Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יוני 15, 2014 8:19 pm

אנטשולדיגט, ארייגעביסן אין א פארדארבענעם עפל?

אויב איינער ווייסט טאקע פין גארנישט, און איז נישט אינטערעסירט צו וויסן נאר צו קענען צוריקפייטען, דאן האב איך געמאכט א טעות, אנטשולדיגט.

איבריגענס, כ'ווייס נישט ווער ס'האט געמענשנט דא אז אונז זעמיר א אומנארמאלע דורכגעפוילטע סאסייעטי, ס'נישט גלייך מגזים צו זיין איינעמס ווערטער כדי צו קענען נאכדעם אפפרעגן. כ'האב בס"ה געזאגט אז ס'דא א שוואכקייט אין דעם פעלד אזויווי אין אסאך אנדערע ביזנעס אנגעלעגנהייטן.

אויף למעלה'ס שאלה איז דער תי' אז עמיצער וואס ווייסט וואס טוט זיך אויף דער גאס, און/אדער איז שוין במישרין או בעקיפין געפאלן א קרבן צו אזא איינעם, וועט א טעקנישן אויך נישט טראסטן סתם אין דער וועלט אריין.

בכלל, איז און די פראפעסיאנאלע וועלט דא ען. די. עי.'ס וכדו' וואו דער צווייטער צד ליידט קאנסעקווענצן אין פאל ער ליעקט קאנפידענשעל אינפא. וואס איז נישטא ביינונז.

Advertisement

זונטאג יוני 15, 2014 8:25 pm

ווער ווייסט נישט דא פון גארנישט? פארקערט גאר איך ווייס דייקא יא פון אייגענע עקספיריענס אז זיי געבן גארנישט איבער.

איך ווייס וואס טוט זיך אויפן גאס, און איך ליין אויכעט די אלע מעסעדזשעס. אבער איז דען דא איין סיבה צו זאגן אז די מעסעדזש שרייבער זענען מער טראסטבאר און באגלייבט ווי מענטשן וואס האבן נישט קיין אינטערעסע - לכה"פ עפ"י פשטות - אין עפעס אנדערש חוץ פילטערן דיין קאמפיוטער?

זונטאג יוני 15, 2014 8:32 pm

איך גיי נישט רעדען וועגען טעג אבער איך גיי זאגען א כלל אז ביי די היימישע עולם איז ווייניגער קאנפידענטשעל ווי ביי גוים עס איז דא עטליכע סיבות איך גיי נישט אלע אויסרעכענען
(1 רוב היימישע אידען זענען נישט פראפעשינעל
(2 אונז זענמער איין טשאלענט טאפ רוב מענטשען קענען זיך נישט איינהאלטען ווען איינער קומט ארויף אויפען טיש פין מרמז זיין אז ער ווייסט עפעס
(3 מען ווייסט אז קיינער גייט נישט סוען האט מען נישט אזוי מורא

במילא וואלט איך געזאגט אז אויב איינער האט פין עפעס וואס מורא צי האבען זאל קיינעם נישט טראסטען
שרייב א תגובה

Advertisement