Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווען פאליציי קלאפט אויפן טיר, וואס איז נעקסט סטעפ?

פרייטאג יוני 27, 2014 8:11 am

מיין חבר איז גוט מיט א הויעך ראנגיגע פאליס זאגט ער מיר ער האט געהאט א שמועס לעצטענס מיט אים פארציילט ער אים אז ער האט לעצטענס געמאכט צוויי ארעסטען אויף היימישע יונגעלייט, און וויאזוי זיי האבן ריעקטעד די ערשטע מינוט.

די ערשטער איז ער געגאנגען איוועסטיגעטן נאכדעים וואס איינער האט אריינגעגעבן א קלאגע אן קיין עווידענס, למעשה ווי נאר ער האט יענעם אנגעהויבן צו פרעגן האט אים די יונגערמאן גלייך מודה געווען יא איך האב דאס און דאס געווען, האט ער אים אויפן פלאטץ ארעסטירט.

די צווייטער האט ער יא געהאט עווידענס, אבער ווי נאר ער הייבט אן יענעם אויסצופראקן ענפערט אים די יונגערמאן "איך האב לעצטענס געהאט שוועריקייטן איך האב עס טאקע געטוען, אויך האב איך עס געטוען נאכאמאל פאריגע וואך ערגעץ אנדערש, איך גיי עס מער נישט טוען"

זאגט די פאליס פאר מיין חבר, איך בין טאקע געלערנט אויף דעם וויאזוי ארויס צושלעפן ווערטער, אבער ענק נוצן נישט די שכל!!! די ערשטער יונגערמאן טאמער ער איז נישט מודה וואלט למעשה רוב זיכער גארנישט געווארן פון זיין קעיס, און די צווייטע יונגערמאן האט מיר געמאכט א גרעסערע פראבלעים, לעגאל דארף איך אים ארעסטירן נאכאמאל פארן מודה זיין אז ער האט עס געטוען צווייטע מאל.!!! ווען מען ארעסטירט איינעם די ערשטע זאך רעד נישט אן קיין לויער.!

ביז דא פארציילט מיר מיין חבר, די דיטעלס פון די מעשה קען יעדער אריינשרייבן וואס ער וויל אבער סאיז ביי יעדע איינציגסטע מין קעיס, איך בין נישט קיין לויער אבער דאס איז זיכער יעדע ווארט אן לויער גייט מען נוצן קעגן דיר, די ערשטע זאך זאג אז די ווילסט נישט רעדן אן קיין לויער, ווער סהאט נאך עצות וואס יא אדער נישט צו טוען איז מכובד איבערצונעמען די מייק.!

Advertisement

פרייטאג יוני 27, 2014 8:26 am

יא יא, א גרויסע פראבלעם.

דער חורבן איז אז מ'מיינט, נע איך וועל זיכער קענען אויפווייזן אז עס איז פשוט א טעות אדער עס קומט זיך מיך נישט קיין ארעסט, און אויב וועל איך בעטן א לויער וועט ער דאך שוין זען אז איך האב וואס מורא צו האבן....

פרייטאג יוני 27, 2014 8:30 am

דער הסבר איז איין ווארט: נאאיוויטעט! ואידך פירושא זיל גמור.

_____

קנאפער האקט, ריכטיג

פרייטאג יוני 27, 2014 8:32 am

די ווייטאג איז אז די גוי ווייסט וואס ער האט צו טון, זיי לערנט מען אויף דעם און אז נישט האבן זיי משפחה עקספיריענס. ביי אידן האט מען קיינמאל נישט גערעדט דערפון און ליידער דארף מען זיך נעמען אויסלערנען דעם ציבור וואס צו טון.

פרייטאג יוני 27, 2014 8:44 am

געלעגער איז גערעכט. די ווארט איז נישט נאאיוויטעט, די ווארט איז ערליכקייט און אויסגעהאלטנקייט, ישרות און צדקות.
אידן זענען נישט מלומד מיט'ן געזעץ ווייל ס'מאכט זיך ב"ה ממש כמעט נישט אז פאליציי זאל קומען צו היימישע יונגעלייט בעטן אינפארמאציע אדער רח"ל ווען ארעסטירן וכדומה.

די גוים זענען אויפגעצויגן דערמיט. אן 'עווערעדזש' גוי האט - במזיד אדער בשוגג, ווענדט זיך וועם דו פרעגסט - א פאליס רעקארד. קענען זיי שוין אלע דעם סיסטעם.

