בלאט 1 פון 1
קיצור שלחן ערוך מיט פירושים, מעשיות, משלים, שיינע געדאנקען,
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 9:14 pm
דורך פיטום
איך זוך א ספר וועלכע וועט מיר ארויסהעלפן צאמצושטעלן שיינע שיעורים, ד.ה. אז איך זוך שיינע מעשיות משלים, וועלכע איך וועל קענען משלב זיין דערינען.
איך בעט פרזענליך דער וואס קען מיר ארויסהעלפן דערמיט תבא עליו ברכה.
מיט דאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 9:32 pm
דורך תרנגול
ס'דא א ספר תפארת בנים געבויעט אויפ'ן ספר קיצור שולחן ערוך מיט שיינע היינטיגע מעשה'לעך און פארשידענע אינטרעסאנטע מנהגים ועובדות פון גדולי ישראל, דער מחבר איז הרב טויסיג זצ"ל פון מאטערסדארף, איך ווייס נישט צו דו וועסט עס נאך טרעפן היינט אין א ספרים געשעפט, חוץ אויב האט מען עס שוין איבערגעדרוקט נאכאמאל.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 9:33 pm
דורך מאגר
ספר קיצור השולחן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 9:39 pm
דורך פיטום
דאס האב איך שוין טאקע געקויפט, דאס איז אבער פשוט טייטש, יעצט זיך איך מיט שיינע מעשיות און משלים וכדו'
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 9:52 pm
דורך עליכם שלום
אין אוצר החכמה איז דא דעם וואונדערליכע ספר תפארת בנים פון הרב טויסיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:06 pm
דורך קנאפער ידען
עליכם שלום האט געשריבן:אין אוצר החכמה איז דא דעם וואונדערליכע ספר תפארת בנים פון הרב טויסיג.
רט, אלץ בחור פלעג איך מיך פאסמאקעווען דערמיט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 11:57 am
דורך תרנגול
עליכם שלום האט געשריבן:אין אוצר החכמה איז דא דעם וואונדערליכע ספר תפארת בנים פון הרב טויסיג.
אויב טרעפט עס איינער אין א ספרים געשעפט זאל ער מיר ביטע אויב מעגליך מעלדן אין אישי דערוועגן. ייש"כ.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:55 am
דורך עליכם שלום
אין אוצר החכמה איז דא : ''קיצור שולחן ערוך עם סיפורים חסידיים'' - פיר בענדער (ירושלים תשי''ט)
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:57 am
דורך עליכם שלום
תרנגול האט געשריבן:עליכם שלום האט געשריבן:אין אוצר החכמה איז דא דעם וואונדערליכע ספר תפארת בנים פון הרב טויסיג.
אויב טרעפט עס איינער אין א ספרים געשעפט זאל ער מיר ביטע אויב מעגליך מעלדן אין אישי דערוועגן. ייש"כ.
איך מיין אז אין פינטער'ס ספרים געשעפט אין בארא פארק איז דאס דא (אנהייב פונעם געשעפט ביים רעכטען זייט.
Re: קיצור שלחן ערוך מיט פירושים, מעשיות, משלים, שיינע געדאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:33 pm
דורך ל.רוזן
איז דא ערגעטץ ווי מקען הערען שיעורים אין קיצור שלחן ערוך אויפן טעלעפוין?
Sent from my LGMS323 Using ForumTouch for Android
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:00 pm
דורך קנאפער ידען
ל.רוזן האט געשריבן:איז דא ערגעטץ ווי מקען הערען שיעורים אין קיצור שלחן ערוך אויפן טעלעפוין?
קול הלשון - הרב יוחנן ווזנר - קיצור שולחן ערוך, עס איז מסתם דא אויכעט אויף זייער טעלעפאן סיסטעם.
Re: קיצור שלחן ערוך מיט פירושים, מעשיות, משלים, שיינע געדאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:40 pm
דורך ל.רוזן
שכח, איך זיך אבער פון נאך סימון פא, ער האלט נאכנישט דארט
Sent from my LGMS323 Using ForumTouch for Android
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:45 am
דורך קנאפער ידען
ל.רוזן האט געשריבן:שכח, איך זיך אבער פון נאך סימון פא, ער האלט נאכנישט דארט
אין אישי זאגט מיר איינער אז אויפן טעלעפאן קול הלשון דארף צו זיין אסאך מער פון אים, ווייל זיינע שיעורים ווערן טעגליך ארויפגעלייגט דארט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 9:52 pm
דורך פיטום
בערך וועלכע נומער?