עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:10 pm
איר האט שוין זיכער אמאל געזען א How's my driving באמפער סטיקער, נו עפן איך דא אזא באמפער סטיקער אשכול וואו דער עולם וועט קענען אריינקומען בעטן קריטיק פון די חברים דא אויף די זאכן וואס זיי שרייבן, די וועג וויאזוי זיי שרייבן אדער סיי וואס בנוגע די שרייבערייען. ווי נישט מען זיצט צוזאמען וויל מען דאך הערן וואס דער ליינער האט צוזאגן. און היות איך גלייך נישט קיין אישיס קלער איך אז ווען כ'וועל זיין אין די מאד פון הערן קריטיק וועל איך עס פארלאנגען דא, וואס אין מיין שרייבן געפעלט אייך נישט אדער איר האלט אז איך קען זיך פארבעסערן? בין איך נישט גענוג סענסעטיוו אדער ווייסעך וואס? אדרבה אונז ווילן הערן. ובזה החלי בעזרת השם
וואס זאגסטו צום פלאן?
Advertisement
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:35 pm
זייער א גוטע פלאן.
נו וויאזוי טאקע איז מיין שרייבן?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:36 pm
ווילסט עכט הערן?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:40 pm
ווען נישט וואלט איך נישט געפרעגט.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:42 pm
אייגענטליך, איך האב ערשט געבעטן... עניהאו
זאל ער קומען איז מורא'דיגע שרייבער, געוואלדיגע רעיונות און לייגט גוט אראפ א זאך אבער אביסל א פאנדאמענטאליסט, און אפיניאנעיטעד
דאס איז די בעסטע וואס איך קען טרעפן
יונגערמאן, דא נעמט מען קריטיק נישט קאמפלימענטס.. נעקסט פליעז
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:03 pm
איינער האט עפעס טענות אויף מיר?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:15 pm
שנאפס האט געשריבן:איינער האט עפעס טענות אויף מיר?
יא! שרייבסט צו ווייניג.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:22 pm
בנימין הלוי האט געשריבן:אייגענטליך, איך האב ערשט געבעטן... עניהאו
זאל ער קומען איז מורא'דיגע שרייבער, געוואלדיגע רעיונות און לייגט גוט אראפ א זאך אבער אביסל א פאנדאמענטאליסט, און אפיניאנעיטעד
דאס איז די בעסטע וואס איך קען טרעפן
יונגערמאן, דא נעמט מען קריטיק נישט קאמפלימענטס.. נעקסט פליעז
יש"כ פאר די קאמפלימענט. איך וואלט ארויס גענומען דעם אבער, ס'איז נאך מעלות - אין מיין אפיניען…
גראדע שרייבסטו זייער גוט, דארפסט זיך נישט שעמען פון קיינעם דא.
ובכלל ווי איך פארשטיי דעם צוגאנג אויף אונזער וועלטל, נעמט דער תוכן סענטער סטעידזש, און אויסשפראך, גראמאטיק, ספעלינג, וכו' זענען נאר עדעד באונעסעס.
בבחינת אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. אבער דו האסט א קנאקעדיגן קנקן אויך.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:23 pm
זאל-ער-קומען (סא נאמען דאס?) דא דארף גיין א פאטש פאר א פאטש אהער מיט די קריטיק! דו גרייטסט יעצט צו א לאנגס און א ברייטס אויף מיר?
ער האקט ותגובתינו לא זזה
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:25 pm
ווילסט עכט וויסן?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:27 pm
כ'קען זיכער באשטיין
ווען נישט וואלט איך נישט געפרעגט.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:34 pm
ברענגסט ארויס דיינע פוינט קורץ און שארף, און זייער פארשטענדליך.
האסט זיך נישט פאר וועמען צו שעמען! ביסט זייער גוט. לך בכוחך זה.
#דזשאסט מיי אפיניען...
דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:05 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:איינער האט עפעס טענות אויף מיר?
יא! שרייבסט צו ווייניג.
רט!
---------
בנימין: זייער זייער תוכן'פולע תגובות, אבער - האסט געבעטן האב איך עפעס אפירגעזוכט - אביסל צו קורץ און שארף, עס וואלט געמעגט פארמאגען אביסל מער זאפט און קרעטשמע שפראך.
---------
יעצט איז דער רייע אויף קנאפער.... האקטס שטיקער שוינטס נישט!
דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:08 pm
קנאפער יעצט על איך מיך אפרעכענען מיט דיר איינמאל פאר איילעמאל.
וואס א מין אנפילן די גאנצע שכח אשכול יעדן טאג איז דאס?
צווייטענס מיין מאשין אידאך אזוי שטייט, אומזיסט נעמט מיר אזוי לאנג צו שרייבן, ווי ביסטו?
