Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קול מבשר אינטערוויאו מיט 3 TAG פארשטייער

פרייטאג יוני 13, 2014 8:36 am

1212-444-1100
3
1
1027

אינטערעסאנט און וויכטיג

Advertisement

TAG נומערן

זונטאג יוני 15, 2014 10:52 am

Boro Park (718) 437-1824
Lakewood (732) 730 1824
Monsey (845) 371- 1824

זונטאג יוני 15, 2014 11:21 am

ער רעדט דארטן פון די אימעיל וואס איז ארום געפארן וואו כאילו א בחור איז ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל טעג האט ארויסגעגעבן אימפארמאציע.

זונטאג יוני 15, 2014 1:12 pm

אלס א טעג הנאה האבער וויל איך זיך באדאנקן פאר זייער געטרייע און פלינקע ארבעט, און בפרט פארן נישט בעטן קיין פ-ע-נ-י-י !-!-!

זונטאג יוני 15, 2014 1:28 pm

יאפין האט געשריבן:ער רעדט דארטן פון די אימעיל וואס איז ארום געפארן וואו כאילו א בחור איז ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל טעג האט ארויסגעגעבן אימפארמאציע.

כאטש וואס איך מיין נישט אז איינער פון טע"ג האט עס עס טאקע געטון, אבער דער דארט אויפן אינטערוויאו דרייט זיך גאנץ שוואך ארויס.

זונטאג יוני 15, 2014 1:35 pm

ס'איז קלאר אז טע"ג האט עס נישט געטוהן, זיי זענען נישט קיין פאליציי, נאר פראבירען צו העלפן יעדער איד וואס וויל זיך אליינס העלפן.

זונטאג יוני 15, 2014 1:36 pm

יאפין האט געשריבן:ער רעדט דארטן פון די אימעיל וואס איז ארום געפארן וואו כאילו א בחור איז ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל טעג האט ארויסגעגעבן אימפארמאציע.

איינער קען מאסבער'ן ??

זונטאג יוני 15, 2014 1:37 pm

ווי אזוי זאגט יוסי געשטעטנער די ערגסטע זאך וואס א פאליקאנט קען טוען פאר זיך איז צי דערמאנען זיין קעגענערס נאמען!!!!
קיינער האט נישט געהערט פין די גאנצע מעשה ווער בעט דיר צי רעדן דערפין, אה אז די רעסט שוין יא דערפין לאמיר הערן וואס עס איז געווען די אנדערע צד,

זונטאג יוני 15, 2014 1:39 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:ער רעדט דארטן פון די אימעיל וואס איז ארום געפארן וואו כאילו א בחור איז ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל טעג האט ארויסגעגעבן אימפארמאציע.

כאטש וואס איך מיין נישט אז איינער פון טע"ג האט עס עס טאקע געטון, אבער דער דארט אויפן אינטערוויאו דרייט זיך גאנץ שוואך ארויס.

זייער גוט געזאגט, נאכן עס אויסהערן פעלט נאך אלץ די רואיגקייט אז אויב א קוזיןפון איינעם וואס ארבעט אין טעג וועט "זייער וויכטיג" וועלן האבן אינפארמעישאן איבער איינעם, וואסערע מאסנאמען סעקיורעטי איז דא דאס צו פארמיידן.

און ביי משומר אדער גדר וואס איז דירעקט אונטער א קהלה איז די שאלה נאך גרעסער, און איך כלייב אז ס'איז נאך בכלל נישט אדרעסירט געווארן און אעך ווייס אז ס'באדערט פאר אסאך די קשיא.

זונטאג יוני 15, 2014 1:42 pm

משומר איז נישט אונטער א קהילה, כאטש וואס עס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך א קהילה. זיי האבן אן אנדערע וועד פאר די חלק הקהילה.

זונטאג יוני 15, 2014 1:48 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:משומר איז נישט אונטער א קהילה, כאטש וואס עס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך א קהילה. זיי האבן אן אנדערע וועד פאר די חלק הקהילה.

גערעכט די משומר קאמפאני אליין איז נישט, אבער די משמרת אפיסעס זענען יא דירעקט אונטער די קהלה, אוןס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די וועד החינוך פון די מוסדות האבן נישט קיין שום פראבלעם צו באקומען אינפארמאציע אויב זיי זאלן עס שטארק ברויכן.

זונטאג יוני 15, 2014 1:50 pm

משמרת יא, אבער מ'מוז נישט גיין דורך זיי, און אפעציעל פון משומר גייט גארנישט ארויס [שטייצעך אז איינער וואס שיקט אין די מוסדות דארט און זאגט אז ער האט משומר מעגן זיי געוואויער ווערן אויב עס לויט זייער סטאנדארט פון משומר].

