בלאט 1 פון 1
חיזוק פאר א בחור וואס קוקט ארויף אויף אייוועלט
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 9:12 pm
דורך אנפין נהירין
איך האב עפעס צו שרייבן. איך מוז עס שרייבן, איך אנטשולדיג זיך אז איך גיי עס שרייבן אויף ענגליש.
Last Friday my friend a 18 half year old Bucher txt me that he is making a party Fri night in his house for buchrem, he asked me to come, and I said iyh. and I went with my friend, ------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- and we Where talking and eating. I was totally shocked, but didn't have the guts to leave.
Now I can use the chizuk from all of u to stay strong bedarcei hatora vehayirah.
Sorry if this topic does not belong on ivelt. thanks
און איך קען ביישטיין צו הערן וואס דער עולם האלט וועגן וואס איך האב יעצט געזאגט. איך בעט יעדע אייוועלט מעמבער זאל ביטע נישט טראכטען "איך קען גארנישט טון" ווייל איך בין פארלוירען, פליז העלפט מיר ארויס מיט זיכען א דזשאב, שידוך, אדער געבען חיזוק רופן פאר סעודות.
איר זאלט וויסן איך גיי אריבער יסורים וואס א מענטש פון פלייש אין ביין קען עס נישט פארשטיין!!!! איך גיי רעדן אפן, אפילו נישט יעדער קען מיר פערזענליך, איך בין זייער צעבראכענען אין צעמישט און פארלוירן וואס יא און וואס נישט צו טון, אין בין 28 יאר אין נאך א בחור, רוב פון מיין כיתה האבן שוין חתונה געהאט 98 ‰.
און עס איז זייער שווער פאר מיר, איך פיל ווי קיינער טוט נישט פאר מיר יעדער לעבט זיך זיין לעבן און פאר מיר טוט קיינער נישט, ווער עס קען טון פאר מיר און זאגן פאר יונגעלייט פון מיין כתה זאלן טון וואלט געווען א גרויסע מצוה, איך קען געבן טעלעפאן נאמבערס פון זיי, אדער קען מען אליין טון אפילו איין קאל א חודש צי עני שדכן און מיר זאגן אנפין איך האב דאס און דאס געטון פאר דיר יעצט, יעדער פון ענק אבער יעדער זאל נישט זאגן ווער בין איך, יא דו קענסט טון ווער עס קען מאריך זיין, זאל נאך שרייבן.
ישר כח
פון א צעבראכענע בחור וואס קוקט ארויס אויף א ישועה
אנפין
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 9:44 pm
דורך green
אנפין
טרערן רינען ליינענדיג דיינע שירות, די הארץ צוגייט און די מוח צורינט צוצוקיקן דיין צער
ניין איך פארשטיי דיר ב"ה נישט אבער איך טריי דיך צו פארשטיין (אזוי רעד איך מיך איין)
האלט פאר די אויגן איין זאך וואס וועט דיר באגלייטן אלעמאל אפילו נאך די חתונה בקרוב אי"ה: אתה בחרתנו - די באשעפער האסט אונז "יא אונז מיך און דיך אן קיין סטרינגס אטטעשעד האט דער אויבערשטער דיר אויסגעוועילט פון - מכל העמים - פון די טמא'נע גרויליגע שמוציגע גוים- און נאכאמאל- אהבת אותנו - די ווייסט וואס מיינט ליב? נישט אז מ'האט ליב א עסן אדער א געים, אהבה שאינו תלוי' בדבר, האסט שוין אמאל געהערט אז איינער גייט אויס פאר ליבשאפט? דער אויבערשטער האט "דיר" "ליב" און נאכאמאל NO STRINGS ATTACHED - ורצית בנו- און דער אויבערשטער האט "דיר" געוואלט און געשטרעיבט, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב ברוחניות אדער בגשמיות האט דיר דער אויבערשטער מער ליב וואו די קענסט נאר אפילו פראבירן זיך משער צו זיין, נאר ער קען און וועט דיר העלפן אין אלע דיינע פראבלעימען און געברויכן
יעצט צום חלק פון ואהבת לרעך, שיק מיר אריין אין אישי מער דעטאלן אין וואסערע גאטונג שידוך די טראכסט אז די וועסט פיטן און כוועל בל"נ פראבירן צו טוהן וואס איך קען דיר צו מאכן אויס בחור
חזק ואמץ
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 11:32 pm
דורך שוועמל
שרעקליך שרעקליך וואס דו פארציילסט.
כאב נישט קיין ווערטער אויפן מינוט מחזק צו זיין ווייל איך בין אינגאנצן צעבראכן.
כעל מוזן פרעגן מיין רבי'ן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 11:53 pm
דורך חסיד נלהב
חזק ואמץ אנפין !!
