Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:23 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:אויב איז דאס א וויץ דאן מעק איך מיין תגובה

כ'מיין עס איז נישט קיין וויץ.... אבער "קאם אן".... ערענסטקייט האט אויך א שיעור....

אקעי, כ'גיי נאר טיפער, כ'סטאפ!!

ערענסט גערעדט, כ'מיין זאלער האט ערענסט געפרעגט.

לעכי דו הערסט אויף...

Advertisement

פרייטאג יולי 04, 2014 10:50 am

נישט האט געשריבן: געדענקט: קריטיק אונלי

די פראבלעם וואס מאכט זיך דא איז, אז כדאי מען זאל קענען זאגען מער קריטיק אויף יענעם, דארף דער שרייבער לינקען צו זיינע געשרייבעכצער אז דער עולם זאל קענען מנתח זיין און שוקל זיין ווי דער שרייבער גייט ריכטיג און ווי ער קען זיך פארבעסערן.

נישט טייערע, דיר קען איך פון אפאר פלעצער, ובפרט פון די אויסגערופענע גראפאלוגיה אשכול, איז וואס איך קען דיר זאגען און וואס אסאך ווילן דיר מסתמא קריטיקירן, אויב דו נעמסט דיך אונטער אזא שיינע פראיעקט, לאז נישט דעם עולם מיט די צינג אינדרויסן, געב א שיעור מער אפטער אז דער עולם זאל קענען שלינגען מיט דארשט. לאז נישט דער עולם דארשטעריג.

קיין קאמפלעמענטן גיי איך דיר נישט געבן, היות דו בעטסט אויסדריקליך נאר קריטיק.

פרייטאג יולי 04, 2014 11:04 am

איך נעם די גאטס צו פרעגן וועגן מיין שרייבן, און ביטע נאר קריטיק! קאמפלימענטן באקום איך גענוג אין אישי. דא האט איר א טיפה מן הים אחת מיני אלף פון מיינע ווערק, נו געגאנגען...

viewtopic.php?p=890179#p890179

viewtopic.php?p=886962#p886962

viewtopic.php?f=31&t=23390&p=886482#p886482

viewtopic.php?p=886396#p886396

פרייטאג יולי 04, 2014 11:12 am

והנה און נון האט געשריבן:איך נעם די גאטס צו פרעגן וועגן מיין שרייבן, און ביטע נאר קריטיק! קאמפלימענטן באקום איך גענוג אין אישי. דא האט איר א טיפה מן הים אחת מיני אלף פון מיינע ווערק, נו געגאנגען...

דו שרייבסט צו קורץ! לערן דיך צו אביסל וויאזוי צו שרייבן מיט מער טעם.

פרייטאג יולי 04, 2014 11:14 am

מתבונן האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:איך נעם די גאטס צו פרעגן וועגן מיין שרייבן, און ביטע נאר קריטיק! קאמפלימענטן באקום איך גענוג אין אישי. דא האט איר א טיפה מן הים אחת מיני אלף פון מיינע ווערק, נו געגאנגען...

דו שרייבסט צו קורץ! לערן דיך צו אביסל וויאזוי צו שרייבן מיט מער טעם.

דו מיינסט עס "ערנסט"??? :grin:

פרייטאג יולי 04, 2014 11:30 am

דו גלייכסט קאנטארווערסיעס און א טשעפע פון מאל צו מאל אויך

פרייטאג יולי 04, 2014 11:31 am

אהא, אקעי

פרייטאג יולי 04, 2014 11:35 am

והנה און נון האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דו גלייכסט קאנטארווערסיעס און א טשעפע פון מאל צו מאל אויך

איך זע מיר קוקן זיך אין שפיגל :oops:

די תגובה איז קאנטראוועשל און א טשעפע אויך…. :lol:

פרייטאג יולי 04, 2014 11:36 am

געלעגער האט געשריבן:זיסע איידיע פון אן אשכול.

זאלער, ווילסט הערן קריטיק? איך גלייך נישט ווען דו פראבירסט צו שרייבן הומעריסטיש אין א ביזנעס תגובה, מ'מייג לייגן ספייס אבער מיט א מאס, ביזנעס איז ביזנעס און ס'דארף זיין מער ערענסט.

נישט מסכים. נאר אזוי וועלן עס מענטשן עכט אינטערנאלייזן.

טאמער קריטיק איז עס אז דו וואלסט געדארפט מאכן אנהייבן מער פון בראשית. דהיינו קודם וואס מיינט א מקח? וואס מיינט מ'ארבייט פאר יענעם? וואס מיינט געלט? וואס מיינט א מארקעט?

