. וועלטליכע היסטארישע און אקטאילע אנאליזן. ארטיקלען און באשרייבונגען, נייעס, פאליטיקס, וויסענשאפט, פיזיקס און פינאנץ.

יעדע פון דיינע תגובות פאר זיך איז א הערליכע מייסטער ארבעט! דיינע ארטיקלען זענען קלאר, אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט, זייער שיין און מסודר געשריבן. געבסט פונקטליך צו פארשטיין, מען זאל עס קענען גרינג ליינען אין הנאה האבען.

א גרויסן יישר כח אייך חילי! כה לחי!
שרייב א תגובה

Advertisement