עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג יוני 17, 2014 8:14 pm
דו פארשטייסט דאך יא צום נפשיות'דיגן חלק פונעם מענטש ווייסטו דאך אז מ'קען נישט פיקסן קיין פראבלעם דורכ'ן פיקסן בלויז די קאנסעקווענצן מ'דארף דערגיין דעם שורש פונעם פראבלעם קודם.
דאס אז דו פאלסט אריין אין בעט כפגר מובס איז א תוצאה פון: ארבעטן למעלה מן היכולת, סטרעס לעוולס וואס צוברעכן דעם טעסטער… לערנען עד צאת הנשמה, שרייבן אויף אייוועלט ביז דו פאלסט צאם אא"וו.
די איין זאך טויש, ענד יו וויל נעווער העוו דיס פראבלעם אגען.
את חטאי אני מזכיר היום איך פלעג מיך פארארבעטן פאר'ן דאווענען צופרי, געסטאפט בלי נדר צו עפענען דעם מאשין פאר'ן דאווענען און די פראבלעם איז פארשוואונדן.
שווער צו זאגן פאר א מענטש וואס פאלט צאם ביי תיקון ליל שבועות "שלאף נישט." ענדערש זאג אים ער שבועות נאכמיטאג, כאפ א דרימל ווייל אויב נישט איז וועסטו זיך נישט קענען האלטן.
איך בין זיכער אז ווען דו גייסט פיקסן איין זאך וואס דו טוסט פאר דו גייסט שלאפן, וועסטו לויז ווערן פונעם פראבלעם, סטאפ צו רעדן פון קר"ש לאמיר אנהייבן אביסל פריער.
Advertisement
מיטוואך יוני 18, 2014 10:30 am
אין מיין עקספעריענס, איז דא א פראבלעם ביי אסאך אידן מיט "גיין שלאפן".
וועגן דעם איז דא וואס דרייען זיך אין ביהמ"ד ביי מעריב זייער לאנג און מ'זוכט מיט וועמען צו רעדן, ס'דא וואס זוכן וואך נאכטס, און ס'דא וואס גייען נישט שלאפן! נאר, מ'פאלט צאם - ווי די תחילת האשכול.
די סיבה - ווי איך האב עס געזען איז, אז יעדער איד ווייסט אז א טאג אן תורה וחסד איז קיין טאג נישט. מ'איז פארמאטערט מיט די ארבעט דורכ'ן טאג, און ס'קומט ביינאכט און ס'קריכט אריין אונטער'ן באוואוסטזין די מרא דחושבנא שאלה: מיט וואס גייט מיין נשמה היינט ארויף אין הימל? וואס גייט מיין קליינע פינגער שרייבן? וואס האב איך 'אויפעטון' היינט?
און די שאלה מאטערט, בייסט און מאנט, און די עצה איז: "דער טאג איז נאכנישט דורך". מ'קען נאך אויפטון. נו דארף מען גיין לערנען א אידיש ווארט "אויפצוטון", אדער טון א חסד מיט איינעם.
נו, דער קאפ ארבעטעך שוין ניש, קען מען קיין סאך נישט לערנען, גייט מען זוכן איינעם א צעבראכענעם איד וואס ס'איז א מצוה צו רעדן צו יענעם….. אדער לאמיר גיין העלפן אידן אויף אייוועלט… און מ'האט שוין א שטיקל נפשיות'דיגע סיפוק, און מ'קען גיין שלאפן.
ביי ערליכע אידן איז א באגריף ווי א שלאפן שיעור. ס'האט נישט מיט'ן כמות און אויך נישט מיט'ן איכות. נאר מיט'ן זייגער! מ'האט א לייכטער שיעור אין סיי וואס פאר פופצן-צוואנציג מינוט, פאר די "שלאפן גיין" פראסעס - און די אוואוידענס - ווערט אקטיוויזירט.
אויב קען מען נישט אריינפושן פופצן מינוט פונעם שלאפן שיעור, זאג א פרק משניות, למשל איזהו מקומן, אויפ'ן וועג אהיים פון מעריב. די נשמה איז דורשטיג און הונגעריג, און ס'קען זיך נישט זעטיגן, בארואיגן און איינשלאפן. כאפ א נאש, א משנה, א פסוק, דערכאפ אים דאס הארץ, און ער וועט קענען אנגיין. (מ'קען איינשטעלן דעם סיסטעם פון איזהו מקומן פאר שחרית אויך… ס'איז אין זעלבן טאג).
