Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארוואס סטאפ איך נישט דערמיט

דינסטאג יוני 17, 2014 12:36 pm

פארוואס טו איך עס מ'טאר דאך נישט
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב עפעס אזא שגעון זיך אריינצולייגן פון מאל צו מאל אין בעט אן נעגל וואסער און אן א קרישמע. ס'פאסט נישט פאר אזא וואוילער יונגערמאן ווי מיר. און ווי אויך אפילו אן מעריב ...

איך קען נישט פארשטיין פארוואס דאס הערט זיך נישט אויף.

איך קוק עס אן ווי א געוואלדיגער קלות ראש.

אבער ווי ס'קוקט אויס איז שוין סוף טאג און איך האב נישט קיין געדולד צו טון נאך די זאך.

איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך טו עס?
איך ווייס יא אביסל
ווייל איך געב מיר א תירוץ אז איך וועל שוין אויפשטיין אין א פאר מינוט ארום

אגב מ'טאר גארנישט טון פאר מעריב.
ווי די גמ' זאגט שוין אין ברכות

איך בין נישט דא אויסן צו מגלה זיין מיינע עבירות אבער מיט די זאך קען איך מיך עפעס נישט קיין עצה געבן.

וויאזוי מעסטער איך עס?

נשמה ס'איז זייער א הארבע זאך צו גיין שלאפן אן אנגרייטן נעגל וואסער.
איך ווייס

Advertisement

דינסטאג יוני 17, 2014 12:45 pm

ס'קומט פון עצלות נשמה'לע, מ'האט פשוט נישט קיין געדולד סוף טאג צו גארנישט.
איך האב עס מיט קר"ש שעל המטה, כ'קען זאגן דאס איז די שווערסטע ביי מיר.

מ'דארף זיך פשוט שטארקן, די עצה צו דעם איז צו טראכטן פשוט, ווער ווייסט צו מזיקים וועלן מיך נישט שעדיגן אינמיטן שלאפן און מ'וועט בלייבן אויבן...

און מ'וועט נישט קענען תשובה טון אויף די לעצטע עבירות...

ס'כאפט אן א שטיקל שרעק, יושב בסתר און נעגל וואסער זענען קעגן מזיקים.

א איד מיט נעגל וואסער נעבן די בעט טראגן זיי אפ.
לעצט פאראכטן דורך קרעפטיג אום דינסטאג יוני 17, 2014 12:46 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יוני 17, 2014 12:46 pm

נשמה זיסער
איך הייב אן צו שרייבן עפעס אן עצה אבער איך מעק און שרייב און כ'האב נישט צייט
וואס זאגסטו צו אזא פלאן? לייג אריין מיין נאמען אנשטאט דיינע און דערנאך העלף מיר ארויס מיט דיין חכמה, ווען מען העלפט יענעם איז לייכטער צו טראכטן גלייך, און מען האט אויך עקסטרע סייעתא דשמיא..
איין זאך וואס כ'וועל יא שרייבן, טראכט אסאך אז די סבה פארוואס עס פאסירט איז ווייל אזוי וויל איך..ס'איז פעינפול אבער אמת.. יא איך וויל אריינקריכן אין בעט מיט די שיך אין זאקן און איך בין נישט משוגע צו טראכטן אז היינט איז אנדערש, איך גיי זייער מעגליך ל"ע פארפאסן קרי"ש שעל המטה, פארוואס טו איך עס? ווייל איך וויל! יא איך וויל! דאס וועט שיפטן דיין מיינד צו די ריכטיגע מחשבות בעזרת השי"ת
נשמה, נעם איבער דאס ווארט ביטע

דינסטאג יוני 17, 2014 12:59 pm

סארא אשכול נשמה די הייבסט מיר אן אויפצוקלערן מיט תאוות
צום ענין פיר דיך איין אנצוגרייטן פאר איר נעגל וואסער אוטמאטיש באקומסטו אויכעט
מאך א קנס א יעדעס מאל וואס חאציקל ושלום די מיסט א קר''ש געבסטו מיר א צענער
נשמה ביסט אין

דינסטאג יוני 17, 2014 1:12 pm

פאר נעגל וואסער האב איך זיך איינגעפירט אנצוגרייטן - פאר זיך און די קליינע קינדער - גלייך ווען כ'שפאציר אריין אין שטוב נאך פאר דאס עצלות איז גובר...