אויף אזעלכע לבבות נשברות שטייט היינט די וועלט, אז די האלסט דיר פעסט און ווערסט נישט חלילה נאכגעשלעפט נאך די גויאישע גאס, און די יידישיסטע וועלט וואס כאפט געווענליך אזעלכע קרבנות מיט צובראכענע הערצער, קיפ אן אנפין! געב נישט אויף די באשעפער וועט דיר זיכער העלפן
הכותב מתוך לב נשבר ונדכה על מצבך העגום
פייערדיגער חסיד.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 7:16 am
דורך ולא מיין
ליידער בין איך נישט אין די חיזוק ליין, אבער דו דארפסט טון למעשה. די אלע חיזוק רייד וועט דיר נישט העלפן בעת נסיון, אין שוואכע מאמענטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווי שנעלער אויפגעראכטן ווערן בזיווה''ג, אבער ביז'ן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזעל ברוינפן, דערפאר הייב אן אנצופולן דיין טאג.
צום ערשט וואלט איך געראטן, זאלסט אנטרעפן אן איבערגעגעבענער מורה דרך מיט אן אוזן קשבת, וואס זאל זיין גרייט דיר צו העלפן. ער קען זיין א מגי''ש פון דיין ישיבה, א יוד פון דיין קרייזן, ביהמ''ד וכדומה. קען זיין אפי' א בעה''ב, די עיקר מיט הארץ און געפיל (אפשר אז דו וועסט זאגן וועלכע קרייז דו געהערסט, וועט איינער מחברינו היקרים דיר קענען ריפערן צו אזא איינעם).
דערנאך מוזטו טרעפן א דזשאב פאר דיין אייגענע נערמאלקייט, סיפוק, אנצופולן די טאג. קוק נישט אויף די געהאלט לע''ע, נעם יעדער סארט ארבעט, פריפער עפעס וואס דו האסט ליב. אי''ה מיט די צייט וועסטו שטייגן און באקומען שענער באצאלט.
אויכעט מאך דיך א שיעור, זעץ דיך צו צו א שיעור אין ביהמ''ד. דארפסט דיך נישט דערשרעקן פון קיינעם, זיי זענען דו זעלבע בשר ודגים ווי דיר.
עכ''פ זע אויסצושטעלן ווי ווייט מעגליך אן אנגעפילטער סדר היום, רוב רובם פונעם טאג זאלסטו זיין פארנומען מיט ארבעט, וואס וועט דיר ברענגן בעז''ה סיפוק, און אודאי בסור מרע, האק אפ מיט די גרופעס תיכף ומיד, זייער לעבן איז קיין לעבן און פירט תיכף יגון שאולה.
זאל דער פון אויבן דיר באגלייטן און געבן חיזוק אויף טריט און שריט, און דיר אויפרעכטן בקרוב. אמן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 8:18 am
דורך חסיד נלהב
ולא מיין האט געשריבן: האק אפ מיט די גרופעס תיכף ומיד, זייער לעבן איז קיין לעבן און פירט תיכף יגון שאולה.
.
זייער שטארקע רייד
דברים כדרבונות !!
און דאס קענסטו שוין תיכף ומיד טון,
נאך ביפאר די מורה דרך ווערט צוגעפאסט צו דיר
און נאך בעפאר די פאסט זיך צו צו אן ארבעט,
די גרופעס לעבן פירט דיר צו די היפיס אין הארלעם רח''ל
זעה צו לעבן א זיס לעכטיג לעבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 8:29 am
דורך אידישע קאפ
אנפין.
איך פיל מיט דיין צער איך בין מיט דיר
וועגן עצות האט דער עולם שוין דא אויסגעשמוסט זה בכה וזה בכה איך האב נישט עכט וואס צו צולייגן. איין זאך וואס איך קען טון זאגן א קפיטל תהילים יעדן טאג פאר דיר
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 9:27 am
דורך Alien
ולא מיין, זייער אויסגעהאלטען. אנפין, דאס איז די בעסטע עצה זיך צו שטעלען אויף די פוס. זאלסט שנעל אויפגעראכטען ווערן.
(יישר כח פאר די מנהלים/אחראים פארן טון צו די זאך. איך האב נישט געוואלט קאמענטירען בעפאר.)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 9:33 am
דורך green
ולא מיין האט געשריבן:ליידער בין איך נישט אין די חיזוק ליין, אבער דו דארפסט טון למעשה. די אלע חיזוק רייד וועט דיר נישט העלפן בעת נסיון, אין שוואכע מאמענטן.
און טאמער ער האט דאס שוין אויך געטוהן?