און עווערעדזש מיין איך צו זאגן עטוואס נידריגער פון די עכטע עליטע קלאס - וואס די חברה זענען מעגליך נאר גרעסערע שקצים, אבער זיי קענען גוט דעם סיסטעם, ווייל זיי אליין/זייער ברודער/טאטע/קאזין/מחותן זענען די לויערס.

פרייטאג יוני 27, 2014 8:49 am

זאל ער קומען האט געשריבן:געלעגער איז גערעכט. די ווארט איז נישט נאאיוויטעט, די ווארט איז ערליכקייט און אויסגעהאלטנקייט, ישרות און צדקות.
אידן זענען נישט מלומד מיט'ן געזעץ ווייל ס'מאכט זיך ב"ה ממש כמעט נישט אז פאליציי זאל קומען צו היימישע יונגעלייט בעטן אינפארמאציע אדער רח"ל ווען ארעסטירן וכדומה.

די גוים זענען אויפגעצויגן דערמיט. אן 'עווערעדזש' גוי האט - במזיד אדער בשוגג, ווענדט זיך וועם דו פרעגסט - א פאליס רעקארד. קענען זיי שוין אלע דעם סיסטעם.

און עווערעדזש מיין איך צו זאגן עטוואס נידריגער פון די עכטע עליטע קלאס - וואס די חברה זענען מעגליך נאר גרעסערע שקצים, אבער זיי קענען גוט דעם סיסטעם, ווייל זיי אליין/זייער ברודער/טאטע/קאזין/מחותן זענען די לויערס.

צווישן אייך און רב קנאפער ליגט שיין אויסגעשמועסט די תירוץ.

אויב האט איר נישט געוואוסט, אטטע דאס מיינט ריכטיגע נאאיוויטעט.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום פרייטאג יוני 27, 2014 8:51 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג יוני 27, 2014 8:50 am

זאל ער קומען האט געשריבן:געלעגער איז גערעכט. די ווארט איז נישט נאאיוויטעט, די ווארט איז ערליכקייט און אויסגעהאלטנקייט, ישרות און צדקות.
אידן זענען נישט מלומד מיט'ן געזעץ ווייל ס'מאכט זיך ב"ה ממש כמעט נישט אז פאליציי זאל קומען צו היימישע יונגעלייט בעטן אינפארמאציע אדער רח"ל ווען ארעסטירן וכדומה.

די גוים זענען אויפגעצויגן דערמיט. אן 'עווערעדזש' גוי האט - במזיד אדער בשוגג, ווענדט זיך וועם דו פרעגסט - א פאליס רעקארד. קענען זיי שוין אלע דעם סיסטעם.

און עווערעדזש מיין איך צו זאגן עטוואס נידריגער פון די עכטע עליטע קלאס - וואס די חברה זענען מעגליך נאר גרעסערע שקצים, אבער זיי קענען גוט דעם סיסטעם, ווייל זיי אליין/זייער ברודער/טאטע/קאזין/מחותן זענען די לויערס.

זאלער, צום פינטל!

פרייטאג יוני 27, 2014 8:54 am

מ'דארף ווען מאכן אן עקסערע אשכול מסביר צו זיין וואס ס'איז די אפטטייטש פון נאיוו...

פרייטאג יוני 27, 2014 9:04 am

green האט געשריבן:מ'דארף ווען מאכן אן עקסערע אשכול מסביר צו זיין וואס ס'איז די אפטטייטש פון נאיוו...

מיינסט צו זאגן אז מ'דארף מאכן א עקסטערער אשכול וואס מ'זאל טוהן ווען פאליציי קלאפט אויפן טיהר..

פרייטאג יוני 27, 2014 9:54 am

װיכטיג צו װיסען אוּיב האט ער נישט קיין װארענט דארף מען אפילו נישט עפענען די טיר פאר איהם און ער האט נישט קיין רשות אריינצוקימען. מען קען פרעגען דעם פאליציענט אליין צו לעגאל דארף מען עם אריינלאזען . אוּנ אװדאי נישט ענטפערען קיין שום פראגעס!

פרייטאג יוני 27, 2014 10:00 am

איך מיין אז ווער עס ליינט אסאך ווייסט עס

פרייטאג יוני 27, 2014 10:59 am

פארוואס זאל מען נישט מאכן א "דינא דמלכותא סעמינאר", אזוי ווי מען מאכט כסדר ביזנעס סעמינארן, די עולם איז ממש ארעם אין די פעלד פון לעגאלע אינפארמאציע

פרייטאג יוני 27, 2014 11:23 am

פיטום האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט מאכן א "דינא דמלכותא סעמינאר", אזוי ווי מען מאכט כסדר ביזנעס סעמינארן, די עולם איז ממש ארעם אין די פעלד פון לעגאלע אינפארמאציע

ס'פלעגט אמת זיין יעדעס יאר, דארף מען געוואויר ווערן פ"וו ס'האט זיך אויפגעהערט.

