Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יוני 29, 2014 7:35 pm

איינער האט מיר צוגעוויזן א ווידיאו אין דעם ענין פון נישט רעדן פון די פאליס א "ווידיאו" פון א פראפעסער (און צום סוף קומט אויך ארויף א פאליציי אפיציר) וואס ער איז מסביר באריכות פארוואס עס איז אזוי וויכטיג צו געדענקן "דאונט טאלק טו די פאליס!"

איך האלט אז די דרשה איז זייער וויכטיג פאר א יעדן איינעם צו הערן

(אכטונג! ער רעדט פון קעיסעס וואס סאיז נישט באטעמט צו הערן און מיט א גויאישע שפראך אבער כהיום ליידער איז עס וויכטיג)

בין הדברים איז ער מסביר פארוואס אפילו אויב מ'איז באמת אומשולדיג!! אדער אויב מ'איז יא שולדיג און "מ'וויל תשובה און זיך מודה זיין" פארוואס מ'קען שאדן האבן אויב מ'וועט רעדן צו די פאליס און ער ברענגט מעשיות ווי אומשולדיגע מענטשן זענען איינגעמיירעט געווארן נאר דורך רעדן און שולדיגע מענטשן האבן זיך סתם ערגער געמאכט די מצב, און ווי אזוי א אומשולדיגע קאמענט אדער ווארט קען דיך אין דער ערד לייגן!, און צום סוף רעדט די פאליסמאן די פארשידענע טריקס די פאליציי מאכט דיר צו מאכן רעדן (למשל די פאליציי מעג זאגן ליגענט דיך אויסצופארשן, און די פאליציי רעקארדירט אלעס אבער ער וועט נאר ברענגן אין געריכט וואס ער וויל וכו')

דער קיצור איז "דאונט טאלק טו די פאליס!" אין קיין שום שום מצב קען עס נישט העלפן און רוב מאל שאטן. פארן אריכות ברויך מען עס הערן, זייער גוט און שטארק אראפגעלייגט מיט משלים דורך א פראפעסער און א פאליס אפיציר.

סאיז אכט און פערציג מינוט אבער ס'איז ווערט יעדע רגע

דא האסטו די ווידיאו אויף קאפי.קאם:
https://www.copy.com/s/tYBexzHSlPZ8/Don ... Police.mp4

די ווידיא האט שוין קרוב צו פיר מיליאן צפיות אויף *** **** און אזוי ווי ערליכע אידן האבן נישט קיין צוטריט ברענגן מיר עס דא פאר די חשובע אייוועלט ליינער

שכח פאר איינער פון אונזערע חשובע חברים די ניק וואס האט עס געדאונלאודעט און ארויפגעלייגט אויף קאפי

Advertisement

זונטאג יוני 29, 2014 8:36 pm

שוידערליך!

זונטאג יוני 29, 2014 8:58 pm

משנה מקום האט געשריבן:שוידערליך!

יאפ! דאס איז דער ריכטיגער ווארט.
ממש אומגלויבליך ווי מענטשן - שולדיגע ווי אומשולדיגע - פאלן פשוט צום נעץ פון אומוואוסענדקייט.

מאנטאג יוני 30, 2014 12:20 pm

די ווידיאו איז אויך א שטיקל קרעש קאורס ווי אזוי די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם ארבעט

למשל מען זעט ווי דער דעטעקטיוו איז מסביר אז כאטש דער געזעץ איז אז א מענטש איז "פערזומט אינעסענט אנטיל פראווען גילטי" אבער במציאות איז אז א געווענליכער מענטש וואס דינט אין דזשורי וועט טראכטן אז "עפעס" האט דער מענטש געמוזט טון אנצוקומען אויפן באשולדיגונגס באנק און ממילא אין די אויגן פון א דזשוריער ליגט אויף די דעפענס די אויפגאבע אויפצוווייזן זיין אומשולד, פארקערט ווי דער געזעץ לויטעט און דער דזשוריער ווערט קלאר אינסטראקטעד אז די אויפגאבע איז אויפן פאליציי אויפצוווייזן זיין שולד, אבער ווען סקומט למעשה איז עס רוב מאל א שטארקע פאקטאר אינעם אויסגאנג פון די דזשורי דעסיזשן, און די פאליציי ווייסט עס און זיי נוצן עס אויס גאר שטארק

מאנטאג יוני 30, 2014 12:48 pm

מיר האט סאך מער געכאפט די פאקטן אז:

1) ס'דא צען טויזנט פעלאניעס וואס אפילו די פאליציי ווייסט נישט פונקטליך, אבער זיי מאכן אפ איינעם צו באגראבן קענען זיי אייביג טרעפן 'עפעס'. ס'דערמאנט די ביטערע פרשה מיט רובאשקין וואס מ'האט אפיר געקראצט עפעס א הונדערט יעריגע געזעץ, אבי אים צו באגראבן.