דינסטאג יוני 17, 2014 1:16 pm

נשמה האט געשריבן:פארוואס טו איך עס מ'טאר דאך נישט
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב עפעס אזא שגעון זיך אריינצולייגן פון מאל צו מאל אין בעט אן נעגל וואסער און אן א קרישמע. ס'פאסט נישט פאר אזא וואוילער יונגערמאן ווי מיר. און ווי אויך אפילו אן מעריב ...

איך קען נישט פארשטיין פארוואס דאס הערט זיך נישט אויף.

איך קוק עס אן ווי א געוואלדיגער קלות ראש.

אבער ווי ס'קוקט אויס איז שוין סוף טאג און איך האב נישט קיין געדולד צו טון נאך די זאך.

איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך טו עס?
איך ווייס יא אביסל
ווייל איך געב מיר א תירוץ אז איך וועל שוין אויפשטיין אין א פאר מינוט ארום

אגב מ'טאר גארנישט טון פאר מעריב.
ווי די גמ' זאגט שוין אין ברכות

איך בין נישט דא אויסן צו מגלה זיין מיינע עבירות אבער מיט די זאך קען איך מיך עפעס נישט קיין עצה געבן.

וויאזוי מעסטער איך עס?

נשמה ס'איז זייער א הארבע זאך צו גיין שלאפן אן אנגרייטן נעגל וואסער.
איך ווייס

נאך די באשרייבונג האסטו נאך אפילו א קשיא?
viewtopic.php?p=873713#p873713

נאטינג פערסאנעל :roll:

דינסטאג יוני 17, 2014 1:18 pm

איך האב א פארקערט פראבלעם, מיין גרויס אינגל, ב"ה ער פוצט זיך נישט, טאקע נישט חניאקיש, אבער קוקט אויס ווי א ערליך חסידיש יונגל אזוי ווי איך וויל ער זאל אויסזען, אבער מיט די גאנצע זאך וואס דו האסט דא געשריבן האט ער א פראבלעם, און ס'באדערט מיך מורא'דיג, נעגל וואסער איז א סגולה פאר יר"ש, האסטו א עצה פאר מיר?

דינסטאג יוני 17, 2014 1:25 pm

אלס אחים לצרה איך האב עס ביי מיר אויכעט ליידער אין די סיבה דאכט זיך איז ווייל איך פיל אז איך בין נאכנישט פארטיג מיט מיין טאג, דהיינו איך וויל נאך לערנען אביסעל אדער ערלעידיגן אנדערע זאכען מילא וויל איך נאכנישט אזוי אפהאקען די טאג מיט קריא"ש אין נעגל וואסער ווייל איך גיי נאך עפעס טיהן....... אין אזוי וועק איך מיר אויף אינדערפרי ווי א גוי

דינסטאג יוני 17, 2014 1:25 pm

מי יודע האט געשריבן:איך האב א פארקערט פראבלעם, מיין גרויס אינגל, ב"ה ער פוצט זיך נישט, טאקע נישט חניאקיש, אבער קוקט אויס ווי א ערליך חסידיש יונגל אזוי ווי איך וויל ער זאל אויסזען, אבער מיט די גאנצע זאך וואס דו האסט דא געשריבן האט ער א פראבלעם, און ס'באדערט מיך מורא'דיג, נעגל וואסער איז א סגולה פאר יר"ש, האסטו א עצה פאר מיר?

נשמה'לע, טאטי איז דא!

דינסטאג יוני 17, 2014 1:28 pm

אוי נשמה'לע

פארוואס טאקע?
פארוואס טאקע זאלסטו וועלן אנגרייטן נעגל וואסער?
פארוואס טאקע זאלסטו וועלן דאווענען מעריב?

אפשר אפשר, האסטו טאקע נישט קיין סיבה, און דעריבער טוסטו דאס נישט.

פאר די ווילסט אנהייבן ארבעטן דערויף, דארפסטו דיך אראפזעצן טראכטן.

פארוואס טאקע??? פארוואס טאקע זאל איך דאס טוהן???