אז דו וועסט זיין רואיג אז דער טאג איז נישט געווען קיין למען לא ניגע לריק, וועסטו זיך קענען לייגן און מקבל זיין אז מארגן וועט זיין בעסער.
-----------------------------------------
2 עדישינל פוינטס.
אנשטאט צו כאפן אז דער גאנצער פראבלעם שטאמט פון זיין דערהויבן, פון די מרא דחושבנא, פון די וואס האבן יא מורא פאר'ן רבש"ע, פון דעם וואס מ'וויל יא מתקן זיין אויף דער וועלט דעם תכלית פארוואס מ'איז אראפגעקומען אהער, און זיך דערהייבן דייקא פון דעם מציאות, און זיך פרייען אז די נשמה פארלאנגט נאך און פאדערט נאך דאס רחניות, און נעמען דעם חיזוק אויף אנצוגיין ווייטער און בעסער און אלע אספעקטן אין עבודת השם.
נעמט מען דעם זעלבן פראבלעם אין מ'רייסט פון זיך שטיקער, און מ'קוקט זיך אן פאר טו סענטס, און מ'עסט זיך איבער'ן כללית'דיגן מצב אין אידישקייט -- וואס דאס ברענגט עצבות, וואס דעס ברענגט שאול תחתית - און נאכדעם נוצט מען דעם זעלבן הירוס פאר אלע אנדערע אספעקטן אין עבודת השם.
ווי ערליך דארף איך שוין דאווענען שחרית מנחה מעריב, אויב איך - דער זעלבער מענטש - ליינט נישט קיין קרי"ש?
דער יצר נעמט דעם הייליגן דערהויבענעם פראבלעם און מאכט פון דעם א שטעקן צו צוקלאפן דעם מענטש, און דער עולם ליגט איבערגעלייגט און מ'לאזט זיך פראקן און מ'וויייייייייינט.
העי, מיסטער, זעץ זיך אויף! לאז דיר פראקן!
סטאפ וויינען. שמייכל! זיי פרייליך! דו ווילסט זיין גוט! דו ביסט גוט!
דיין נשמה האט נאר געכאפט א פארקילעכץ, א שוואכקייט, ווייל ס'האט שוין לאנג נישט געגעסן געהעריג.
פיטער אים מיט א שטיקל תורה, א נאש, א משנה, א פסוק חומש.
סערוויר אים א סעודה'לע, א תוספות'ל, א פשט'ל.
אוי וועסטו ליינען קרישמע!
טריי עס.
דיסקלעימער: ס'איז ביי מיר נישט קיין צל ספק בעולם אז 'נשמה' רעדט נישט פון זיך זעלבסט, נאר ער צילט זיינע ווערטער דא אנדערע וועמען ער קען און ער ווייסט אז זיי מוזן הערן די ווערטער. און היות ער וויל אז די ווערטער זאל אריינגיין יענעם אין הארץ לייגט ער אריין זיין נאמען (ניק) אנשטאט יענעמ'ס.
דאס הייסט אשרי משכיל אל דל, ואין עני כעני בדעת. דאס הייסט הצנע לכת ביים געבן 'צדקה' ממש לפנים משורת הדין, אז קיינער זאל נישט וויסן און כאפן אז 'נשמה' געט צדקה.
מיטוואך יוני 18, 2014 4:51 pm
פונקט אזוי.
ממש אזוי
שכח
מיטוואך יוני 18, 2014 5:09 pm
איך רעד יא פון מיך!
אבער איך זאג אז איך גיי עס מער נישט טון. עניוועי גרויסע שכח והשם יעזור שאעשה תשובה שלימה מתוך רחמים גמורים וחסדים גלויים.
מיטוואך יוני 18, 2014 5:14 pm
טויש די קעפל (שוין געסטאפט)
#קעפעלעך
מיטוואך יוני 18, 2014 8:35 pm
אוי יוי יוי נשמה'לע
אוי יוי יוי נשמה'לע
אוי יוי טהרה הוא...
