Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויאזוי פטור צו ווערן פון ריבית וואס איך צאל פאר קרעדיט קארד

זונטאג יוני 15, 2014 3:54 pm

איך האב אפאר ביזנעס קרעדיט קארד'ס וואס איך באצאל די הויזן מיט גרויסע ריבית יעדן חודש, איך זוך איינער וואס קען מיר העלפן פטור צו ווערן פון די אינטערעס....

ווייסט איר פון עפעס א וועג, אדער ווייסט איר איינער וואס ווייסט וויאזוי צו האנדלען די סיטואציע, ביטע שרייב א תגובה אדער שיקן א פריוואטע מודעה!

ישר כח למפרע

Advertisement

זונטאג יוני 15, 2014 4:02 pm

מה נשתנה האט געשריבן:איך האב אפאר ביזנעס קרעדיט קארד'ס וואס איך באצאל די הויזן מיט גרויסע ריבית יעדן חודש, איך זוך איינער וואס קען מיר העלפן פטור צו ווערן פון די אינטערעס....

ווייסט איר פון עפעס א וועג, אדער ווייסט איר איינער וואס ווייסט וויאזוי צו האנדלען די סיטואציע, ביטע שרייב א תגובה אדער שיקן א פריוואטע מודעה!

ישר כח למפרע

דא האסט די א חברה וואס וועט דיר ווייזען ווי אזוי זיך היטען אז די חובות זאלען ניט וואקסען
www.mesila.org/

זונטאג יוני 15, 2014 4:08 pm

דאס האב איך מיר שוין געלערנט אויף די אייגענע בארד!

יעצט זוך איך פטור צו ווערן פון די גרויסע ריבית וואס איך באצאל

עני עדווייס?

זונטאג יוני 15, 2014 4:24 pm

פאלג דעיוו רעמזי.

מאך א ליסט פון אלע קרעדיט קארדס וואס דו דארפסט צאלן.
גיי פון די קלענסטע אמאונט (אפגעזען די אמאונט פון די ריבית) גאנץ אויבן ביז די גרעסטע אמאונט דאס לעצטע.

רעכן צאם אלע מינימום פעימענטס. למשל דו האסט 5 קארדס, און דו דארפסט געבן פאר אלע א מינימום פן 25 טאלער. דאס הייסט איז דו גייסט "מוזן" צאלן 125 א חודש.

לייג צו די מאקסימום וואס דו ווייסט אז דו גייסט קענען צאלן יעדן חודש אן ווערן דערשטיקט. לאמיר זאגן נאך פינף און זיבעציג דאלער. (באלד זע פארוואס).
דהיינו דו גייסט צאלן פאר 'אלע' קרעדיט קארדס 200 פער חודש.

אלע קארדס צאל נאר די מינימום, אבער די קארטל מיט'ן קלענסטן חוב לייג צו צום מינימום די גאנצע צוגעלייגטע. (אויב דו קענסט רעכן אויס דעם אינטערעסט רעיט פון דעי קארד, און מאך זיכער אז דו גייסט צאלן מער פון וויפיל די אינטערעסט וואקסט אויפ'ן חודש, פלאס די מינימום פעי. דהיינו למשל דער חוב איז 900 און דו צאלסט 7 פראצענט אינטערעסט, לייג צו מער פון פינף און זעכציג דאלער. לאמיר זאגן אין דעם למשל, לייג צו פינף און זיבעציג). אויף דעם וועג וועסטו האבן אפגעצאלט און אפגעענדיגט דעם קארטל ביז אומגעפער 9 חדשים.

ווען די קארטל איז פארטיג, נעם דאס גאנצע געלט (100 דאלער) און לייג עס צו צום מינימום פעי פון די נעקסטע קארטל.
ווען די נעקסטע קארטל איז פארטיג וועסטו האבן פאר די דריטע 125 אין צוגאב פון יענע מינימום פעי. וכן על זה הסדר.
זעלבסט פארשטענדליך אז וואס שפעטער א קארטל, אלס שנעלער גייט זיך אויס גענצליך אויסצאלן, ווייל דו האסט אלץ מער.
ביים לעצטן קארטל וועסטו צאלן יעדן חודש 200 בלויז פון די קארטל, און ס'וועט זיך שנעל ענדיגן.

(יעדעס קארטל וואס ווערט גענצליך אויסגעצאלט, צעשנייד די פיזישע קארטל… אבער מאך ניש צו די אקאונט).