נאכדעם וואס דיר איז קלאר "פארוואס"

דארספטו דיר קלאר מאכן אין מחשבה, אז אויב גייסטו אין בעט אפילו פאר א ס ק ו נ ד ע גייסטו נישט ארויסגיין, די גייסטיך נישט קענען גובר זיין.

יעצט די צוויי קלארע מחשבות האלט אין איין איבערטראכטן, ביי יעדע איבעריגע מינוט, דורך אויס דעם גאנצן טאג.

האפנטליך ביינאכט וועט עס שוין ליגן אין די ביינער, און די וועסט שוין אליין וועלן.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דינסטאג יוני 17, 2014 1:29 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יוני 17, 2014 1:28 pm

מי יודע האט געשריבן:איך האב א פארקערט פראבלעם, מיין גרויס אינגל, ב"ה ער פוצט זיך נישט, טאקע נישט חניאקיש, אבער קוקט אויס ווי א ערליך חסידיש יונגל אזוי ווי איך וויל ער זאל אויסזען, אבער מיט די גאנצע זאך וואס דו האסט דא געשריבן האט ער א פראבלעם, און ס'באדערט מיך מורא'דיג, נעגל וואסער איז א סגולה פאר יר"ש, האסטו א עצה פאר מיר?


איך האב געמאכט א טשארט פון לייענען קרי"ש און אנגרייטן נעגל וואסער, און יעדע וואך ווער עס האט באקומען אלע 7 האט געקענט קויפן א נאש

איך האב עס אנגעהאלטן פאר 4 חדשים (איך האב געזאגט אז איך גיי עס האלטן ביז פורים, אבער איך האב עס געהאלטן ביז פסח) און היינט ב"ה איז עס געווארן ביי די קינדער אלץ טבע שני

דינסטאג יוני 17, 2014 1:40 pm

חברה עטץ זענטץ זיס ציקער זיס
צדיקים'לעך וואוילע יודן
איך וויל זיין וואויל
אבער איך ווייס נישט
אבער כלהלן

בנימין הלוי
על זה דוה לבי
איך וואלט געשריבן אזוי
מן הסתם גייסטו דורך זייער זייער שווערע צייטן. אז ס'קלאפט דיר אוועק די מוט. ס'גייט דיך ליידער נישט עכט אן.
עכ"פ אין יענע שוואכע מינוטן פאר די אויגן קלעבן זיך צו.
וואס זאל איך דיר זאגן 'נשמה' איך האב אויך דעם פראבלעם.
און איך בין טאקע נאכנישט ארויסגעקראכן דערפון.
איך וואלט געגעבן אסאך עצות.
ווי למשל ארבעטן מער אויף 'שמחה'.
אז מ'איז אויפגעלייגט האט מען מער א מוט.

איך וואלט געשריבן אז א מענטש האט אזוי ווי א בעטערי

איז אויב האט מען א שווערע טאג.

ווי מ'דארף שטופן מיט כח דזשאסט זיך צו האלטן העכערן וואסער.

און אוודאי ווען ס'קומט באנאכט ווען מ'פלאצט אוועק, און אוודאי האסטו שוין נישט קיין כח און קיין מוט זיך צו פייטן.

זעה (אזוי וואלט איך געשריבן) זעה צו זיין מער אויפגעלייגט מיטן טאג, זעה צו דילן ווי ווייניגער מיטן יצר הרע, א מענטש איז נישט קיין מאשין, אויב א מענטש דארף זיך שלאגן מיטן יצר נוץ זיך אויס די בעטערי.

(און איך וואלט געשריבן ווייטער) און דערפאר האבן צדיקים מקפיד געווען זיך נישט צו רעגן אין א תענית, די בעטערי איז אפגעשוואכט.
דערפאר שרייט מען מער ווען מ'איז אנגעצויגן, ווייל די כח המעצור די כה הלוחם איז אפגעשוואכט און צומאל אפילו אויסגענוצט.

(און איך וואלט פארגעזעצט)
איז זעה צו פרובירן, און קוק גוט וואס זענען די זאכן מיט וואס דו שלאגסט דיך איבערן טאג.
געדענק ווי גרינגער און ווי ווייניגער דו דארפסט נוצן דיינע כח המעצור אלץ מער וועסטו האבן אוועקגעלייגט די כח ווען עסטעס דאפן.
(ביז דא)

אבער מיט דעם אלעם איז ארויסקומען אין די עפענטליכקייט א שטיקל וועג פאר דיסקאווערי אזוי קלער איך

און איך זאג דא פאר יעדעם אז מער ב"ה וועל איך קיינמאל נישט גיין שלאפן אן א מעריב אן אנגרייטן נעגל וואסער און אן א קרישמע...
איך האב מיך געטוישט
א נייע נשמה.