זונטאג יוני 15, 2014 5:38 pm

אויב איינער סטאפט זיין משומר סובסקריפשאן גייען זיי דען נישט תיכף איינמעלדן פאר די מוסדות? וואס מאכט מען זיך טאמעוואטע? (אפגערעדט פון דעם וואס די מוסדות זענען דירעקטע אינוועסטערס אין דעם פילטער, איז פשוט אז זיי האבן א בעלות און א מעגליכקייט צו באקומען וועלכע אינפארמאציע זיי ווילן).

זונטאג יוני 15, 2014 6:26 pm

אויב איינער נעמט משומר וועגן די מוסדות פארלאנגט עס פון אים, און ער באקומט א סערטיפיקאט פון משומר אז ער איז געפילטערט ביי זיי, זאלן זיי דען נישט איינמעלדן פאר די מוסדות אז ער איז שוין נישט געדעקט ביי זיי?

זונטאג יוני 15, 2014 6:42 pm

ס'מיר א וואונדער ווי ווען מען רעדט פון טעג וועלן זיך געוויסע זארגן וואס וועט זיין וועגן סעקיורעטי, אדער וועגן פריוואטע אינפארמאציע, ווידער אויף יעדע אנדערע טעקנישן וואס מען רופט פרעגט מען נישט די אלע טויזענט און דריי קושיות, קנאפער האב איך רעכט? זאג וויפיל האבן דיר אויסגעפרעגט וועגן סעקיוריטי פאר די האסט קער גענומען פון זייער קאמפיוטער?

לגבי משומר וועגן יא נישט זען אינפארמאציע האלט מען שוין ביי חוזר חוזר חזרה...

זונטאג יוני 15, 2014 6:48 pm

למעלה, ערשטנס ס'דא א גרויסער חילוק פין איינער וואס האט נישט מער ווי ביזנעס אינטערעסן, ביז א מוסד וכל שום וחניכה דאית להו.

צווייטנס ס'טאקע א ווייטאג, ליידער איז דא ביי אונזער עולם א שטארקע לעק אין פארשטאנד אינעם גאנצן נושא פין קאנפידענשיאליטי, נאכדערצו ווען ס'סתם אינגעלייט אן קיין שום פארמאלע פראפעשאנעל טרעינינג. ודו"ק ותשכח

זונטאג יוני 15, 2014 6:53 pm

טעג איז נישט אונטער א מוסד מילא וועלן זיי נישט זאגן, ועוד, זיי נעמען יא פראפעשיאנעל טרעינינג. ודו"ק ואל תשכח.

זונטאג יוני 15, 2014 7:02 pm

למעלה, היבש גערעכט, אבער...

ווען מ'רעדט פון פילטערס איז עס א נושא וואס ברויך ווערן גענומען מיט מער האקלקייט פשוט צו ראטעווען נשמות ישראל, און זיכער מאכן אז איעדער פילט גענוג באקוועם צו אינסטאלירן א פילטער.

אבער קיינער זאל נישט צוגלייכן א פילטער וואס דו ווערסט געצווינגען דורך דיין מוסדות אדער סתם א פילטער!

ווען א חסיד סאטמאר מהרי"י אינסטאלירט משומר צוליב וואס זיין מוסדות צווינגט אים דערצו מעגן זיי הונדערט פראצענט איבערגעבן די ליסטע פון מענטשן צו זיכער מאכן אז זיי האבן טאקע אויסגעפאלגט די תקנות (און אין פאקט ווען זיי פארלאנגען אז זיי זאלן גאר האבן מאניוטערונג רעכטן וואלט מען עס אויכעט געטון בלית ברירה).

אבער ווען איינער וואס איז נישט קיין סאטמאר'ער - ווי למשל איך - רוף אן משומר און באשטעל א גוטע פילטער געבן זיי עס פאר קיינעם נישט ארויס!!

און דער טענה אז עס איז נישט פראפעשינעל טרענירטע אינגעלייט איז באלאוניס, ווייל א נארמאלע מענטש גיבט גארנישט ארויס (און מ'ווארענט זיי דערוועגן), און פון דער אנדערער זייט קען א פראפעשינעל די זעלבע זיין אומאחריות'דיג.

זונטאג יוני 15, 2014 7:06 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:למעלה, ערשטנס ס'דא א גרויסער חילוק פין איינער וואס האט נישט מער ווי ביזנעס אינטערעסן, ביז א מוסד וכל שום וחניכה דאית להו.

צווייטנס ס'טאקע א ווייטאג, ליידער איז דא ביי אונזער עולם א שטארקע לעק אין פארשטאנד אינעם גאנצן נושא פין קאנפידענשיאליטי, נאכדערצו ווען ס'סתם אינגעלייט אן קיין שום פארמאלע פראפעשאנעל טרעינינג. ודו"ק ותשכח

זינט ווען איז משומר א מוסד? און וואטס אבאוט טע"ג? זיי זענען גאר אויכעט א מוסד?