(שלומי דאסקאל - הארציג)
דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:07 am
זאל ער קומען האט געשריבן:דיסקלעימער: ס'איז ביי מיר נישט קיין צל ספק בעולם אז 'נשמה' רעדט נישט פון זיך זעלבסט, נאר ער צילט זיינע ווערטער דא אנדערע וועמען ער קען און ער ווייסט אז זיי מוזן הערן די ווערטער. און היות ער וויל אז די ווערטער זאל אריינגיין יענעם אין הארץ לייגט ער אריין זיין נאמען (ניק) אנשטאט יענעמ'ס.
דאס הייסט אשרי משכיל אל דל, ואין עני כעני בדעת. דאס הייסט הצנע לכת ביים געבן 'צדקה' ממש לפנים משורת הדין, אז קיינער זאל נישט וויסן און כאפן אז 'נשמה' געט צדקה.
ברוך שכוונתי !!
כ'האב געטראכט די זעלבע זאך גלייך נאכן ערשטע תגובה אז אונזער נשמה'לע האט געוואלט אנצינדען א שטיקל פייער אין א ענין וואס אסאך פון אונז ליידן און ער האט זיך גענומען פאר א קרבן.
נשמה, דאס איז א גוטע איידיע, א גוטע ארבייט.
(יעצט הייב איך צו טראכטן אז די 'באם' אשכול איז די זעלבע המצאה.)
דינסטאג יוני 24, 2014 12:19 pm
נעכטן נאכט בין איך די ערשטע מאל אריין אין בעט אן מעריב אבער כ'האב געהאט גאר א פארביטערטע מוד, כ'האב ממש נישט געקענט, איך האב געפילט איינס מיט דער ערד.
אבער איך בין שפעטער אויפגעשטאנען געגאנגען פחות פחות מד' און געדאווענט מעריב.
והשם הטוב ימחול
דינסטאג יוני 24, 2014 12:24 pm
חזק ואמץ ! !
בלייב נישט שטיין ביי פחות מז' גיי ווייטער און ווייטער
לעצט פאראכטן דורך
חסיד נלהב אום דינסטאג יוני 24, 2014 12:29 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג יוני 24, 2014 12:29 pm
חסיד נלהב האט געשריבן:חזק ואמץ ! !
בלייב נישט שטיין ביי פחות מז' גיי ווייטער און ווייטער
שכח
דינסטאג יוני 24, 2014 12:31 pm
נשמה האט געשריבן:אבער איך בין שפעטער אויפגעשטאנען געגאנגען פחות פחות מד' און געדאווענט מעריב.
דינסטאג יוני 24, 2014 12:38 pm
נשמה הער אויס יקיר'ס סידי
יש מנהיג לבירה
די לעצטע ניגון (בשבילי נברא העולם)
דינסטאג יוני 24, 2014 1:21 pm
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:נשמה הער אויס יקיר'ס סידי
יש מנהיג לבירה
די לעצטע ניגון (בשבילי נברא העולם)
איך וביתי האבן שוין צאמגעוויינט ביי דעם ניגון.
דינסטאג יוני 24, 2014 1:31 pm
זה לא טוב
הער אויף צו וויינען, עס העלפט נאר ביים דאווענען
מען דארף זיין פרייליך און אפטימיסטיש
וויינען איז אויפגעבן
דאונט גיוו אפ
דינסטאג יוני 24, 2014 1:41 pm
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:נשמה הער אויס יקיר'ס סידי
יש מנהיג לבירה
די לעצטע ניגון (בשבילי נברא העולם)
ווי קען איך עס הערן?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:43 am
נעכטן האב איך מיך אריינגעלייגט אין בעט אן קרישמע, אן נעגיל וואסער.
דערפאר בין איך מקבל אויף מיר צו ליינען יעדן טאג די אלע עצות, כאטשיג פארי דעיס.
איי איי האט דער רבי געזאגט.
טטטטט.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:14 pm
נשמה האט געשריבן:נעכטן האב איך מיך אריינגעלייגט אין בעט אן קרישמע, אן נעגיל וואסער.
דערפאר בין איך מקבל אויף מיר צו ליינען יעדן טאג די אלע עצות, כאטשיג פארי דעיס.