יעדע פון דיינע תגובות איז צום באלעקן און אין פלאץ, און פארשטייט זיך צו ווייניג.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:12 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:צווייטענס מיין מאשין אידאך אזוי שטייט, אומזיסט נעמט מיר אזוי לאנג צו שרייבן, ווי ביסטו?
חחחח, קום אין פישי...
אבער סיריעסלי, איך האב זייער ליב קאמפלימענטס אבער דא איז נישט דער פלאץ דערפאר! קאנסטראקטיוו קריטיק וואלד בין עפרישיעיטעד.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:39 pm
קנאפער, ריעלי! דו האלטסט ס' אנארמאלע זאך מען זאל יעדע 3 מינוט זעהן
דא "קנאפער ידען"...?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:21 pm
כאגעמיינט אז דא גייצעך טוהן א גשרייאכץ, 'די שרייבסט ווי א ר-ש-ע', 'דארפסט נישט פליקן יעדן צווייטן', 'דיין ספעלינג איז ש-ר-ע-ק-ל-י-ך', 'דיין שפראך איז היבש בעביש', 'דא איז נישט די ציוניסטישע קאנסולאט און נישט ככר השבת' וכדו' וכו' וד"ל ודו"ק וקאו"ק, .....
אדערווייל זעה איך בלויז קאמפלימענטן.....
שוין... אויב אזוי האבעך ניש מוירע.... העלעך אויכעט פרעגן...(מיט אזאוי יואלי לעבאוויטש ניגון) האו איס מיי דריי...אופס כ'מיין שרייבן.....
דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:26 pm
זייער א שטארקע רעיון בנימין. איז לאמיתו של דבר קען איך דיר דערווייל נאר פון די
חלומות. איך מיין אז מער ווי דאס שרייבן, ברענגסטו ארויף שיינע טאפיקס. איז מיין קריטיק צו דיר, פארוואס ברענגסטו נישט נאך אזעלעכע אינטרעסאנטע טשיקאווע נושאים אויפן טיש?
ווי זאלער זאגט, די גראמאטיק וכו' איז נישט אזוי וויכטיג בנימין, די עיקר די תוכן.
בכל אופן דער נושא האשכול האט מיר געמאכט טראכטן, וואס איז די מטרה פון הערן קריטיק און קמפלעמענטן בשעת קיינער ווייסט ניטאמאל ווער דו ביזט און ווער איך בין? ווען איך ווייס ווער דו ביזט, און דו ווייסט ווער איך בין וואלסטו אויך געוואלט הערן קריטיק און קאמפלעמענטן? ווען מאיז אנאנינם שפירט זיך די פידבעק אנדערש ווי ווען מאיז בגלוי, ניין? ווען מאיז אנאנים און מדריקט קנעפלעך פון אונטער די קוליסען, און איינער אנדער פון אונטער די קוליסען קומט מיר זאגען, העי פאררעכט דאס און פאררעכט דאס, און העי, דאס איז געשמאק, שרייב נאך...! און איך טראכט, העי ווער האלט פון מיר...? און... ווער קריטיקירט מיך...? בוט הו קערס, קיינער ווייסט דאך סייווי נישט ווער איך בין. הייבט דאס אויף מיין מאראל בגלוי אויך?
אבער צו דעם דארף מען פארשטיין, וואס געט פידבעק פאר א מענטש? עס זאגט איהם ווער 'ער איז באמת', והא ראיה איינער האט מיר געזאגט אז איך טויג צו עפעס? אדער עס געט סתם אזוי א גוטע געפיל אז איך טרעפ מיך דאס פלאץ, אבער איך בין וואס איך בין און סהאט גארנישט צו טון מיט וואס איינער האלט פון מיר. בבחינת וואס דער קוצקער האט געזאגט (וואס אברהם פריד זינגט אויף זיין יודישע סידי), אויב איך בין איך ווייל דו ביזטו, און דו ביזט דו ווייל איך בין איך, דעמאלטס בין איך נישט איך, און דו ביזט נישט דו. אבער אויב אים בין איך ווייל איך בין איך, און דו ביזטו ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך איך, און דו ביזט דו.
