בלאט 1 פון 1
א דומם א מלמד, א מעלה אדער א חסרון?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 3:29 pm
דורך ולא מיין
ס'איז דא אן אל''ף בי''ת טוי, וואס שפילט אלע אותיות פון אל''ף בי''ת. ווען איך האב אנגעשוירן מיין יונגל, האט איינער פון די שכינים מזכה געווען דעם חתן המגולח, מיט די טוי. אחוץ וואס מיין פרוי ווערט נערוועז דערפון, האביך אריינגעטראכט, ווי מ'ווייסט איז געווען זייער הארב ביי ערליכע אידן, אז די אל''ף בי''ת מלמד זאל זיין א ירא שמים מרבים. צדיקים האבן תולה געווען ירידות אין די שפעטערע יארן, אינעם קינד'ס אל''ף בי''ת מלמד, א''כ השאלה נשאלת, זאל איך לאזן מיין קינד שפילן מיט דעם טוי, וואס סאיז לא ימלט אז ער לערנט זיך אויס אל''ף בי''ת? אדער איז דאס סתם אן איבערגעטריבענע עקסטערים משוגעת? והחונן לאדם דעת, יחוה דעת.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 3:54 pm
דורך נשמה
איך האב נישט קיין דעת בכלל
אבער וואס איז עס אנדערש ווי א טעיפ מיט א ביכל ווי למשל אלף בית וועלט פון שמעלצערן?
דארט איז אויך נישט דער רבי מער ווי א דומם.
דיין קינד איז שוין ברוך השם געגאנגען צום מלמד ער איז דאך דער ירא שמים און ער האט אריינגעלייגט דע סידס.
די מאשין איז דען צופיל אנדערש ווי די געקאלערטע צעטעלעך וואס קינדער ברענגען אהיים פון חדר.
איז עס דען אנדערש ווי די טשאק אויפן בלעקבארד.
און בכלל פרעגסטו אויף די טוי
דהיינו איז די טוי א גוטע זאך בכלל צו קויפן פאר קינדער.
סדא אסאך אזוינ טויס אוט דער.
אבער דו זאגסט אז אויסלערנן אלף בית דארף דייקא זיין א ירא שמים.
היינטיגע צייטן איז אזוי אנדערש פון אמאל סייווי.
איך טראכט נאר הויעך...
איך וואלט עס נישט געקויפט.
אבער צו קענסטו עס אוועקנעמען פון דיין יונגעל?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 4:12 pm
דורך ולא מיין
נשמה האט געשריבן:דיין קינד איז שוין ברוך השם געגאנגען צום מלמד ער איז דאך דער ירא שמים און ער האט אריינגעלייגט דע סידס.
נאכנישט. קוים דריי יאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 4:23 pm
דורך נשמה
נו?
שלש שנים ערלים ניין?
וואס זאגט דער עולם...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 10:29 pm
דורך חבצלת השרון
עני אידישע טוי איז קודם כל א מעלה.
זיי זיכער אז עס האט נישט קיין דין פון לערנען, מעמעג לכאורה שפילן מיט דעם ביפאר זאגן ברכת התורה.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2014 10:39 pm
דורך נשמה
שוין האסטע
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 8:45 am
דורך farshlufen
איר געדענקט דען שוין נישט די אלטע זינגעדיגע שפילערייען elmo. וכדו' שפילערייען פון די אלגעמיינע גאס?
די היינטיגע זענען פיל אידישליכער חוץ וואס היימישע אינגעלייט פארדינען דערויף.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 9:37 am
דורך זאל ער קומען
אכשר דרא…
קודם כל, דאכט זיך מיר אז דער ענין פון לערנען מיט די קינדער איז מער דער חלק פון נישט לערנען מיט אן אינו יר"ש, מער ווי דער חלק פון לערנען דוקא יא מיט א יר"ש.
צווייטנס, יעדער וואוילער חסידי'שער יונגערמאן (און די קווייער פון די קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא) איז דאך מער ווייניגער פונקט אזוי גוט ווי זיין מלמד אין חדר גייט זיין.
דריטנס, הייסט דאס תורה? קען א איד מקיים זיין מצות ת"ת דורכ'ן זינגען ביי א חתונה אלע פסוקים?…
פערטנס, ווי שוין דערמאנט דא, וואס איז געווען ביז דעיס איז ארויסגעקומען? איז עלמאו און זאואי בעסער?
(אפשר וועלן מיר נאך רעדן אמאל דערפון ברייטער (אדער נישט משום הרחק מן הכיעור, אבער אין די גאס איז שוין דא שמועס איבער די פילע סובלימינעל באהאלטענע מעסעדזשעס אין "יעדע" קאריקאטור פון 'דיזני' בדוקא געצילט צו פארמען דעם געדאנקנסגאנג פונעם יוגנט צו פריצות, פריקות עול, אמעריקאנער קולטור!).
די זאכן שאדט מיליאן מאל מער פון לערנען/כאפן אלף בית פון א דומם. (און ס'זייער שווער צו הייסן סטאפן די גוי'אישע סתם אזוי, איידער ס'דא אידישע).
און נאך איין פונקט. איך געדענק אז ווען ס'איז ארויסגעקומען די אלף בית בוך פון שמעלצער זענען געווען מעוררים אז מ'נעמט די הייליגע אותיות התורה און מ'מאכט פון דעם קאריקאטורן. די ד' הינקעט און די ה' האט א קעסט, און די למד קאטשקעס פליען וכו', און זיי האבן אנגעהויבן נעמען חתימות פון רבנים און תורה אויטאריטעטן.