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווי שנעלער אויפגעראכטן ווערן בזיווה''ג, אבער ביז'ן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזעל ברוינפן, דערפאר הייב אן אנצופולן דיין טאג.
צום ערשט וואלט איך געראטן, זאלסט אנטרעפן אן איבערגעגעבענער מורה דרך מיט אן אוזן קשבת, וואס זאל זיין גרייט דיר צו העלפן. ער קען זיין א מגי''ש פון דיין ישיבה, א יוד פון דיין קרייזן, ביהמ''ד וכדומה. קען זיין אפי' א בעה''ב, די עיקר מיט הארץ און געפיל (אפשר אז דו וועסט זאגן וועלכע קרייז דו געהערסט, וועט איינער מחברינו היקרים דיר קענען ריפערן צו אזא איינעם).
ער האט
דערנאך מוזטו טרעפן א דזשאב פאר דיין אייגענע נערמאלקייט, סיפוק, אנצופולן די טאג. קוק נישט אויף די געהאלט לע''ע, נעם יעדער סארט ארבעט, פריפער עפעס וואס דו האסט ליב. אי''ה מיט די צייט וועסטו שטייגן און באקומען שענער באצאלט.
ער האט
אויכעט מאך דיך א שיעור, זעץ דיך צו צו א שיעור אין ביהמ''ד. דארפסט דיך נישט דערשרעקן פון קיינעם, זיי זענען דו זעלבע בשר ודגים ווי דיר.
ער האט
עכ''פ זע אויסצושטעלן ווי ווייט מעגליך אן אנגעפילטער סדר היום, רוב רובם פונעם טאג זאלסטו זיין פארנומען מיט ארבעט, וואס וועט דיר ברענגן בעז''ה סיפוק, און אודאי בסור מרע, האק אפ מיט די גרופעס תיכף ומיד, זייער לעבן איז קיין לעבן און פירט תיכף יגון שאולה.
זאל דער פון אויבן דיר באגלייטן און געבן חיזוק אויף טריט און שריט, און דיר אויפרעכטן בקרוב. אמן.
די פראבלעים פון אן אלטע בחור איז זייער שווער און איינער וואס איז עס נישט דורך אויף די אייגענע בארד וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין
איך אויך נישט, איך האב נאר געהאט א גאר נאנטע חבר וואס איז דאס דורך ממילא ווייס איך א פיצי
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 9:54 am
דורך זאל ער קומען
איך האב אויך לעצטנס געהערט פון די פילע פעלער וואו קיינער כאפט נישט אז ס'איז עפעס וואס מ'דארף רעדן דערפון, אבער ס'איז אז פראבלעם פאר א בחור, אז איך האב זיך געשעמט פאר מיר אליין, וואו ווייט כ'בין נישט געווען aware פון די שווערעקייטן און מוטשענישן וואס זיי גייען דורך.
איין פיצעלע דוגמא, ווען אימער ס'קומט פאר א מסיבה/אקציע פאר'ן גאנצן עולם מוצאי שבת קענען זיי בכלל נישט גיין (אינקלודינג כ"א כסלו אום מוצ"ש), ווייל דער גאנצער עולם גייט שטריימלעך און ס'איז מורא אבוויעס אז ער מיט'ן הוט איז נאך א בחור.
(א גרויסן יש"כ פאר'ן מסדר זיין די ערשטע תגובה. ס'איז געווען א חרב פפיות)?
אנפין, דער רבש"ע זאל דיר אויפרעכטן בקרוב ובניקל. כ'בין זיכער אז דו האסט שוין געהערט אלע מעשיות און חיזוק, אבער איך האב נעכטן געהערט בשם ר' מיילעך בידערמאן, א 29 יעריגער בחור איז געפארן פאר א שידוך קיין מאנטריאל, און נאך זייענדיג דארט איז עס נעבעך צעפאלן. די טאטע/מאמע זענען געווען צעבראכן אויף פיץ פיצלעך און ממש פארביי, און אויפ'ן גאנצן וועג אהיים (געפארן מיט קאר סערוויס פון און קיין בארא פארק) האט דער בחור גערעדט על לב הוריו, און זיי פרובירט צו בארואיגן, אז ס'עט זיך מאכן נאך, און זיכער עפעס בעסערס. מ'דארף עס נאר דורכגיין וכו' וכו'.
צוויי טעג שפעטער איז ער געווען א חתן!
דער קאר סערוויס דרייווער האט געהאט אן עלטער מיידל און געזוכט א בר הכי, און ער האט מיטגעלעבט זיבן-אכט שעה וויאזוי דער בחור פירט זיך אויף בכיסו ובכעסו, און ווי נאר ער איז אנגעקומען אהיים האט ער קאנטאקטעד א שדכן און געשטופט דעם שידוך.