קולמע האט געהאט עמיצן א לויער וואס האט געגעבן עטליכע שיעורים הדרכה אויף דעם דוכטזעך, ברויך מען געוואויר ווערן פ"וו ער האט אויפגעהערט, און צו מ'קען עס נאך הערן ערגעץ.

פרייטאג יוני 27, 2014 12:30 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:יא יא, א גרויסע פראבלעם.

דער חורבן איז אז מ'מיינט, נע איך וועל זיכער קענען אויפווייזן אז עס איז פשוט א טעות אדער עס קומט זיך מיך נישט קיין ארעסט, און אויב וועל איך בעטן א לויער וועט ער דאך שוין זען אז איך האב וואס מורא צו האבן....


ביי איינע פון די "דינא דמלכותא סעמינאר" איז דאס געווען די איינע פון די שאלות אויף וואס דער לויער האט געענפערט,
דער שואל האט אנגעפרעגט צו עס איז נישט בעסער יא צו ענטפערן פאר די פאליס זייער שאלות און אזוי זאל מען נישט ארויפציען קיין חשד כאילו מען איז שולדיג אויף עפעס..

האט דער לויער געענפערט: ווען די פאליס איז ביי דיין טיר ביסטו שוין ביי זיי א פארדעכטיגער, דיין יא אדער נישט ענטפערן מאכט נישט אויס ווי אזוי זייי זאלן אנקיקען דיין קעיס,
אבער אויב די ענפערסט זייער שאלות דאן ווערסטע פון א פארדעכטיגטער א זיכערער שולדיגער, עס איז אויסגעהאלטען לעגאל און מענטשליך צט כנטפערן אפילו א מיליאן מאל: לעט מי ספיק טו א לויער.. יעדע שאלה האט די זעלבע תשובה: לעט מי ספיק טו א לויער..

מיין חבר האט מיר דערציילט אז בשעת זיין ארעסט האבן געוואלט ארויסבאקימען אין די צומישטע סקונדע ווי מער אינפערמאציע האבן זיי נאך אין פאליס קאר פראבירט מיט א פריינדליכע שמייכעל צו פרעגן: וואס האלסטע, וועם נאך האבן מיר היינט ארעסטירט?

פרייטאג יוני 27, 2014 1:01 pm

כלל: אויב איז מען שוין ארעסטירט דארף זיך אידענטציפירן, און געבן די נאמען אדער אדרעס. גארנישט מער

אויב דער אפיציר פרעגט פראגעס ענטפערט מען:
I wish to exercise my right to remain silent

אויב איז מען נאכנישט ארעסטירט דארף מען זאגן:
My refusal to participate is due to me having a Fifth Amendment right to remain silent

דערנאך זאגט מען:
I want my attorney to be here (דאס קען מען איבערזאגן ביז מען באקומט א לויער)

פרייטאג יוני 27, 2014 1:35 pm

דאס איז א פשוט'ע זאך אז מען בלייבט שטיל אנע לויער, ווייל !!!Everything you say, will be used AGAINST you.
מאנכע זענען אויבער-חכמים און מיינען מיטן ענטפערן וועט מען זיין זיס.

געדענק דעם כלל: מידת בשר ודם איז אנדערש פון מדת בית דינו הצדק, ביי בשר ודם שטייט אם "יכפור" ינצל מן הממון או מן העונש...

והשי"ת יצילנו מכל רע.

פרייטאג יוני 27, 2014 2:25 pm

ליידער איז דאס אמת אז מען רעדט צופיל, און די סיבות זענען פארשידענס.

איינער, פאר נא'איווקייט
איינער, ווייל ער מיינט אז פאר א מודה על האמת גייט מען גיין מיט זיידענע הענטשקעס (אזוי ווי אין חדר)
איינער פון פארלוירענקייט
און עס קען זיין נאך צעהן סיבות פארוואס מען רעדט (ברענג אריין א פסיכילאג)

אבער דאס ערגסטע איז ווייל מיר זענען פארגלייבט אז מיר לעבען אין א מלכות של חסד (ווייל ערגעץ אנדערש איז נאך ערגער). ווער איז דא דער בעל חסד, דער פרעזידענט? דער פאליסמאן? דער דזאדז?