זונטאג יוני 15, 2014 4:27 pm

ביסוד הדבר איז דא צוויי "גלייכע" מהלכים, אדער אפצאלן דעם חוב גענצליך, אדער נישט צאלן א שטיק צייט ביז וועסט גרייכן א סעטעלמענט.

אפצוצאלן דעם חוב גייט אויף אפאר אופנים:
- בארגן פון א חבר גמ"ח אנע רבית
- בארגן פון אן אנדער נייע ק"ק מיט 0 APR אדער בעלענס טרענספער וכו'
- אריינעמען א געלט שותף

סעטעלמענט קען מיינען דיין ביזנעס גייט אויף די שווארצע ליסטע און האבן פראבלעמען מיט לעגאלע קרעדיט אין די צוקונפט.
דארפסט איבערקלערן וועלכע מהלך לוינט דיר, ווענדט זיך אויך אין וויפיל געלט דו האסט אין חובות.


עס זענען אויך פארהאן אנדערע מהלכים מיט מער ריסק דורך אפקויפן לאונס, ווער עס ווייסט זאל שרייבן.

זונטאג יוני 15, 2014 4:28 pm

אופן ב', און ס'קען אויך גענוצט ווערן אינאיינעם מיט די פריערדיגע עצה.

נעם ארויס א לאון פון א נייע קארטל, אדער א זייער נידריגע אינטערעסט רעיט קארטל, און טראנספער אלע חובות פון אלע קארטלעך אריין אין דעם נייעם.

קודם האסטו אראפגעווישט אלע אינטערעסט, און יעץ צאל די גאנצע 200 פער חודש פאר די נייע כולל'דיגע חוב, אבער מיט מינימום אינטערעסט.

רוב נייע קארטלעך געבן 12 ביז 18 חדשים 0 אינטערעסט, אבער זיי כאפן דיר ביי די הויכע אינטערעסט נאכדעם, אבער אויב דו גייסט זיין אויסגעצאלט ביז דעמאלטס איז נישט קיין פראבלעם. און אפילו אויב דו וועסט נישט זיין אויסגעצאלט, קענסטו טון אזוי: איינמאל אלע קארטלעך זענען קליען, רוף אריין צו זיי און פארלאנג א נידריגערע רעיט, סיי ביים ענדיגן צאלן, און אויך יעדע זעקס חדשים. ווען ס'ענדיגט זיך די 18 חדשים 0 אינטערעסט, טרענספער צוריק דעם חוב, צו פריערדיגע קארטלעך….

זונטאג יוני 15, 2014 4:30 pm

שוועמל האט געקאווערט די דריטע אפשן, וואס די קרעדיט ליין ווערט גע'הרג'ט דערפון. נישט צאלן פאר א שטיק צייט, און נאכדעם סעטלען פאר ווייניגער פון פופציג פראצענט אויפ'ן גאנצן חוב.

זונטאג יוני 15, 2014 4:43 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:אופן ב', און ס'קען אויך גענוצט ווערן אינאיינעם מיט די פריערדיגע עצה.

נעם ארויס א לאון פון א נייע קארטל, אדער א זייער נידריגע אינטערעסט רעיט קארטל, און טראנספער אלע חובות פון אלע קארטלעך אריין אין דעם נייעם.

קודם האסטו אראפגעווישט אלע אינטערעסט, און יעץ צאל די גאנצע 200 פער חודש פאר די נייע כולל'דיגע חוב, אבער מיט מינימום אינטערעסט.

רוב נייע קארטלעך געבן 12 ביז 18 חדשים 0 אינטערעסט, אבער זיי כאפן דיר ביי די הויכע אינטערעסט נאכדעם, אבער אויב דו גייסט זיין אויסגעצאלט ביז דעמאלטס איז נישט קיין פראבלעם. און אפילו אויב דו וועסט נישט זיין אויסגעצאלט, קענסטו טון אזוי: איינמאל אלע קארטלעך זענען קליען, רוף אריין צו זיי און פארלאנג א נידריגערע רעיט, סיי ביים ענדיגן צאלן, און אויך יעדע זעקס חדשים. ווען ס'ענדיגט זיך די 18 חדשים 0 אינטערעסט, טרענספער צוריק דעם חוב, צו פריערדיגע קארטלעך….


איין וויכטיגע נקודה וואס מען טאר ניט פארגעסען צו קוקען
balance transfer fee

קאוד:
Credit card balance transfers may charge a balance transfer fee—usually 3% to 5% of transferred debt. You may be able to find a 0% intro balance transfer rate with no balance transfer fee for a limited period.