זאל דער רבש"ע העלפן אז דו זאלסט בקרוב קענען דערציילן אזא אדער ענליכע אפענע סייעתא דשמיא מעשה מיט'ן זעלבן אויספיר, שוין אלץ יונגערמאן.
ביז דעמאלט, פאר דיין טובה, טויש 'איין' זאך. אויב דו ווייסט אויף א פלאץ וואו מ'קען זיך אנזען מיט אזעלכע געשעענישן, גיי נישט!
(באקאנט פון בעש"ט אז זען א איד טון אן עבירה מאכט א פגם אויף די נשמה).
ס'איז שווער, און איך ווייס היינט אז איך הייב נישט אן צו באגרייפן אפס קצהו פון וואס דו מאכסט דורך, אבער בזכות זה אליין קענסטו און זאלסטו געהאלפן ווערן מיט "בני" חיי ומזוני רויחא, און א גוטע שלום בית עד מאה ועשרים שנה.
(אוי רבש"ע העלף…)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 10:13 am
דורך פלוני
חבר יקר!
א) א"ר יוחנן שלשה מכריז עליהן הקב"ה בכל יום על רווק הדר בכרך ואינו חוטא וכו' (פסחים קיג א) עיי"ש א מורא'דיגע מעשה.
הערסטו פון וועמען ס'רעשט זיך טעגליך אין הימל!!
ב) איך בין פאריגע וואך געווען ביי א חתונה פון איינעם בערך דיין עידזש, וואס האט ב"ה געטון א פיינעם שידוך.
געדענק און חזר וואס דער הייליגער רבי ר' נחמן מברסלב האט געשריגן 'קיין יאוש איז גאר ניט פארהאנדין'.
ג) רייס איין ביים בוכ"ע 'שתצילנו מחבר רע', גלייכצייטיג אנטלויף פון די מענטשן אזויווי ס'שטייט די וואך אין די סדרה 'פן תבלענו הארץ'.
ד) ס'איז ברור אז דיין ווייטאג און 'shock' פון יענעם שב"ק שפאלט הימלען און קענסט אסאך בעטן בזכות זה, ואולי זהו כוונת מוהר"ן ז"ל: אנחה וגנוחי של האיש הישראלי חשוב ויקר מאד וכו'.
תן לחכם ויחכם עוד...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 10:27 am
דורך ישמחו
ס'איז אין לשער די מצוה פון יעדן וואס קען נעמען עטליכע מינוט מחשבה און אפשרייבן עפעס צו דער זאך וואס זאל דערהאלטן אונזערע אייגענע בלוט און פלייש ידידים און חבירים אין די שווערע מצבים.
ובפרט פון אזעלכע וואס זענען געווען אין אזא מצב און דערנאך געווארן אויפגעלאכטן, זאלן אפשרייבן זייערע מעאומארן און וואס האט זיי געהאלטן ביז צו די פרייליכע ענדע.
ועצה טובה קמ"ל:
ס'איז יעצט אנגעקומען אין די ספרים געשעפטן א שיין ספר "מה' יצא הדבר", גאנץ דיק מיט אסאך גוטע סחורה פון מגידים נפלאים, גוט אויסגעשטעלט און געשמאק צום לערנען/ליינען. געווידמעט ספעציעל אויף די נושא.
אלע סארט חיזוק שמועסן און פראקטישע רייד איבער די נושא "למעוכבי שידוך".
ס'לוינט זיך איינצוהאנדלען, עיין שם ותמצא נחת.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 12:32 pm
דורך פעקס מאשין
טייערער אנפין,
איך בין נישט קיין שרייבער, רעדנער, אדער בעל מחזק. אבער ווי איך זעה קומסטו בעטן חיזוק דא אויפן וועלטל, וואס טוט באדייטן אז די ביסט גרייט צי הערן פון סיי וועם וואס איז גרייט אביסל צי שרייבן.
ווי די קענסט זעהן האב איך נאך קיינמאל קיין ארטיקל נישט געשריבן, אבער אזוי ווי די האסט געפענט מיין הארץ וועל איך שרייבן פאר דיר אפאר שורות.
איך וועל זיין אן אומר דבר בשם רבו, איך האב דאס געהערט פון מיין רבי הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א (אגב בין איך זיין תלמיד פון בלויז אפאר דרשות וואס איך האב גענימען אלץ יסוד און לעבן).
רבי בערל לייגט דאס אראפ מיט א משל כדרכו וואס איז כדי די זאלסט דאס הערן פון אים אויפן טעיפ עס וועט דיר פיל שטערקער אריין אין די ביינער ווען די וועסט דאס הערן מפי רבי.