יא, דא איז זייער גוט... ביז מען קלאפט אין טיר.

איך האב אמאל געהאט א חברותא (א ביסעל א איבערגעטריבענע) וואס האט אייביג ביי זיך געטראגען זיין פאספארט און א פאר הונדרעט דאלער. געזאגט האט ער אז א איד איז אין גלות און דארף אייביג זיין גרייט צו לויפען.

עט ליעסט האט ער צייט מען זאל אים זאגען אז א איד איז זיך מתוודה נאר צום באשעפער און נישט צום גלח.

"צייט", איז דאס טייערסטע זאך וואס מיר האבען אין אונזער "חסד-דיגע" סיסטעם. פארשווענדט עס נישט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג יוני 27, 2014 2:35 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm

ווייסעך נעבעך פון איינעם וואס איז פאראורטיילט געווארן פאר א שיינעם טערמין יושב בסתר, די לויער האט איהם ליידער נישט געקענט פארטיידיגן היות דער אנגעקלאגטער האט שוין ליידער אויסגעפאקט פאר'ן דעטעקטיוו צופיל אמת'ע אינפארמאציע בשעת'ן ארעסטירן.
אין פאקט, זייער אסאך מאל פעלט זיי נאך אסאך וויכטיגע דעטאלן און איבערווייזן בשעת מען פיקט איינעם אויף.

דער אייבירשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער!

פרייטאג יוני 27, 2014 3:00 pm

מענין לענין
ווען א פאליצאנט שטעלט אפ

שבת יוני 28, 2014 9:46 pm

איינער פון די היימישע ארגאנזאציעס (דאכצעך ולאסירים) האט א נומער צו ריפען 24 שעה פאר אן אדװאקאט אויב איינער װערט ר״ל ארעסטירט
עס איז כדאי אז איינער זאל עס אהערברענגען.

שבת יוני 28, 2014 9:54 pm

דרור ארגעניזאציע אדווערטייזט אז מען קען זיי רופען פיר און צוואנציג שעה א טאג

זונטאג יוני 29, 2014 2:16 am

קיקיון האט געשריבן:מענין לענין
ווען א פאליצאנט שטעלט אפ

דאס קומט ארויף ביים דרוקן דעם לינק.

The page you are looking for is not here. You could have misspelled the URL, or we may have moved it to another location.

Try going back to our home page or use the links on the left to find what you are looking for.

אפשר איז דאס וואס מ'דארף זאגן פארן פאליצאנט ווען ער שטעלט איינעם אפ...

זונטאג יוני 29, 2014 4:03 am

פונקט געהערט די מעשה וואס דער פותח האשכול הייבט אן, כ'האב ממש נישט געגלייבט אז מ'ווייסט נאכנישט אז מ'דארף זיך האלטן שטיל.
דער דעטעקטיוו האט אים געזאגט, איך דארף דיר יעצט ארעסטירן צוויי מאל, כ'ווארט נאר דער צווייטער זאל פרעסן טשארדזשעס.

זונטאג יוני 29, 2014 9:43 am

אז מען רעדט שוין. עס איז דא וואס האבן ליב צו געבן עצות און אזא פאל. איינער פילט זיך זייער קלוג און א עקספערט. איינער פארשטייט פשוט אז עס קען נישט זיין אנדערש ווי ער האלט...
געבען עצות אויף די אייגענע האנט איז א שרעקליכע עוולה. ווער האט דיר בארעכטיגט צו פסק'נען דיני נפשות? זיי נישט קלוג אויף יענעמס חשבון.

אפילו מען האט מיטגעהאלטן די זעלבע פרשה ערגעץ אנדערש, זאלסטו פארשטיין איין קליינע דיטאל קען טוישען די וועג וויאזוי מען דארף עס באהאנדלען.

ווען איינער בעט איינעם ליגעל עדווייס געב אים די נומבער פון א גוטע לויער אדער א ארגעניזאציע וואס פארשטייט וואס זיי טוען.
געבען עצות איז רציחה!!!

זונטאג יוני 29, 2014 10:00 am

ידיד האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:מענין לענין
ווען א פאליצאנט שטעלט אפ

דאס קומט ארויף ביים דרוקן דעם לינק.

The page you are looking for is not here. You could have misspelled the URL, or we may have moved it to another location.

Try going back to our home page or use the links on the left to find what you are looking for.

אפשר איז דאס וואס מ'דארף זאגן פארן פאליצאנט ווען ער שטעלט איינעם אפ...

פריוו דאס
שרייב א תגובה

Advertisement