קרעפטיג שכח
שכח פאר יעדעם

דינסטאג יוני 17, 2014 1:42 pm

שכח נישט
קיינמאל נישט געטראכט

און אויב ס'גייט מיך נישט עכט אן.
דהיינו איך טראכט ביי מיר אז ס'גייט מיך שוין נישט אן צו...

אבער ח"ו

איך כאפ די פוינט...

דינסטאג יוני 17, 2014 1:58 pm

נשמה כ'גלייב אז אייער מהלך פון מידטציה וואלט אייך דא זייער צוניץ געקומען

הצלחה רבה

דינסטאג יוני 17, 2014 2:13 pm

נשמה'לע זיסע
קעיפ אן מיט דיין ארטיקל'ך, איך באלעק מיינע פינגער מיט דיין אפענקייט...
זיי מכבד איינער פון דיינע קינדער צו האבן די זכיה צו ברענגען נעגל וואסער פאר טאטי און מאמי
קריאת שמע ליין אין שול גלייך נאך מעריב אדער גראד ווען קומסט אהיים בעפארע די טיסט אויס דיין רעקל

דינסטאג יוני 17, 2014 2:21 pm

נעשאמעלע
מען קען נישט אלעמאל זיין בשמחה, כמיין, מען קען נישט שטעלן א טערמין בינעך אויפגעלייגט קען מען רעדן, אז נישט בין איך נישט צום האבן (איך רעד צו מיר)
אמאל איז די עבודה דוקא ווען ס'איז שווער, אמת? נו, ווען איז די שווערסטע? ווען מען איז ....
נאר וואס? ווען מ'איז אינדערערד וויל מען נישט טראכטן עפעס וואס קען ארויסשלעפן פונעם דר'ערד מצב, יא מען וויל נישט, מ'ציטערט אז מ'עט ווערן אויפגעלייגט, מ'ווייסט נישט אז מ'וויל נישט אבער א שטארקער אינערליכער כח געט אזא שטארקע בלאז און פירט אוועק יעדע מחשבה וואס קען פאטענציאנעל ארויסשלעפן פונעם זומפ.
דערפאר
ווען מען ליגט אין בעט און מ'טראכט בשקר אז נאר אפאר מינוט און איך קום ארויס אדער ס'לוינט נישט איינצושטעלן, ענטפערט דער מענטש (דער יצר הרע וואס מען האט אויפגעארבעט מיט די צייט) יא יא טאקע אוואדע כ'קום שוין האלט א רגע די שלאף איז ביי די נאז ס'גוט איי אידאס געשמאק מוטשע נישט כ'קום שוין א רגע, wow שוין צופרי? אוי נישט קיין נעגל וואסער נישט קיין קרי"ש, יוי כ'וויל דאך אזוי שטארק נישט געוואלט! פארוואס שוין ווידער געשען??!!
אויב בשעת'ן ליגן אין בעט וועל איך חזר'ן יא איך וויל פארפאסן קרי"ש (איך וויל טון וואס איך טו) ווייל קעענער צווינגט מיך דאך נישט דאס האב איך אליין בוחר געווען, איך וויל יעצט זיין אביסל דאון און זיך גוט ארויסטוען פון די וועלט און נישט טראכטן אז איך וויל איך בין אחריות אויב עס געשעט נאכאמאל חלילה, וועט מיר די אפעטיט פארגיין מיט סייעתא דשמיא
איך וויל פארפאסן קרי"ש
איך וויל נישט, ח"ו!
איך וויל יא, ווייל ווען נישט ליג איך נישט דא
שא, מוטשע א צווייטן, כאשקיין כח יעצט, א רגע, א דרימל, כ'קום שוין. שא
ארויס! אויב געשעט עס איז עס מיין רצון אזוי געווען. קלאר?
אויב מען שרייט הויך צום רבוש"ע העלפט ער איבערקומען די שוועריקייטן מיט יראת שמים, אזוי האט ר' מנשה נאכגעזאגט פון די ספרים הקדושים
נאך א ווארט, ווען מען מאכט זיך א גאר שטארקן גדר (למשל איך שרייב נישט אויף אייוועלט נאך 1:30 צופרי... אדער נישט מער ווי כך וכך פער טאג) וועט דער מענטש ציטערן אויב דאס ארבעט זיך אויס.. ווייל דאס וועט אים געבן צופיל אחריות, זיין שטארקע שטומע פון טיעף אינדעראין וועט אים נישט לאזן דאס אויספירן בשלימות, ווייל אויב יא וועט דאס מחייב זיין נאך, ווער ווייסט וואס נאך דער קוקו וועט אויסטראכטן...? לאמיר עס פלאפן און זיך מוחל זיין (אחטא ואשוב)
צדיק'ל, דו וואלטס עס סאך בעסער אראפגעלייגט. ביי די וועי, וועלכע # בין איך סאו פאר?
זייזשע מיר געזונט נשמה