ווען ר' זושא שמעלצער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט אז מ'שפילט זיך מיט זיין לעבן, מ'איז אים יורד לחייו מיט זיין גרויסע אינוועסטמענט. (נישט געהערט פון אים אליין גארנישט, אבער מ'האט דעמאלט גערעדט, אז ער האט געלאזט פאלן ווערטער ווי אז קען זיך נישט שלאגן אבער דער רבש"ע קען יא…).
האבן די 'מעוררים' מורא געהאט פונעם והי' כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני. ווען זיי זענען געווען ביי רבי'ן ר' הערשעלע מספינקא זי"ע האבן זיי ארויסגעברענגט דעם חומר הפרשה און זיי האבן געוואלט נעמען התחזקות פאר זייער נייע מערכה, און בתוך הדברים האבן זיי ערווענט זייער פחד, און געפרעגט צי יש מקום לחשוש פאר אן הקפדה.
האט ספינקא רבי זיי געענטפערט מיט גרויס פקחות: אוודאי דארף מען שטארק מורא האבן פון טשעפענען א איד'ס מקור פרנסה, און ס'קען שאדן רח"ל. אבער היות זיי זענען עוסק אין דעם גרויסן ענין פון בזיון התורה זאלן זיי זיין גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן. פאר תורה קוקט מען נישט אויף די פערזענליכע אייגענע אינטערסן, מ'דארף זיין גרייט צו גיין אין פייער פאר כבוד שמים וכבוד התורה.
און מיט דעם האט זיך עוולה/פרשה/פראבלעם/פרצה געשלאסן אזוי שנעל ווי ס'האט זיך אנגעהויבן….
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 9:45 pm
דורך דע מה שתשיב
איבער דער דערמאנטער מעשה:
זושא האט געפרעגט דעם 'מעורר', פארוואס ער האט זיך נישט דורכגערעדט מיט אים, איידער ער זעצט זיך ברענגען חתימות. דער איד האט געזאגט פאר זושא, איך שרעק זיך נישט, איך בין אויך אן אייניקל פון ר"ר אלימלך. איז זושא געגאנגען צו דעם סיגוטער רב (דער 'ברך משה'), אים געגעבן א קוויטל און א פדיון און זיך גע'טענה'ט אביסל איבער דער נושא.
ווען זושא איז ארויס האט דער סיגוטער אים נאכגעשיקט די פופציגער, ווייל "ביסט דאך נישט געקומען פאר א קוויטל"... דער זון, כ"ק האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א און דער מונקאטשער רבי שליט"א האבן אים געהאלפן איבערקומען די אלע שוועריגקייטן.
שפעטער האט זושא געהערט א טעיפ וואו דער 'מעורר' זאגט א דרשה, נאך א שריפה וואס האט פאסירט אין שטאט און עס האט דעמאלטס אויך געפלאקערט א פאליטיק. האט דער איד דערציילט אז ער האט געהאט א מעשה מיט א יונגערמאן וואס ער האט געוואלט אויף יענעם לייגן אן איסור, בין איך געגאנגען צו רבי הערשעלע ספינקער און געפרעגט צי איך דארף מורא האבן.
האט רבי הערשעלע געענטפערט: "אוודאי דארף מען מורא האבן פון יענעמ'ס הקפדה, ווייל אויב דו טוסט וויי א איד, וועט עס צוריקקומען צו דיר, נישט קיין חילוק פארוואס דו האסט עס געטון. נאר עס זענען געווען צדיקים וואס זענען געווען גרייט דערויף."
דער 'מעורר' איז אבער נישט געווען גרייט דערויף.
גראדע האט א קרוב פון דעם רב דערציילט, אז דער רב המעורר האט געזען אין א קבלה ספר אז מען מעג לערנען די אלף-בית אויך אויף דעם אופן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 9:47 pm
דורך דע מה שתשיב
עס שטייט פון הרה"ק רבי שלמה לוצקער אין פרשת צו אויף שבת הגדול, אז א מלמד דארף לערנען אלף-בית מיט קינדער, אויף אלע מיני וועגן. די גרעבסטע וועג. "בעבות ובגסים ביותר", און ס'הייסט געלערנט תורה פאר קינדער, ווייל פאר די קליינע קינדער מוז מען זיך אראפלאזן אויף זייער וועג וויאזוי צו לערנען.
נאכדעם שטייט אין תורת חיים, וואס ער שרייבט אז מען זאל לערנען מיט די קינדער אז קמץ איז אזויווי א בארד, א קמץ-בערדל, מען זאל זיך אראפלאזן צו קינדער אויף דעם וועג.
דער מאור עינים שרייבט, אז אן אלף איז אזויווי אן וואגשאל-אמפער, וואס א וואסער-טרעגער טראגט, ווייל מען דארף עס לעוועלען אז די קינדער זאלן פארשטיין וואס מען לערנט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2015 2:47 am
דורך מילין_יקירין
כעל ענטפערן קורץ אין שארף.
דאס קינד גייט אין נורסערי, יא?
היינטיגע צייטן זונגט מען די אלף בית אין חדר, סאו ״אויסלערנען״ וועט ער זיך נישט פון דעם טוי