עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג יולי 07, 2014 11:09 pm
נשמה האט געשריבן:שכח רבותי
געליינט, געגרייט, און אפילו געפוצט.
שכח.
WOW, נשמה האסט אונז מחיה געווען, יישר כוח פארן איינמעלדן
Advertisement
מאנטאג יולי 07, 2014 11:12 pm
נשמה האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:why don't you recharge your battery in the afternoon?
עיין בפלא יועץ ויש מין עצבות הבא מחמת חולי המרה שחורה, ונקרא בלשוננו: מירקיאה או מֶלַנְקוׂנְיָה. וכו' ובפרט בליל מוצאי שב"ק,
והוא נותן עצות שם.
וגומר ובזה ישמח ישראל בעושיו.
it's a different kind of battery.
העצה היעוצה לזה הוא לילך למל''מ לביהמ''ד,
מיטוואך יולי 09, 2014 9:25 pm
שכח.
איך ליין אייערע ווערטער און עס גיבט מיך חיזוק.
שכח פאר יעדעם
דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:39 pm
שוין ליינען קרישמע.
איך האב שוין אפאר מאל גע...
אבער איך טראכט אז צומאל איז מען ממש דומה צו א שיכור פורים.
איך בין אזוי צוקנאקט אז ס'איז כמעט נישט קיין דין אדם.
אבער עניוועי יעצט גיי איך שוין ליינען קרישמע.
שכח טייערע יודן, א חודש צוריק האב איך אנגעהויבן דעם קאמפיין. איך בין יעצט שנעל אהערגעלאפן. די יצר האט מיר געזאגט אז איך וועל שוין שפעטער ליינען קרישמע און גרייטן ס'נעגל וואסער, קודם זאל איך עפעס טון אזוי ליגענדיג אין בעט, בין איך שנעל אהערגעקומען. אוי געוואלד חס ושלום, ניין, שוין ליינען קרישמע. אנגרייטן נעגיל וואסער.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:52 pm
נשמה נשמה, חזק ואמץ!!
דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:52 pm
ס'פילט זיך אזוי גוט יעצט.
געליינט, געגרייט און געפוצט.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:17 pm
איך האף דו מאכסט א וויץ. דו האסט באמת א נסיון נישט צו ליינען קריאת שמע.?? האאא?
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:30 pm
געלעגער האט געשריבן:איך האף דו מאכסט א וויץ. דו האסט באמת א נסיון נישט צו ליינען קריאת שמע.?? האאא?
ס'ליגט זיך גוט אויף דיר.
יעדער האט זיך זיינע שוועריגקייטן.
איך פיל ווי איך שטופ בארג ארויף א שווערע פעקל ווען איך דארף ליינען קרישמע.
דאס וואס דו שפירסט ווען דו דארפסט אויפזיין תיקון ליל, און נאך זאגן אויכעט.
דאס וואס דו שפירסט ווען איינער רופט דיך אריין אין בעסמעדרעש משלים צו זיין א מנין ווען דו פיהלסט ווי דו פלאצט. דאס וואס דו שפירסט ווען דיין ווייב בעהט דיך ארויסצוטראגן די גארביטש ווען דו האסט געדולד דערצו ווי אויסצופיצן די טאשן ערב פסח. אדער ווי אויפרוימען די טיש שבת נאכן טשאלענט. דאס וואס דו שפירסט ווען איינער ווארט אויף א היטש און דו האלסט אינמיטן אריינבייסן אין ביידע סיי אינעם סענדוויטש ווי אויך די טאמעטע אהינציהר, יעצט גיי שטעל דיך אפ.
דאס וואס דו שפירסט ווען מ'דארף נאך גיין צו א זכר פרייטאג צונאכטס. דאס וואס דער יונגעל שפירט אז נאך די פעטש דארף ער נאך מודה זיין אז ער גייט שוין זיין וואויל. וואס נאך זאל איך דיר געבן צו פארשטיין. ביטער שווער. ווי צו להכעיס (את היצר) האט מען אריינגערוקט קרישמע פונקט פארן גיין שלאפן.
לעצט פאראכטן דורך
נשמה אום דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:49 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:38 pm
אזוי שפירסטו ביים ליינען קריאת שמע? ווי לאנג נעמט דאס? מ'זיצט אדער מ'שטייט אינדערהיים, נישט קאלט, נישט הייס, מ'ליינט קריאת שמע און שוין. כ'כאפ נישט וואס דא ליגט אז ס'זאל דיר ממש זיין א סטראגל. אנטון ציצות איז דיר אויך שווער?
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:47 pm
געלעגער, כאנישט געוויסט ביזט אחראי אין דעם אשכול אויך...
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:52 pm
געלעגער האט געשריבן:אזוי שפירסטו ביים ליינען קריאת שמע? ווי לאנג נעמט דאס? מ'זיצט אדער מ'שטייט אינדערהיים, נישט קאלט, נישט הייס, מ'ליינט קריאת שמע און שוין. כ'כאפ נישט וואס דא ליגט אז ס'זאל דיר ממש זיין א סטראגל. אנטון ציצות איז דיר אויך שווער?
ווילסט שפירן וואס איך שפיר.
איז אזוי.
נעם איינער זאל דיך אנשרייען פאר צוויי שעה אין א ציה אבער טארסט נישט צוריקשרייען. דו מוזט עס מקבל זיין באהבה, און נאכדעם ווען דו פלאצט וויל איך זאלסט ליינען קרישמע.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:53 pm
געלעגער האט געשריבן:אזוי שפירסטו ביים ליינען קריאת שמע? ווי לאנג נעמט דאס? מ'זיצט אדער מ'שטייט אינדערהיים, נישט קאלט, נישט הייס, מ'ליינט קריאת שמע און שוין. כ'כאפ נישט וואס דא ליגט אז ס'זאל דיר ממש זיין א סטראגל. אנטון ציצות איז דיר אויך שווער?
זיך צו רירן איז גייסטיש שווער יא.
נאר וואס מ'פילט אז מ'וויל.
איך בין וואס איך בין.
איך גיי ווייטער דא מפרסם זיין מיינע שריט מיט גרויס פאראדע.
איך וועל מיך נישט שעהמען, ס'קען זיין ס'איז נאר אן איינרעדעניש, ס'איז נישט קיין נישט מינה. קרישמע מיט נעגיל וואסער איז גיי יסודות פון א יוד. וועל איך מיך דא אפוואשן ווילאנג איך וועל דערפון ארויסקריכן.
ווילסט מיר זאגן אז ס'איז יא גרינג, נו, געזונטערהייט. ס'איז נישט קיין חילוק, ס'מאכט נישט אויס. אויב טו איך צום זאך איז דאך גוט, און אויב נישט וועל איך מיך אנטון א מאסק און קומען נעמען חיזוק.