וואו זעסטו אז ביי אונזער ציבור אז עס איז דא א לעק אוו קאנפידענטשואלעטי?

זונטאג יוני 15, 2014 7:07 pm

יאפין האט געשריבן:טעג איז נישט אונטער א מוסד מילא וועלן זיי נישט זאגן, ועוד, זיי נעמען יא פראפעשיאנעל טרעינינג. ודו"ק ואל תשכח.

איך האב מיך באצויגן בעיקר צו די מוסדות, אבער כ'צו נישט צוריק אז ס'עקזיסטירט ביים היימישן עולם אזא פראבלעם צוליב פארשידענע סיבות, בפרט אויב קען ער האבן עפעס אנדערע אינטערעסן אויסער זיין דאלער, נכלל זיין דער ראש המדברים אין קאווע שטיבל/ביי א שמחה/מוסד, וכו', ועוד, וד"ל.

_______

אופס, קנאפער האקט. פאר מער אין אישי ביטע.

זונטאג יוני 15, 2014 7:15 pm

קום אריין אין אישי, איי עם רעדי, אבער שרייב נישט קיין וד"ל'ס אן קיין דעקונג! וואספארא אינטערעסן קען דער טע"ג וואלענטיר פונקטליך האבן?

זונטאג יוני 15, 2014 7:21 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:קום אריין אין אישי, איי עם רעדי, אבער שרייב נישט קיין וד"ל'ס אן קיין דעקונג! וואספארא אינטערעסן קען דער טע"ג וואלענטיר פונקטליך האבן?

וד"ל דארף נישט קיין דעקונג דער וואס פארשטייט פארשטייט. זעט אויס אז ס'האט נישט געמיינט דיך. עניוועי, לאמיר כאפן א שמועס אין אישי עמיר זען.

זונטאג יוני 15, 2014 7:28 pm

וד"ל קען זיין בלויזע רעטאריק מיט פאלשע מעשיות און האלבע שמועות! וד"ל'ס קען מען נישט אפפרעגן זינט עס איז גארנישט געזאגט.

האו אבאוט איך שרייב אז 'אבערוואס' איז א שליח פון... וד"ל... דארף עס דעקונג אדער נישט?

זונטאג יוני 15, 2014 7:38 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:וד"ל קען זיין בלויזע רעטאריק מיט פאלשע מעשיות און האלבע שמועות! וד"ל'ס קען מען נישט אפפרעגן זינט עס איז גארנישט געזאגט.

האו אבאוט איך שרייב אז 'אבערוואס' איז א שליח פון... וד"ל... דארף עס דעקונג אדער נישט?

"ס'קען" טאקע זיין, דערום האב איך געשריבן אז די וואס פארשטייען פארשטייען, און די וואס נישט קענען טאקע בעטן ראיות, און אויב ס'איז אין פלאץ אין ס'דא צייט קען מען זיי אויך צוליב טון.

אמער, וד"ל נוצט מען נארמאל ווען רוב עולם ווייסט וואס מ'מיינט. אויב בין איך דער איינציגער דא, דאן בעט איך אנטשולדיגונג פינעם עולם.

אין א סייד נאוט, איך מיין בכלל נישט TAG צפעציפיש.. וד"ל

זונטאג יוני 15, 2014 7:47 pm

וד"ל וד"ל וד"ל.... אקעי גענוג מאל געשריבן? יעצט קום רעדן נארמאל!

משומר איז נישט אונטער קיין מוסד (כאטש וואס געוויסע מוסדות פארלאנגען דווקא דעם פילטער צוליב איר הויכע סטענדערט). טע"ג איז פארשטייטזיך נישט אונטער קיין מוסד!

די אינגעלייט וואס ארבעטן דארט, רוב רובם לשם מצוה (איך רעד פון טע"ג, אבער ביי משומר איז עס פאר געלט), האבן א דזשאב צוצושטעלן זייער סערוויס פאר די וואס בעטן עס, און עס נישט דא קיין שום קערפערשאפט פאר וועמען זיי מעלדן זייער זאכן וואס זיי זעען!

סאו אויב וויל איינער דוקא זיין אויפגערעגט אויף יעדע זאך וואס האט מיט אידישקייט - ווייל אונז זעמיר דאך דורכגעפוילט און אן אומנארמאלער סאסייעטי - קען ער, אבער ווייטער פון דעם איז נישט דא קיין שום טענה אז טע"ג אדער משומר זאלן נישט היטן אויף מענטשן'ס פרייווענסי.
שרייב א תגובה

Advertisement