זונטאג יוני 15, 2014 4:52 pm

דא
קענסט די טרעפען א WORKSHEET אויסרעכענען צי עס לוינט זיך נעמען א BALANCE TRANSFER
מיט דעם קען מן הסתם MESILA אדער דיין אקאנטענט העלפען

זונטאג יוני 15, 2014 5:17 pm

credit-card-payoff-calculator.xls
(38.5 KiB) געדאון לאודעד 72 מאל


באקומען אין אישי.

זונטאג יוני 15, 2014 5:36 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:פאלג דעיוו רעמזי.

מאך א ליסט פון אלע קרעדיט קארדס וואס דו דארפסט צאלן.
גיי פון די קלענסטע אמאונט (אפגעזען די אמאונט פון די ריבית) גאנץ אויבן ביז די גרעסטע אמאונט דאס לעצטע.

רעכן צאם אלע מינימום פעימענטס. למשל דו האסט 5 קארדס, און דו דארפסט געבן פאר אלע א מינימום פן 25 טאלער. דאס הייסט איז דו גייסט "מוזן" צאלן 125 א חודש.

לייג צו די מאקסימום וואס דו ווייסט אז דו גייסט קענען צאלן יעדן חודש אן ווערן דערשטיקט. לאמיר זאגן נאך פינף און זיבעציג דאלער. (באלד זע פארוואס).
דהיינו דו גייסט צאלן פאר 'אלע' קרעדיט קארדס 200 פער חודש.

אלע קארדס צאל נאר די מינימום, אבער די קארטל מיט'ן קלענסטן חוב לייג צו צום מינימום די גאנצע צוגעלייגטע. (אויב דו קענסט רעכן אויס דעם אינטערעסט רעיט פון דעי קארד, און מאך זיכער אז דו גייסט צאלן מער פון וויפיל די אינטערעסט וואקסט אויפ'ן חודש, פלאס די מינימום פעי. דהיינו למשל דער חוב איז 900 און דו צאלסט 7 פראצענט אינטערעסט, לייג צו מער פון פינף און זעכציג דאלער. לאמיר זאגן אין דעם למשל, לייג צו פינף און זיבעציג). אויף דעם וועג וועסטו האבן אפגעצאלט און אפגעענדיגט דעם קארטל ביז אומגעפער 9 חדשים.

ווען די קארטל איז פארטיג, נעם דאס גאנצע געלט (100 דאלער) און לייג עס צו צום מינימום פעי פון די נעקסטע קארטל.
ווען די נעקסטע קארטל איז פארטיג וועסטו האבן פאר די דריטע 125 אין צוגאב פון יענע מינימום פעי. וכן על זה הסדר.
זעלבסט פארשטענדליך אז וואס שפעטער א קארטל, אלס שנעלער גייט זיך אויס גענצליך אויסצאלן, ווייל דו האסט אלץ מער.
ביים לעצטן קארטל וועסטו צאלן יעדן חודש 200 בלויז פון די קארטל, און ס'וועט זיך שנעל ענדיגן.

(יעדעס קארטל וואס ווערט גענצליך אויסגעצאלט, צעשנייד די פיזישע קארטל… אבער מאך ניש צו די אקאונט).


קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס די אופטוה פון דער מהלך איז?

זונטאג יוני 15, 2014 5:42 pm

איך מיין אז עס איז בעסער ווען מען מאכט דעם רשימה לויט די INTEREST RATES
אז מען צאלט אפ דאס טייערסטט ווי פריער

זונטאג יוני 15, 2014 5:46 pm

די איידיע דערפון איז מיט צוויי חלקים.

איינס, די סנאו באל עפעקט, אז מיט יעדע קרעדיט קארד ווערט די זעלבע סכום גרעסער.

צוויי, ס'נעמט אריין די יומען סייד, אז א מענטש ווערט מיד שנעל. דעריבער אויב גייט מען קודם צו די קלענערע באלאנסן, ווערט מען שנעלער פארטיג מיט די קליינע, באקומט מען מאמענטום און חשק צו גיין ווייטער, ווייל מ'זעט ווי ס'רוקט זיך.

אמת אז מ'קען גיין מיט די העכסטע אינטערעסט קודם, אבער אויב גייסטו סטאפן אינדערמיט סייווי, וואס א חילוק ווען דו צאלסט די בילס?… יעץ אביסל מער אדער ביים סטאפן סאך מער?

דעיוו האט עס שוין געטון פאר טויזנטער מענטשן, און די וועג האט געארבעט די בעסטע.