די אלע נושאים קומען אסאך מאל ארויס און דער עולם האט א שרעקליכע אומקלארקייט דערין. איך האב שוין אפאר מאל געוואלט אנהייבן צו שרייבן אבער ווי האב איך צייט. זינט דו האסט א דיעל מיטן מלאך הממונה על הטייפינג און א געלונגענע פעדער, וואלט דאס געווען מער נוצליך כדי נישט עובר צו זיין אויפן פסוק נירו לכם ניר ואל תזרעו אל הקוצים. איך פיל אז אסאך אירע דא האבן נישט אזוי נוצן ווי מיר פון דיינע תגובות ווייל ס'פעלט זיי די בעיסיקס.

אלס א פשוטע משל. צו דיינע זאפטיגע לעקציעס וועגן ארבייטער/בעה"ב פעלט א וויכטיגע פריימער אין מייקרא-עקאנאמיקס ווי די יסוד פון יעדע EXCHANGE OF VALUE ווערט מוסבר.

איך האף איך קום ארויס קלאר. ווי זאגט יענער? ודי לחכימא ברמיזא...

פרייטאג יולי 04, 2014 11:37 am

געלעגער האט געשריבן:דו גלייכסט קאנטארווערסיעס און א טשעפע פון מאל צו מאל אויך

OUCH

פרייטאג יולי 04, 2014 11:41 am

זאל ער קומען האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דו גלייכסט קאנטארווערסיעס און א טשעפע פון מאל צו מאל אויך

איך זע מיר קוקן זיך אין שפיגל :oops:

די תגובה איז קאנטראוועשל און א טשעפע אויך…. :lol:

איך האב צוריקגעצויגן דערפון נאך פאר דו האסט עס קוואטירט

פרייטאג יולי 04, 2014 11:41 am

מילכיגער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דו גלייכסט קאנטארווערסיעס און א טשעפע פון מאל צו מאל אויך

OUCH

נעה, איך האב נישט אזעלכע דינע הויט ווי דיר.

פרייטאג יולי 04, 2014 11:47 am

דינע הויט? אויב איינער ווערט געטשעפעט זאל ער זאגן און איך מעק יעדעס ווארט. די אשכול איז פאר אידן וואס גלייכן צו זיין אויפריכטיג און הערן דעם אמת אויב וויל מען דאס נישט זאל מען נישט אריין קומען דא.

ס'איז נישטא וואס צו רעדן, יעדער האט מעלות לרחצה נאר נישט אייביג קומט אויס צו הערן דעם אמת ווייל נאך א גוטן תגובה אדער א זאפטיגע ארטיקל קומט זיך א קאמפלימענט נישט קיין קריטיק. אבער אין דעם אשכול טיילט מען דעם אמת מיט א שעפ לעפל און ווער עס קען דאס נישט נעמען זאל ארויסגיין פון קאך.

פרייטאג יולי 04, 2014 11:48 am

איז דאס א טשעפע אשכול? איך האב געמיינט ס'א קריטיק...

#דינע הויט

--
געלעגער האקט

פרייטאג יולי 04, 2014 11:48 am

געלעגער, מילכיגער האט געוואלט ארויסברענגען אז דו האסט מער גוט געפליקט. דערויף איז געקומען מיין ענטפער, וק"ל

פרייטאג יולי 04, 2014 11:52 am

והנה און נון האט געשריבן:געלעגער, מילכיגער האט געוואלט ארויסברענגען אז דו האסט מער גוט געפליקט. דערויף איז געקומען מיין ענטפער, וק"ל

און ווער האט נאר די דינע הויט דא?...

אריין אין פארברענגען

פרייטאג יולי 04, 2014 11:56 am

מילכיגער האט געשריבן:דו וואלסט געדארפט מאכן אנהייבן מער פון בראשית. דהיינו קודם וואס מיינט א מקח? וואס מיינט מ'ארבייט פאר יענעם? וואס מיינט געלט? וואס מיינט א מארקעט?
די אלע נושאים קומען אסאך מאל ארויס און דער עולם האט א שרעקליכע אומקלארקייט דערין. איך האב שוין אפאר מאל געוואלט אנהייבן צו שרייבן אבער ווי האב איך צייט. זינט דו האסט א דיעל מיטן מלאך הממונה על הטייפינג און א געלונגענע פעדער, וואלט דאס געווען מער נוצליך כדי נישט עובר צו זיין אויפן פסוק נירו לכם ניר ואל תזרעו אל הקוצים. איך פיל אז אסאך אירע דא האבן נישט אזוי נוצן ווי מיר פון דיינע תגובות ווייל ס'פעלט זיי די בעיסיקס.
אלס א פשוטע משל. צו דיינע זאפטיגע לעקציעס וועגן ארבייטער/בעה"ב פעלט א וויכטיגע פריימער אין מייקרא-עקאנאמיקס ווי די יסוד פון יעדע EXCHANGE OF VALUE ווערט מוסבר.
איך האף איך קום ארויס קלאר. ווי זאגט יענער? ודי לחכימא ברמיזא...