דינסטאג יוני 17, 2014 2:34 pm

נשמה האט געשריבן:פארוואס טו איך עס מ'טאר דאך נישט
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב עפעס אזא שגעון זיך אריינצולייגן פון מאל צו מאל אין בעט אן נעגל וואסער און אן א קרישמע. ס'פאסט נישט פאר אזא וואוילער יונגערמאן ווי מיר. און ווי אויך אפילו אן מעריב ...

איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך טו עס?

און נאכדעם וואונדערסטו זיך פארוואס דיין אינגעל איז א באם.
קינדער האבן מוראדיג גוטע 'סענסארס' זיי קענען שמעקן ווי א בער, און טאקע ביי די קלייניגקייטן דערשנאפן זיי צי די עלטערן מיינען עס ערענסט צי נישט.

מיט אביסל אנשטרענגונג יעצט, וועט מען שניידן שיינע פירות שפעטער, אויב ווילסטו ברינה יקצורו - מוז זיין קודם הזורעים בדמעה.

דינסטאג יוני 17, 2014 2:49 pm

בנוסף צו פריער:
עצות איז דא גענוג אזוי ווי זיך קנס'נען א.ד.ג. אבער עס איז נאר דא איין נאכאמאל "איין" וועג עס צומאכן דאס איז וועלן-רצון הייבט אן וועלן וועט איר עס קענען דערנאך זייער גרינג קענען טון.
יעצט ווילט איר נאכנישט!

אבער אנצוהייבן וועלן איז זייער שווער, פארדעם דארף מען טוישן די מיינד. (ווי שוין פריער געשריבן) און ס'קען העלפן אז מ'נעמט זיך נאר אינטער איין זאך למשל צווישן קרי"ש און נ"וו מאך אפ מהיום והלאה גיי איך ליינען קרי"ש ווי איד! איך גיי אי"ה פון היינט און ווייטער ליינען קרי"ש ווי א איד!!
וועגן נ"וו וועט מען קער נעמען שפעטער.

איינמאל איר וועט דאס באמת אפמאכן וועט איר אי"ה נישט האבן מער קיין פראבלעם דערמיט.

אסאך הצלחה טייערע נשמה

בס"ד

דינסטאג יוני 17, 2014 2:54 pm

שכח
פאר יעדעמ'ס תגובה
שכח פאר יעדעם
איך בין 'יעדעם' אזוי דאנקבאר

איך זאג אייך נאכאמאל
מער ליין איך קרישמע פארן אריין גיין אין בעט
ווי אויך מעריב
ווי אויך נעגל וואסער

איך זאג אייך אלע
איך ווער א נייע מענטש

פון היינט און ווייטער
וועל איך נישט אריינגיין אין בעט אנע מעריב
אנע קרישמע
אנע נעגל וואסער


כה דברי נשמה ן' איי-וועלט

דינסטאג יוני 17, 2014 2:56 pm

שוועמל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:פארוואס טו איך עס מ'טאר דאך נישט
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב עפעס אזא שגעון זיך אריינצולייגן פון מאל צו מאל אין בעט אן נעגל וואסער און אן א קרישמע. ס'פאסט נישט פאר אזא וואוילער יונגערמאן ווי מיר. און ווי אויך אפילו אן מעריב ...

איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך טו עס?

און נאכדעם וואונדערסטו זיך פארוואס דיין אינגעל איז א באם.
קינדער האבן מוראדיג גוטע 'סענסארס' זיי קענען שמעקן ווי א בער, און טאקע ביי די קלייניגקייטן דערשנאפן זיי צי די עלטערן מיינען עס ערענסט צי נישט.

מיט אביסל אנשטרענגונג יעצט, וועט מען שניידן שיינע פירות שפעטער, אויב ווילסטו ברינה יקצורו - מוז זיין קודם הזורעים בדמעה.

איך זע נישט וואס איינס האט מיטן צווייטען חוץ מער צו ציקלאפן הרב נשמה.

ווען א קינד זעט אז זיין טאטע פירט זיך אויף ערליך און הייבט ארויס גיטע מעשים אפי' זיין טאטע פארגעסט אמאל א מצוה דארפעס נישט אויסקלאפן אויפן קינד.
און כ"ש דא ווי קרי"ש ליינען וואס דער קינד דארף שוין לאנג שלאפן דא, ער דארף עס בכלל נישט מיטהאלטן

נשמה ואל יבוש מפני המלעיגים

דינסטאג יוני 17, 2014 2:59 pm

שוועמל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:פארוואס טו איך עס מ'טאר דאך נישט
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב עפעס אזא שגעון זיך אריינצולייגן פון מאל צו מאל אין בעט אן נעגל וואסער און אן א קרישמע. ס'פאסט נישט פאר אזא וואוילער יונגערמאן ווי מיר. און ווי אויך אפילו אן מעריב ...

איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך טו עס?

און נאכדעם וואונדערסטו זיך פארוואס דיין אינגעל איז א באם.
קינדער האבן מוראדיג גוטע 'סענסארס' זיי קענען שמעקן ווי א בער, און טאקע ביי די קלייניגקייטן דערשנאפן זיי צי די עלטערן מיינען עס ערענסט צי נישט.

מיט אביסל אנשטרענגונג יעצט, וועט מען שניידן שיינע פירות שפעטער, אויב ווילסטו ברינה יקצורו - מוז זיין קודם הזורעים בדמעה.

שכח
שכח
שכח

יא מיט אביסל כחות עלעך שניידן גוטע פירות
שכח

דינסטאג יוני 17, 2014 4:57 pm

נשמה נשמה נשמה
מענטשן קענען נישט גלייבן אויף דיר אז דו לייגסט דיך אסאך מאל אריין אין בעט אן מעריב אן נעגל וואסער אן קרישמע
שוין יארן יארן

נשמה נשמה נשמה
טו תשובה נשמה!
טו תשובה!

פון היינט און ווייטער זאלסטו געדענקן. האסט צוגעזאגט אז דו גייסט מער נישט.

מ'טאר נישט אזוי זיין
מ'טאר נישט אזוי טון.

דינסטאג יוני 17, 2014 5:32 pm

נשמה האט געשריבן:נשמה נשמה נשמה
מענטשן קענען נישט גלייבן אויף דיר אז דו לייגסט דיך אסאך מאל אריין אין בעט אן מעריב אן נעגל וואסער אן קרישמע
שוין יארן יארן

נשמה נשמה נשמה
טו תשובה נשמה!
טו תשובה!

פון היינט און ווייטער זאלסטו געדענקן. האסט צוגעזאגט אז דו גייסט מער נישט.

מ'טאר נישט אזוי זיין
מ'טאר נישט אזוי טון.

ואימר ד' סלחתי כדבריך

דינסטאג יוני 17, 2014 7:49 pm

ברוך השם כ'לייד נישט דערפון.

--

נשמה, פארוואס האקסטו אפ מיט ענטערס נאך יעדע צוויי ווערטער? ס'מאכט דאס ליינען זייער שווער

דינסטאג יוני 17, 2014 7:52 pm

געלעגער האט געשריבן:ברוך השם כ'לייד נישט דערפון.

--

נשמה, פארוואס האקסטו אפ מיט ענטערס נאך יעדע צוויי ווערטער? ס'מאכט דאס ליינען זייער שווער


מיט דיך געלעגער האב איך צו טון
שרייב א תגובה

Advertisement