- - -
אין די אמעריקאנער ארמיי שרייבן זיך איין טעגליך טויזענטער סאלדאטן. און זיי ווערן ציטיילט און צענדליגע אפטיילונגען לויט זייערע פעאיגקייטן. טייל קומען אן צי שמירן פיטער ברויט פאר די סאלדאטן, טייל וואשן וועש, אין די בעסערע טייל שיקט מען אויף די פראנטן זיך צי שלאגן פנים אל פנים מיטן שונא אין לייבן גריב.
איז ווער פון זיי דארף צי זיין דאס מערסטע גליקלעך? לכאורה די פיטער שמירערס? קיין שום איינשטעל, באקוועם אין קאך מיט לעקטער, הייצונג, איר קאנדישאן, און וואס נישט. וואס שייך בעסער.. פון די אנדערע זייט די קאמאנדאס זענען נעבעך אויפו פראנט הייס, קאלט, זיך שלאגן אין קעמפן פאר די לעבן און גאר שווערע מצבים.
אבער במציאות וועסטו זעען פארקערט!
די פיטער שמירער ווייסט גוט וווי ער שטייט, אז מען קען אים נישט טראסטן מיט קיין שווערע אויפגאבעס, ער איז גוט צי טוהן די מינדערוויכטיגע ארבעט, יעצט שטעל דיר פאר ווען זיין אויפזעער גיט אים א קאמפלימענט, WOW אזוי שנעל געשמירט די ברויט... די ביסט די בעסטע סאלדאט... וואס טראכט ער צי זיך? האלא איך ווייס פינקטלעך ווי איך ארבעט, און פארוואס איך טוה דעם ארבעט און נישט עפעס אנדערש.
לעומת זה ווען די קאמאנדא באקומט א קלאפ אין רוקן, קלערט ער, דאס ווי גוט איך בין דארפסטו מיר נישט פארציילן, איך בין אויסגעקליבן צי א שווערע פליכט נישט אומזיסט!
יעצט לאמיר גייו א שטאפל ווייטער, ווען עס קומט צי אדורך פירן א העכסט ריזיקאלישער מיסיע ווי צי גיין אין לענדן א העליקאפטער אין הויף פונעם טייוול אליין. און פאקיסטאן. וויט פונעם היימלאנד. און כאפן בין לאדין און טינקעלקייט פון נאכט. אפגעזעען אז ער האט וועכטער מיט געווער. באפאנצערט און באוואפנט. האט מען דערפאר אויסגעקליבן פין אפאר מיליאן סאלדאטן די סאמע בעסטע 20 וואס די געלערנטע אמיריקאנער ארמיי פארמאגט. און מען זאגט זיי גייטס אריין אין לייבן גריב! אין פירט אויס דעם ריזיקאלישער מיסיע!
וואס וואלטן זיי געדארפט טראכטן??
וואס? אזא שווערע אויפגאבע? ס'יז שרעקעדיג.. פארוואס פינקט אינז? ס'יז דאך דא אנדרע מיליאנען סאלדאטן? פליז.. איך קען דאס נישט מאכן...
ביים זיך הייבן צום מיסיע וואלטן זיי לכאורה געדארפט זיין פארלוירן און נידערגעשלאגן, אן קיין מוט און קוראדזש, הלמאי ס'יז דאך פון די שווערסטע אקציעס וואס אמעריקא האט נאר אמאל אדורך געפירט.
מיט אזא גיסטע וואלטן זיי דארט אנגעקומען, קוים ארויסגעקראכן פון העליקאפטער און פליצלינג אוי!! משיסט!!! ס'פליט קוילן.. לאמיר אנטלויפן...
אבער ניין!!
די קענסט זיין זיכער אז עס נישט אזוי ציגעגאנגען. (ווען יא וואלסטו קיינמאל פון די אקציע נישט געהערט.. עס וואלט געווען די גרעסטע דורכפאל אין היסטאריע...)
ווען זיי האבן באקומען די שווערע באפעל האבן זיי גאנץ גוט געוויסט אז דאס איז ווי די בעסטע קאמפלימענט וואס זיי קענען באקומען. דאס באדייט אז נאך שווערע טרענינונגען האט מען זיי געקליבן 20 פון אפאר מיליאן! אלץ די בעסטע קאמאנדאס און דער וועלט! מען קען זיי טראסטן אויף די שווערסטע אויפגאבעס. דאס אליין האט זיי געגעבן די מוט אדורכציפירן סוקסעספול די שווערסטע מצבים.
טייערער אנפין.
מיין הארץ גייט אויס אויף די שווערע אויפגאבע וואס די רבוש"ע האט דיר באשערט.!!!
עס איז טאקע שווער, ס'זעט אויס ביטער, און דערפאר האט די באשעפער נישט געטראסט אנדערע מיט אזא שווערע דורכגאנג!!
