עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג יוני 10, 2014 10:22 am
א גוט יאר.
איך האב א בוים פון בעריס אין מיין שטח
די גאנצע שטח ווערט בארעגענט מיט בעריס
איך פארמאג א בעזעם ב"ה
אבער ביים בעזעמען ווערט די גאנצע פלאָר שמוציג
די בעריס ווערן צודריקט און אלעס ווערט אנגעחזר'ט
ווער עס האט עפעס אן עצה ווי אזוי צו ריינוגן די בעריס אן שמוציג מאכן אלעס ווערט געבעטן
צו העלפן
תזכו למצות.
Advertisement
דינסטאג יוני 10, 2014 10:28 am
נעם א שלויך וואסער און שפריץ עס אוועק
דינסטאג יוני 10, 2014 2:05 pm
א וועקיאום קלינער וואלט געווען כדאי צו פרובירן
דינסטאג יוני 10, 2014 2:09 pm
איך האף האסט גארנישט קעגן אונזער בערי (וועבער)...
דינסטאג יוני 10, 2014 2:11 pm
ער איז דאך נישט פארווערעמט
דינסטאג יוני 10, 2014 2:43 pm
רוף עטליכע כינעזע גוים זאלן אפלערן דעם בוים פון די בעריס והכל על מקומו יבא בשלום.
בעיני ראיתי כמה פעמים ווי די כיזענע גוים אין בארא פארק גייען ארום זאמלען די דאזיגע סארט בעריס.
דינסטאג יוני 10, 2014 2:44 pm
אפשר קענסטו מאכן א גריק יאגערט מיט זיי?
דינסטאג יוני 10, 2014 3:02 pm
די עיקר אבבאכט געבן עס זאל נישט פאלן אדער בלייבן קיינע בעריס אויף זאמדיגע שטחים, ווייל עס קען וואקסען נאך אזא בוים.
דינסטאג יוני 10, 2014 3:04 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די עיקר אבבאכט געבן עס זאל נישט פאלן אדער בלייבן קיינע בעריס אויף זאמדיגע שטחים, ווייל עס קען וואקסען נאך אזא בוים.
איך ווייס פון איינער וואס האט געבויעט א הויז און געבעטן פון די קאנטראקטער אים אריין צו לייגן ביימער אין פארנט פון זיין הויז פאר שאטן, מען האט אים געלייגט א פיטש בוים וואס ווי באקאנט וואקסא עס נישט צו הויעך, איז ער געגאנגען פרעגן פון זיין רבי און זיין רבי האט נישט מסכים געווען אז מען זאל עס אראפ נעמען, מילא גיב אכטונג וואס די טוסט
דינסטאג יוני 10, 2014 3:27 pm
איך גלייב על פי הלכה טאר מען עס נישט אפשניידן
ווען די כינעזער לייזן עס וועהן אפ און עס וואקסט נישט מער וואלט איך זיי שוין גערופן
אבער יעדע 15 מינוט גיי איך זיי נישט רופן
איך וועל פרובירן א שלויך
אדער ספעציעלע בלאזער
עניוועי שכח יעדער סיי וועלעכע עצה וועט געליינט ווערן
די בעסטע עצה וועט פאבליצירט ווערן אי"ה
שכח אייך אלע