איז אויב דאס געט למעשה פאר איינעם א סענס פון 'זיך', א סענס פון איידענטעטעיט, דעמאלטס קען נישט קיין אנאנים געבן א סענס פון איידענטעטעיט, ווייל מען ווייסט דאך נישט ווער דער 'דו' איז וואס לייגט ארויף דעם שטעמפל וואס מ'איז. דומה לדבר, א קינד זעהט וואס ער 'איז' ווייל ער נעמט אריין אין זיך וואז זיין טאטע האלט פון איהם, אבער פון סתם איינעם וואס מען 'פילט' נישט ווער דער דיעה זאגער איז, מה הועיל לן רבנן בתקנתא? חוץ אויב מוועט זאגן, אז עס ווערט א שטארקע התקשרות בנפש אפילו אויב מווייסט נישט ווער דאס איז בכלל, און די ענערזשי קאודס גייען אריבער פונקטליך וויאזוי עס דארף אריבערצוגיין. הגם מזעהט אז אסאך יחסים ווערן געבוירען (און אסאך מאל ליידער נישט אויף א גוטן אופן) דארעך אנאנים, אבער סוף כל סוף די טיפע הקתשרת איז בפשטות נאר דא ווען מען ווייסט באמת ווער דאס איז (שרייבסטו דיך נישט אין אישי מיט איינעם וועם דו ווילסט עכט קענען, ביז דו נעמסט די קאראדזש און דו פרעסט איהם רן, ע..ע...ע..ע... אפשר... קענען מיר זיך מגלה זיין...?) אבער אויב איז דאס סתם א וועג פון וויסן מיין פלאץ דא אין וועלטעל, דעמאלטס קען מען הערן, אז נישט קיין חילוק ווער עס זאגט, אפילו דער קאמפיוטער זאגט אז דו ביזט וועלקאם דא, איז אויך גוט.
שוין, ודי בזה ולפלפולא בעלמא.
שוין יעצט בנימין קענסטו פידבעקן מיינע שרייבעריי ווערק.
@זאלער, פאר דיר האב איך שוין לאנג געוואלט קריטיקירן אז דו קענסט זייער אסאך... איך שלינג דיינע ווערטער מיט דארשט.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:19 pm
כ'זעה דא רעדן ביזדערווייל נאר די גאר גוטע שרייבער, וואו זאלער קנאפער שנאפס וכו' כל אחד משמו יבורך
וועל איך זיך אבער אנגארטעלן און אויך פרעגן וואס די עולם זאגט אויף מיר, מיט וואס קען איך זיך פארבעסער

געדענקט: קריטיק אונלי
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:47 pm
זיסע איידיע פון אן אשכול.
זאלער, ווילסט הערן קריטיק? איך גלייך נישט ווען דו פראבירסט צו שרייבן הומעריסטיש אין א ביזנעס תגובה, מ'מייג לייגן ספייס אבער מיט א מאס, ביזנעס איז ביזנעס און ס'דארף זיין מער ערענסט.
בען, איך זע נישט צופיל דיין נאמען און דאס מיינט אז איך ווייס נישט גענוג אויף דיר צו קענען קריטעקירן
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:57 pm
וואף! געלי האט עס גענומען סיריעס..... כ'בין "אויט אוו העיר"........
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:59 pm
אויב איז דאס א וויץ דאן מעק איך מיין תגובה
דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:10 pm
גרויסן ישר כח געלעגי, (יעצט האב איך שוין מיט דיר א חשבון, נעקסט גיי מיר רעדן פון הומעריסטישע קארט קעסעס וכו') אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם האלט, איך האב געטראכט אז אן דעם שלאפט מען אן, ווי נישט ווי איז ביזנעס א בארינג טאפיק, אמאל איז עס דיר מער נוגע הערסטו אויס און אמאל נישט, און אויב געזאגט טריקן האט עס א פנים? (אויסער וואס איך האב ליב א הומעריסטישע געשרייבאכטס) אבער אז דער עולם האלט אזוי גיי איך טאקע טוישן, נא. מאכטס א אנקעטע.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:15 pm
זאל ער קומען האט געשריבן:גרויסן ישר כח געלעגי, (יעצט האב איך שוין מיט דיר א חשבון, נעקסט גיי מיר רעדן פון הומעריסטישע קארט קעסעס וכו') אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם האלט, איך האב געטראכט אז אן דעם שלאפט מען אן, ווי נישט ווי איז ביזנעס א בארינג טאפיק, אמאל איז עס דיר מער נוגע הערסטו אויס און אמאל נישט, און אויב געזאגט טריקן האט עס א פנים? (אויסער וואס איך האב ליב א הומעריסטישע געשרייבאכטס) אבער אז דער עולם האלט אזוי גיי איך טאקע טוישן, נא. מאכטס א אנקעטע.
זאלער פאר דעם דארפסטן עפענען אן עקסטערע אשכול, ווייל ס'גייט גיין תגובות וואו וואסער...
איך פרעזענליך, ווענדט זיך אין וועלכע מוד,
אויב בין אנגעצויגן אין יוגעדיג, האבעך ניט קיין צייט פאר דיינע אויסגעגאסענע זופ, און ברעקלעך וואס פאלט פון דיין מויל
אויב בין רואיג אין א געשמאקע מוד, מאכט עס נאר זיסער סעגאנצע ארטיקל
דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:21 pm
געלעגער האט געשריבן:אויב איז דאס א וויץ דאן מעק איך מיין תגובה
כ'מיין עס איז נישט קיין וויץ.... אבער "קאם אן".... ערענסטקייט האט אויך א שיעור....
אקעי, כ'גיי נאר טיפער, כ'סטאפ!!
ערענסט גערעדט, כ'מיין זאלער האט ערענסט געפרעגט.