גאט די מעסעדזש. דו ביזט לכאורה גערעכט. און איך האב יעמאלט - ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן ביזנעס - געטראכט אנצוהייבן ביי אלף, מסביר זיין וואס 'געלט' מיינט. גאלד ווערסוס וואלוטע ווערסוס קארנסי, און דער באנק סיסטעם וכו', אבער כ'האב מיר דערזען אין קארנער. וועם אינטערסירט שטארק די מאנאטאנישע זאכן (אויסער..)?
סימפל סופליי ענד דימענד, קאפקעיק!

יעצט מיט'ן דאומען פינגער.
השתא דאתינא להכי, אז מ'האמיר אנגעהויבן מיט זאכן וואס איז געווען רעלעוואנט פאור די היר ענד נאו, און דער עולם איז געווארן מער עדיוקעיטעד אין א געוויסן זין, אז מ'פארשטייט שוין אז צו קענען נאך בעסער ביזנעס דארף מען יא פארשטיין די פארשטויבטע נושאים ווי עקאנאמיקס, וועליו אד"ג, וועט שוין ווערן א דימענד פאר דעם אויך, וועט קומען בס"ד דער סופליי פאר דעם אויך.
סלאולי באט האפפולי...

פרייטאג יולי 04, 2014 12:09 pm

איך גלייב שווער אז איינער האט עפעס קריטיק אויף ידיד.. אבער אפשר דאך? איך בין גרייט צו הערן.

פרייטאג יולי 04, 2014 1:46 pm

ידיד האט געשריבן:איך גלייב שווער אז איינער האט עפעס קריטיק אויף ידיד.. אבער אפשר דאך? איך בין גרייט צו הערן.

אויף דיר נישטא קיין טענות? די מערסטע פון סיי וועם האב איך אויף דיר, דו קענסט שוין אויסטרינקן דעם קאווע איינמאל פאר אלעמאל? וויפיל איז די שיעור צו טרינקען איין קאווע? איך גיי מאכן א קאווע יעדעס מאל דו קומסט אריין א שאד קומסט נישט אפטער.

פרייטאג יולי 04, 2014 2:42 pm

נו וואס זאגט עטס אויף מיר?
זייטס אויפריכטיג, סיי די קריטיג און סיי די קאמפלעמנט.

פרייטאג יולי 04, 2014 2:57 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:איך גלייב שווער אז איינער האט עפעס קריטיק אויף ידיד.. אבער אפשר דאך? איך בין גרייט צו הערן.

אויף דיר נישטא קיין טענות? די מערסטע פון סיי וועם האב איך אויף דיר, דו קענסט שוין אויסטרינקן דעם קאווע איינמאל פאר אלעמאל? וויפיל איז די שיעור צו טרינקען איין קאווע? איך גיי מאכן א קאווע יעדעס מאל דו קומסט אריין א שאד קומסט נישט אפטער.

ווען דו וועסט מיר פארציילן די דזשאוק פון וואס די פענסיל און די פאפיר לאכן שוין דארט יארן לאנג וועלן מיר רעדן וועגן מיין קאווע.

פרייטאג יולי 04, 2014 2:59 pm

ידיד האט געשריבן:

:lol: :lol:

פרייטאג יולי 04, 2014 5:50 pm

והנה אין מילכיגער אויף ענק צוויי איז באמת דא שטארקע קריטיק.

אין זייער א סך נושאים זענט עטס פון די איינציגסטע וואס שרייבען אין פארשטייען גיט וויאזוי ארויסצוברענגען די אנדערע זייט פון די מטבע. אבער עטס ווערטס גאר שנעל פארשעמט ווען מען קריגט אויף ענק.

אין פונעם עולם בעט איך אז מען זאל זיי שטארק רעספעקטירען. ענד איט שודנט בי עי פראבלעם טו רעספעקטפולי דיסעגרי.

האו איז מיי בלאבענינג?

זאלער, נאו קריטיק עט אלל, קיפ איט אפ פול ספיד. ימי, סארי באט נאו קאמענט כאב זייער ווייניג געזעהן פון דיך.
הגדי, מען זעהט דיין גאנצע חיות איז דא, דעס מאכט מענטשען ארויסבאקומען ווער דו ביזט אפו' דו זאגסט נישט. גילוי אישו לינק.

זונטאג יולי 06, 2014 6:49 am

מיינע?

זונטאג יולי 06, 2014 7:08 am

איך שטעל מיך אויך אין די מלקות ליין
שרייב א תגובה

Advertisement