2) יעדער טוט אייביג עפעס ראנג. דער פאליסמאן זאגט אז ער דארף נאכפארן איינעם ממש אפאר מינוט ער זאל האבן אן אויסגעהאלטענעם תירוץ יענעם צו שיקן אין די זייט.

3) די פאליציי מעג לעגאל ליגנט זאגן! ביים פארשן/אינטערוויוען.

4) נישטא אזא זאך ווי אף די רעקארד…

5) אפילו מ'איז באמת גענצליך אומשולדיג, אויב ווערט מען געכאפט ביי עפעס א קליינעקייט וואס שטימט נישט - אפילו ס'איז נישט קיין "שום" באווייז אויף די קעיס, קען עס דינען אלס א באוויז קעגן.

6) יעדער שמויגער איז א אויסעהאלטענע "וויטנעס" אויב זיי "מיינען" אז זיי האבן דיר געזען 'ערגעץ' 'עפעס' א נאכט נעבן א 'געגנט' וואו ס'איז פארגעקומען א קריים…

7) פאליס מעגן 'פארגעסן' וואס זיי האבן געפרעגט, אבער אויב דער באשולדיגטער רעדט פון א גאן ווערט עס 'עווידענס'.

8) ס'האט נאך "קיינעם" "קיינמאל" נישט בענעפיטירט אויף "קיין שום פאל" דאס רעדן צו די פאליציי!

יש"כ פארן עס אהער ברענגען.

מאנטאג יוני 30, 2014 12:50 pm

און אויך אז די סיבה פארוואס מענטשן זאגן עם… אה… אינמיטן רעדן איז ווייל זיי האבן פיינט די שטילקייט…

מאנטאג יוני 30, 2014 1:45 pm

thefact האט געשריבן:די ווידיאו איז אויך א שטיקל קרעש קאורס ווי אזוי די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם ארבעט

למשל מען זעט ווי דער דעטעקטיוו איז מסביר אז כאטש דער געזעץ איז אז א מענטש איז "פערזומט אינעסענט אנטיל פראווען גילטי" אבער במציאות איז אז א געווענליכער מענטש וואס דינט אין דזשורי וועט טראכטן אז "עפעס" האט דער מענטש געמוזט טון אנצוקומען אויפן באשולדיגונגס באנק און ממילא אין די אויגן פון א דזשוריער ליגט אויף די דעפענס די אויפגאבע אויפצוווייזן זיין אומשולד, פארקערט ווי דער געזעץ לויטעט און דער דזשוריער ווערט קלאר אינסטראקטעד אז די אויפגאבע איז אויפן פאליציי אויפצוווייזן זיין שולד, אבער ווען סקומט למעשה איז עס רוב מאל א שטארקע פאקטאר אינעם אויסגאנג פון די דזשורי דעסיזשן, און די פאליציי ווייסט עס און זיי נוצן עס אויס גאר שטארק

זיי וועלען דאך דזשוריער וואס זענען ניט צו אינטעליגענט
קיקיון האט געשריבן:איךהאב 2 מאל ג'האט סיעתע דשמיא פון הדבר אשר ישים _ בפי אותו אדבר

1 איינער פון די WITNESSES איז ג'ווען א קינד אין איך האב ג'זאגט אז איך בין בייאיינפלוסט פון די תורה אז מעשי קטן איז ניט מעלה ומוריד

2 איז געווען א MALPRACTICE געלט קלאגע קעגען א דאקטער וואס האט פארפאטשקעט א דעליווערי און דאס קינד איז ג'בליבען א VEGETABLE
די לויערס האבען ג'פרעגט צי עס האט אימיצער צי פרעגען אין מען האט מיר ארויסגבאגלייט אין האלל
איך האב ג'פרעגט ווי אזוי קען איך אורטיילען געלט DAMAGES אז איך ווייס ניט וואס פון דעם עובר וואלט ג'קענט ווערען
די 2 לויערס קוקען זיך אן איינער דעם צווייטען און שיקען מיר צירוק אין WAITING ROOM איך זאל קיינעם ניט דערציילען
כ'האב ג'ווארט ביז סוף טאג און מ'האט מיר אהיים געשיקט

מאנטאג יוני 30, 2014 2:13 pm

[/quote]

קיקיון איז געווען א דאקטער?
אדער א דזשאדזש?
דער טאטע?
אדער א וויטנעס?
פירוש?
שרייב א תגובה

Advertisement