מיליאנען נשמות קומען אראפ אויף דעם עולם צי דינען א טערמין פון 80-90 יאר. טייל דערפון קען מען נישט טראסטן מיט קיין שווערע דורכגענג. און באקומען פארדעם א גרינגער לעבן.
אין אנדערע קען מען טראסטן מיט שווערעקייטן נאר פון צייט צו צייט, כל אחד לפי מדרגתו!
דיר האט דער באשעפער אויסגעוועלט און זאגט מיין טייערער אנפין איך ווייס די ביסט מיר א געטרייער סאלדאט, דיר קען איך טראסטן מיט א שווערע דורכגאנג! גיי אריין און טיפן לייבן גריב און טוה פאר מיר מיין שלוחות מיט שטארקייט! גיב נישט אויף! איך קען דיר מיין קינד, די קענסט און וועסט דאס אויספירן!
די באשעפער זיצט יעצט מיט די פמליא של מעלה און סיטואציע צימער און קוקט זיך צי.. לאמיר זעען ווי אנפין פירט דורך די אקציע מיט סוקסעס.
ער האט הנאה פון יעדע מצווה וואס די שיסט, און שעפט נחת פון דיין שטארקייט. ער פרייט זיך מיט דיין סוקסעס און וויינט אויף דיינע דורכפעלער!
האלט פאר דיין אויגן!
דיר האט מען געוועלט איינס פון זיבן ביליאן נפשות!! גיי אן האלט דיר שטארק!!
האב נישט מורה, מען האט דיר נישט געגעבן מער ווי די קענסט!!
אז די ווערסט שוין אפגעשוואכט, זיי זיכער מען וועט דיר נישט געבן נאך, דיין ישועה איז נאנט!!!
ידידך המצפה לישועתך ולישועת כל בית ישראל:
פעקס מאשין
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 12:40 pm
דורך משה יענקל
שכח פאקס
עס איז מורא-דיגע חיזוק וואס א יעדער קען ניצען!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 12:46 pm
דורך אנפין נהירין
א גרויסען ישר כח פאר די חיזוק
באט מען דארף טין למעשה איך האלט מען מיז אויפ מאכען א אפיס ווי העלפין יעדי בחור העכער 20 וואס איז נישט קיין חתן אבער יעדים איינעם איינעם אין גייסט מיך זאגען עס איז שוין דא אויב יא פארוואס בין איך נישט קיין חתן מען דארף איבער דרייען א וועלט יעדער זאל וויסען איך מיין נישט נאר מיך באט אויך מיך איך וויל זען תחלית עס זאל זיין א סייט פאר שדכנים אויפ ערליכע וועג אין מען זאל טין פאר אלעס איז דא היינט מקימי חיי לייפלין, בוני עולם, הצלה שומרים, באט א בחור העכער 20 וואס איז ארויס פין די סיסטעם טיט קיינער נישט מען איז אליין אויפן וואסער איך וויל מען זאל טין עס זאל זיין אינטערוויו אויף קול מבשר, אין צעצליך אין שולין אין יעדער זאל זאגען זיינע עצת נאכאמאל פליז מען מיז טין פאר יעדעם בכלל ובפרט אין אויב איר זאגט אז עס איז שוין דא וואס טוען זאל מען זיי קאנקעטען אין ארבעטן אין איינעם
איך מיין עס איז בעסער נישט צי רעדן אזוי פיל אויף איועלט ווער עס וויל העלפען זאל איינער מאכן עקרטערע פלאץ אימייל אדער סייט ווי מען גייט שרייבען וועגען דעם ישר כח אנפין
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 1:50 pm
דורך אידישע קאפ
א גרויסן ש'כח פעקס פאר די ווארימע חיזוק ווערטער, איך ווייס נישט אויב די האסט עס געשריבן דירעקט נאר פאר אנפין
מיר האסט זיכער מחזק געווען
Maestro 1:1↓ פליז ליין עס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 3:53 pm
דורך אנפין נהירין
Maestro 1:1↓איך וויל בעטן ער זאל מיך שיקן א מעסעדש ווי מען קען עם קאנטעקען ער האט מיך געשיקט פרייוועט מעסעדש אבער איך קען נישט צוריק שיקן איך מיין ער האט געבלאקט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:22 pm
דורך לאדיךארויס
זאלץ וואסער אויף אמ"ג האט געשריבן:
עס איז א מיליטער אמאל געגאנגען אויף א מיסיע, און זיי האבן געמוזט גיין א גאר ווייטן וועג, אנצוקומען דערצו. אבער ווי דער סדר פון סאלדאטן זענען זיי געגאנגען שיין אויסגעשורה'ט און געשטעלט טריט נאך טריט צונאזאם אנצוקומען צום ציהל.
