Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויאזוי ווערט מען פטור פון די קריכעדיגס - פליעדיגס?

דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:36 pm

ווארט איין מינוט, האלטס ענק רואיג, מושי טוה נאך נישט אויס דיין סיט בעלטס.
מיסטער! ווער יא וואנע גאו? הער? אר הער? הער איז הארד טא דרייוו, ווי ניד טא גא פראם די אדער סייד.
אקעי נא פראבלעם סא גא דער.
ייייייעעעייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי!!! יייייעעעייייייייייייייייייייייייייייייייייי!!! מען איז שוין אנגעקומען, אה פרידמאן שפילט שוין אינדרויסן, זיי האבן געקויפט א נייע טרעמפלין, שמולי פרידמאן איז מיין פרענד פון לעצטע יאר ער וועט מיר זיכער לאזן גיין.
אקעי קינדערליך מען איז דא, מען איז שוין אנגעקומען אין אונזער קאנטרי, יעדער גייט שיין ארויס, און מען זאל נישט איבערלאזן די רעפערס פטון די בראוני בארס, און פון די סופער סנעקס, מושי עפען אויף די טיר און לאז מאמי קודם ארויסגיין. טאלי פארוואס זעה איך נעבן דיר א שטרוי אויפן פלאר? די ווייסט אז דאס איז א חילול השם?

פאמיליע ניימאן גרייטן זיך שוין אזוי לאנג אויף דעם לאנג ערווארטעטע מינוט אנצוקומען צו זייער ב-א-נ-ג-ע-ל-א... בפרט אזא יאר וואס איזא איבער יאר און מען האט געדארפט ווארטן א חודש לענגער ביז די קאנטרי, אבער ב"ה מען האלט שוין דא, די פיפטין פעסענדשער ווען איז שוין אויף די שמאלע דרייוו וועי פון די באנגעלוי וועלכע באלאנגט פאר עטליכע פאמיליעס.
און אצינד צוריק צום סצענע...
יעדער נעמט איין באקס אריין אין די באנגעלוי, מען זאל עס אראפ לייגן ביי די טיר ביז טאטי גייט אויפשפארן די טיר, איך וויל קיינעם נישט זעהן מיט לייגידע הענט, ארלע לייג אראפ דיין בעג און נעם דיר א באקס, טאלי ווי לויפסטו???? קום שנעל צוריק! שפילן וועסטו דא אכט וואכן!!! יעצט דארף מען העלפן!!!
אקעי אלע באקסעס זענען אינדרויסן! טאלי גיי אריין אין די ווען און קוק איבער אויב ס'איז עפעס איבערגעבליבן, און מאך צו די טיר נאכדעם.
איך גיי יעצט עפענען די טיר, און מען זאל אריין שלעפן די באקסעס.
WWWOOOWWW!!!!!!
ווער האט זיי גערופן???? נאו וועי? געט אט אויף הער!!! נאַ, האסטו געזעהן אזאנס?! א מ-ח-נ-ה פון ב-י-נ-ע-ן!!! ממש א חתונה, ניין! מען קען נישט אזוי מען דארף זיי פארטראבן, וואס טוט מען דא? מען קען דאך נישט לעבן מיט זיי! קודם גייטס ארויס אינדרויסן און ווארטס ביז טאטי גייט קעיר נעמען דערפון.
די קינדער ווארטן אינדרויסן, וואס זאל איך יעצט טוהן? וויזאוי ווערט מען פטור פון די אלע קריכעדיגס? בינען – פליגן – מסקיטאוס – וכדו'.
לעצט פאראכטן דורך פיטום אום זונטאג יוני 29, 2014 5:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:51 pm

העי, ביסט אנגעקומען צום חתונה אנע איוועטעישען....
.....
#פיינע פעדער

דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:58 pm

איך האב אלעמאל געמיינט אז אין די קאנטרי וואוינט מען מיט די בינען, מאך דיך היימיש און מאך זיי באקוועם.

דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:59 pm

ס'גייט נישט צוזאמען.... איך קען נישט זיין היימיש אויב זיי זענען זיך דארט באקוועם העכער מיין העד בארד

דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:03 pm

זייער גוט! עקסעלענט! א געשמירטע פעדער! כאפסט גוט מיט די עולם מיט דיינע ארטיקלן

פרייטאג יוני 27, 2014 3:13 am

וודאי דערף מען זיי, וואס איז די קאנטרי מער ווי די שטאט אנע בינען?

פרייטאג יוני 27, 2014 3:54 am

יא, אבער מ'דארף מאכן פלאץ פאר די אנדערע געלט אויך, ס'דארף זיין דוקא א געמישעכטס פין בינען, פליגן, און מאסקיטאס! אנישט איז מען נישט יוצא די מצוה פין ק-א-נ-ט-ר-י מן המובחר.

עניוועי, גוד דזשאב ר' פיטום שרייב נאך!

זונטאג יוני 29, 2014 5:16 pm

עפעס אזאך איז דא מיט אויפהענגען בעגס וואסער, כ'ווייס נישט פונטקליך

זונטאג יוני 29, 2014 6:54 pm

http://www.amazon.com/Gardner-Manufactu ... ds=fly+web

מיר האבן דאס שוין עטליכע יאר, ס'איז נישט מיאוס ווי די אנדערע כאפער, און ס'ארבעט גאר גאר פיין פאר אלע קליינע פליעדיגע, וגם לרבות פוטער פליגן.

(פאר געווענליכע גרויסע פלוגן איז עס נישט דאס בעסטע, נישט אלס ווערן זיי פארקלעבט).

הילף: פטור ווערן פון אינסעקטן

זונטאג יוני 29, 2014 9:18 pm

איך זיך א פראדוקט וואס טרייבט אוועק קריכעדיגע און פליענדיגע אינסעקטן אוט-דאארס
דעי חברה מאכן יעדן אווענט / אויפדערנאכט א גרויסן כינוס פון אלע זייערע קרייזן דוקא ביי מיין טיר און ס׳איז געפערליך
דערפאר זיך איך עפעס וואס מען קען אראפלייגן אדער איינפלאגן אז דעי חברה זאלן פארשטיין אז זיי זענען נישט וועלקאם דא!!!
ייש״כ

מאנטאג יוני 30, 2014 12:40 pm

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23371

מאנטאג יוני 30, 2014 6:38 pm

צאמגעשטעלט.
שרייב א תגובה

Advertisement