איי איי האט דער רבי געזאגט.
טטטטט.
דער רבי האט געקעקעצט?
דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:14 pm
לכאורה
דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:17 pm
וואס גייט פאר מיט דיר נשמה, איך קען עס נישט גלייבן!!!
נאך אזויפל קבלות און... ... גארנישט???!!!
דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:43 pm
זאכליך האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט דיר נשמה, איך קען עס נישט גלייבן!!!
נאך אזויפל קבלות און... ... גארנישט???!!!
נשמה'לע, כ'בעט דיר.. ווער נישט צוגעקלאפט...
וויאזוי האט נאר דער הייליגער רבי ר' זושא געזאגט
"טאטע... כ'זאגט צו... פון היינט און ווייטער גיי איך שוין זיין וואויל...
איי... נעכטן האבעך געזאגט די זעלבע... אבער היינט מיינעך איך עס אמת'דיג...
נשמה'לע רעדט דיר נישט אז די גייסטעך פאר נעמען איינמאל פאר אלעמאל און אזוי גייט עס בלייבן...
ניין... ס'גייט נישט אזוי... יעדען טאג א פרישע ייצר הרע... יעדן טאג א פרישע נסיון... יעדן טאג דארף א פרישע התגברות...
אוי נשמה'לע... טאטי איז דא... ער זעהט אלעס... ער ווייסט אז סקומט דיר אן שווער...
פאר טאטי גייט נישט אן צו מ'שטרענג זיך אן מיחד זיין יחודים אדער גאר צו ליינען קרי"ש(אן אינזינען האבן)...
טאטי וויל איין זאך... טראכט פון מיר... פיל אז איך בין דיין טאטע... פרוביר צו זיין גוט...
די הייב נאר אן צו ליינען... טאטי וועט דיר שוין העלפן צו ענדיגן...
מיט הארציגקייט, פון דיין ברודער...
פרייטאג יולי 04, 2014 9:37 am
נשמה'לע איז אריינגעקומען באריכטן א נפילה, דער עולם נעמט עס שווער....
הייב אן אריינצוקמען באריכטן דיינע הצלחות, וויפיל מאל ביסטו יא בייגעשטאנען זינט דו האסט זיך אונטערגענומען דא ברבים? מ'האט ווייניג געהערט פון דיר.
נאר אין א שוואכע מינוט זאל מיר מיטווייטאגן...? לאז דער עולם זיך מיטפרייען מיט דיינע נצחונות, וועט מען דיר פארגינען א נפילה פון מאל צו מאל.....
נשמה, נעם עס נישט פערסאנעל, הרב נישט האט זייער גוט געענטפערט, ירידות (לצורך עלי') איז פארט אף דע דיעל!
שבת יולי 05, 2014 10:40 pm
איך האב דורככעליינט ביז אהער, וואס זאל איך אייך זאגן, עכטע טארדזשינג.
מוצאי שב"ק איז נאך דא אביסל א גרעסערער פראגראם.
1) ויתן לך
2) (לייג אריין דא)
3) נאך אלעם קרישמע
4) נעגיל וואסער
- עטעטשמענטס
-

- מוצאי שב"ק
מיט אזויפיל בעטערי דארף מען נאך זאגן ויתן לך עסן מלוה מלכה, זינגען זמירות, בענטשן , ליינען קרישמע, אנגרייטן נעגל וואסער (פיצן ציין?)
- recharge.png (16.35 KiB) געזעהן געווארן 190 מאל
שבת יולי 05, 2014 10:42 pm
why don't you recharge your battery in the afternoon?
שבת יולי 05, 2014 10:52 pm
לכאורה האט געשריבן:why don't you recharge your battery in the afternoon?
עיין בפלא יועץ ויש מין עצבות הבא מחמת חולי המרה שחורה, ונקרא בלשוננו: מירקיאה או מֶלַנְקוׂנְיָה. וכו' ובפרט בליל מוצאי שב"ק,
והוא נותן עצות שם.
וגומר ובזה ישמח ישראל בעושיו.
it's a different kind of battery.
מאנטאג יולי 07, 2014 9:36 pm
שכח רבותי
געליינט, געגרייט, און אפילו געפוצט.
שכח.