ויהי ערב ויהי בוקר, און דאס מיליטער האט זיך געטראפן אויסגעשורה'ט פארנט פון א הויכן בארג וואס מ'האט געדארפט אנקומען צום שפיץ צו קענען גיין ווייטער.
דער גענעראל האט אויסגערופן יעדער זאל זיך שטעלן נאענט צום בארג איינער נעבן צווייטן, און ווען מ'וועט הערן דעם פייף זאל מען אנהייבן מארשירן פאראויס.
א בארג ווי אלע בערג, האט עס געהאט אויסגעטרעטענע וועגן, און פארשטיינערטע זייטן, עס האט געהאט פלעצער ווי עס גייט גראד ווי א וואנט, און פלעצער וואו עס גייט שיין און גראד.
די סאלדאטן האבן אבער נישט קיין אפציעס, יעדער ביי זיין פלאץ דארף אנהייבן קריכן, און דערגרייכן דעם שפיץ.
דער לאנגער פייף איז געקומען, און די סאלדאטן הייבן אן קריכן. די וואס זענען ביי די מער אויסגעפלאסטערטע וועגן, לויפן שנעלער, און די וואס זענען ביי די קרומע שטיינערדיגע וועגן, קריכן און דראפענען זיך מיט שוועריגקייטן, אבער אלעס מיטן זעלבן ציהל, אנצוקומען צום שפיץ.
די סאלדאטן וואס האבן זוכה געווען צום גרינגערן טייל פון בארג, זענען שוין אויבן, און די אנדערע קריכן און שוויצן מיט שוועריגקייטן, אבער מאכן פארשריט צעביסלעך.
ביז אלע סאלדאטן זענען אנגעקומען אויבן, און פאר זייערע אויגן אנטפלעקט זיך...
א פיהל גרעסערער בארג! א שווערערער בארג!
יעדער אויף זיין פלאץ דארף זיך יעצט גרייטן אנצוקומען ביים קומענדיגן שפיץ. די וואס האבן אזוי לייכט דורכגעשפרייזט דעם ערשטן בארג, שטייען יעצט ביי שווערע חלקים פונעם צווייטן בארג, און אזוי אויך פארקערט, עס טוישן זיך די קארטן, יעדער דארף ווייטער קריכן, פאר איינעם שווערער ווי פארן צווייטן.
די וואס זענען שוין דורך דעם קריכעריי ביים ערשטן, זענען רגילים במלאכתן, עס נעמט זיי שוין שנעלער, און געוויסע פון זיי זענען פשוט ביים לייכטערן וועג פונעם צווייטן בארג. די וואס זענען אזוי שנעל ארויף דעם ערשטן בארג ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה געבן אויב פאלט אויף זיי דער גורל צו זיין ביים שווערן טייל פון צווייטן, און זיי קענען זיך קוים דערשנאפן צום שפיץ.
***
מיין טייערער חבר:
דאס לעבן איז א בארג, וואס מיר אלע דארפן קריכן, יעדער קוקט מיט אנגסט צום שפיץ און וויל דארט אנקומען. עס זענען דא בחורים וואס זענען ביים אויסגעפלאסטערטן וועג, און זיי קומען אן שנעל, ווידעראום אזוינע טרייע סאלדאטן וואס מ'האט זיי געהייסן קריכן ביי די שטיינערדיגע וועגן, נעמט עס לענגער און שווערער.
אבער ווען מ'גרייכט דעם שפיץ און מ'מיינט מ;איז שוין אנגעקומען, זעהט מען פאר זיך א פיהל שווערערן בארג, און די וואס זענען געוואוינט צו זיין באקוועם קענען זיך פיהל שווערער ספראווענען מיט די שוועריגקייטן.
יא, מ'זעהט קלאר, די סאלדאטן וואס דארפן קלעטערן און קריכן, און ס'נעמט זיי לענגער, איז נישט ווייל זיי זענען פוילער, אדער אומטויגליך, נאר ווייל דארט האט זיי דער גרויסער גענעראל אראפגעשטעלט צו קריכן.
יא. עס נעמט זיי לענגער, און ס'איז זיי שווערער, אבער ווען זיי גרייכן דעם שווערערן בארג, זענען זיי באזעסן, און אויסגעארבייט, און ווייסן וויאזוי צו נעמען דאם לעבן ערנסט מיט א שכל הישר, און זיי קומען אן צום תכלית גרינגער און שנעלער.