זונטאג יוני 15, 2014 6:02 pm

קיקיון האט געשריבן:איין וויכטיגע נקודה וואס מען טאר ניט פארגעסען צו קוקען
balance transfer fee

קאוד:
Credit card balance transfers may charge a balance transfer fee—usually 3% to 5% of transferred debt. You may be able to find a 0% intro balance transfer rate with no balance transfer fee for a limited period.


אויף דעם איז דא צוויי עצות:

1 א קארטל וואס גיט א 0% APR אויך אויף בעלענס טרענספערס.

2 בעטן א חבר/נאנטען וואס דארף מאכן א גרויסע פעימענט [פאר א קאמפעני] מיט קעש אדער טשעק, אז ער זאל אנשטאט נוצן דיין 0% APR קארטל, און דיר געבן די געלט.

אבער אפילו אזוי קען זיין א די 3-5 פראצענט בעלענס טרענספער וועט אויסקומען ביליגער ווי די 12-24 פראצענט אין ריבית וואס מען באצאהלט איטליכן חודש.

זונטאג יוני 15, 2014 7:49 pm

Chase slate first 30 day when opening card doesn't charge for balance transfer and it's o apr for 18 months

זונטאג יוני 15, 2014 7:51 pm

If you are not approved for a chase card or any 0 apr you can get from discover a loan up to 25000 which you can have fixed rate and you can transfer all you balances. But of course you need a good credit

זונטאג יוני 15, 2014 10:14 pm

איך מיין אז capital one האט אזא קארד

זונטאג יוני 15, 2014 10:23 pm

mini van האט געשריבן:איך מיין אז capital one האט אזא קארד

Capture.JPG

זונטאג יוני 15, 2014 10:42 pm

קיינעם איז נישט גרינג צו באצאלן און סטאפן נוצן פון איין מינוט צו די אנדערע. די חסרון פון קארטלעך איז אז מ'בלייבט עס נוצן ווייטער, סתם צו באצאלן איינס מיט'ן צווייטן.

איז די עצה, ווי געשמועסט, אז מ'מאכט אפ אן אמאונט וואס מ'קען באצאלן, און מ'צאלט חודש'לעך, און מ'צאלט נישט ווייניגער אפילו מ'האט שוין סאך ווייניגער קארטלעך צו צאלן. דאס איז אפעקטיוו אפצוצאלן און זיך פטר'ן איינמאל פאר אלעמאל.

איינער וואס האט געלעבט אסאך אויף קארטלעך, קען אבער שנעל צוריק פאלן ווען ער זעט אז ער האט שוין נאך קרעדיט, וירא כי היתה הרווחה. דאס איז נאך סיבה צו דעיוו רעמזי'ס מעטאד, צו צושניידן די קארטלעך.
נאך אלעם די ק"ק קאמפאניעס ווילן נישט דו זאלסט באצאלן, זיי דערלייגן גרויס געלט פאר יעדע גרעסערע פעימענט וואס דו מאכסט מער פון די מינימום, און זיי פרובירן מיט אלע כוחות זאלסט דיך נישט ארויס זען דערפון, אפילו דורך מאכן גרינגער צו צאלן די אלטע חובות, אבי דו בלייבסט עס נוצן.

מאנטאג יוני 16, 2014 2:21 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:יעדעס קארטל וואס ווערט גענצליך אויסגעצאלט, צעשנייד די פיזישע קארטל… אבער מאך ניש צו די אקאונט.

פארוואס נישט?

מיטוואך יוני 18, 2014 9:22 am

נומער איינס: עס שאדט פאר די קרעדיט, באט קען זיין ס'דא נאך סיבות

מיטוואך יוני 18, 2014 11:19 am

איז עס Safe צו האבן אפענע אקאונטס/קארד נומבערס מיט צושניטענע קארטלעך? כ'פארשטיי אז יעדע אפענע אקאונט איז נאך א שאנס פאר פראוד!? איך וואלט נישט געווען רוהיג צו האבן אן אפענער קרעדיט און פארגעסן דערפון...

מאנטאג פבואר 02, 2015 10:01 pm

איך זיך א קרעדיט קארט וואס גיבט די אפשען פון שרייבן טשעקס מיט א זיראו אינטראו עי פי אר. אין אנדערע ווערטער איך וויל מאכן א באלאנס טרענספער, אבער נישט צו א קרעדיט קארד בעלענס, נאר צו א פריוואטע חוב.

עני איידיע?

דינסטאג פבואר 03, 2015 12:24 am

Capital one

דינסטאג פבואר 03, 2015 12:26 am

געדענקען אז קעפיטעל וואן מאכט א hard pull אויף אלע דריי רעפארטס
שרייב א תגובה

Advertisement