טייערער אנפין. דו ביזט א סאלדאט! א טרייער סאלדאט! דו קריכסט אויף א שווערן בארג! די שפיץ איז אבער נאענט. וויסן זאלסטו אז דער בארג גראד נאך די חתונה איז צומאל שווערער ווי דו מיינסט, און מיט יעדן טאג וואס דו קריכסט דעם ערשטן בארג, וועט דיר דער גענעראל לאזן ביים צווייטן בארג גיין אויפן גרינגן אויסגעפלאסטערטן וועג.
דו וועסט האבן א גרינג און גוט לעבן, וואס וועט דיך פארענטפערן אסאך פון די אומפארענטפערטע פראגן! דו וועסט אנהייבן פארשטיין וואספארא נוצן די שוועריגקייטן ברענגען פאר דיין גליקליכן עתיד בעזהשי"ת.
א איד ווערט נישט פארלוירן, ווייל דער גענעראל איז א אייביגער, און איינציגער, וואס קען דיך יעדע ליאדע מינוט אויפהייבן על כנפי נשרים און ארויף שטעלן ברום המעלה, וואס פון דארט וועסטו בעסער און קלארער זעהן אז יעדע טריט אין לעבן איז לטובתך.
איך בין מתפלל פאר דיין שנעלע ישועה, און איך וואונטש דיר אז דו זאלסט משיג זיין רוב טובו וחסדו הגדול בקרוב ממש.
האב מיר א גוטע נאכט, און האב מיך אינזין נאר א טייל פון וויפיל איך האב דיך אינזין, וועל איך שוין אויך זיין א געהאלפענער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:38 pm
דורך פיטום
פארן אנערקענען אז די באלאנגסט נישט דארט דאס אליין איז א מוראדיגער חיזוק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:50 pm
דורך Yoely
אנפין נהירין האט געשריבן:א גרויסען ישר כח פאר די חיזוק
באט מען דארף טין למעשה איך האלט מען מיז אויפ מאכען א אפיס ווי העלפין יעדי בחור העכער 20 וואס איז נישט קיין חתן אבער יעדים איינעם איינעם אין גייסט מיך זאגען עס איז שוין דא אויב יא פארוואס בין איך נישט קיין חתן מען דארף איבער דרייען א וועלט יעדער זאל וויסען איך מיין נישט נאר מיך באט אויך מיך איך וויל זען תחלית עס זאל זיין א סייט פאר שדכנים אויפ ערליכע וועג אין מען זאל טין פאר אלעס איז דא היינט מקימי חיי לייפלין, בוני עולם, הצלה שומרים, באט א בחור העכער 20 וואס איז ארויס פין די סיסטעם טיט קיינער נישט מען איז אליין אויפן וואסער איך וויל מען זאל טין עס זאל זיין אינטערוויו אויף קול מבשר, אין צעצליך אין שולין אין יעדער זאל זאגען זיינע עצת נאכאמאל פליז מען מיז טין פאר יעדעם בכלל ובפרט אין אויב איר זאגט אז עס איז שוין דא וואס טוען זאל מען זיי קאנקעטען אין ארבעטן אין איינעם
איך מיין עס איז בעסער נישט צי רעדן אזוי פיל אויף איועלט ווער עס וויל העלפען זאל איינער מאכן עקרטערע פלאץ אימייל אדער סייט ווי מען גייט שרייבען וועגען דעם ישר כח אנפין
Right! it should also be a organization like the organization for Gireeshim(dont remember the name). to have all old Bucherim to come together from time to time. and to share information and helpful tips etc
live a life of light and full of life
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:11 pm
דורך shomierpeevilshonoi
1]fill out your day with a schedule that is total occupied with only content things ,like now am pray,now study ,now do chesed ,now am eat now sleep now am rest ,
2]entangle in whats available and is permitted to you ,enjoy those its fullest
3]keep on pray for the better and thank hashem for all include your sole existence ,which all is in the path that will in the very end lead you to a place that has the upmost fun,joy,entertain,comfort,
4]treat with respect and dignity and all people ,that will give you the sense of self respect
5]keep on trying to be the closest to whats right and proper ,that will give you a sense of satisfaction and happiness
6]remember these above identity of you ,is yours and not to be surrender to others that want to steal it away from you direct or indirect=its your life !
7]this above not to be spoiled by getting them to self serve of feeling of proudness of self=the ego ;
but yet be proud of its practice ,due to you'll get paid 'its done for the right price !as well be proud for the future that you will invest in the same "as well be proud of your soul part which is pure potential to connect to the source of all fun,joy,entertain,comfort,
any devil evil done ,do right away tshuvah and use mikvah dont dig into the single grape while a whole grape garden awaits you ,t get loose from it and gain all that's available for you !!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:36 pm
דורך גוגל
Some "enters" will make it easier to read
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:56 pm
דורך shomierpeevilshonoi
what are enters ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:57 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
New line
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:58 pm
דורך פינטל
More space and room between the paragraphs