עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג יוני 09, 2014 10:38 am
נשמה וואס זאגסטו צו אזעלעכע ווערטער וואס הרב טויבער זאגט?
Advertisement
מאנטאג יוני 09, 2014 10:42 am
נשמה האט געשריבן:איך זאג נישט ער וויל זיין אזוי.
פארקערט ער זאגט, און איז מסביר אז ער וויל נישט, און ער וויל זיין בלא בלא בלא. אבער פארוואס באטראכט ער זיי אזויפיל?
פארוואס האט ער אפילו אזא צי דערצו?
ווער זאגט אז ער ציעט דערצו? אפשר איז עס אים פשוט אינטרעסאנט און ער וואונדערט זיך אויף די מענטשן ממש אטע דאס וואס איר וואס איר פרעגט אויף אים, דהיינו, ער וויל פארשטיין וואס ציעט די מענטשן צו גיין אזוי!?
נשמה האט געשריבן:אינטערעסאנט ער איז מיר געווען אזא תמימות'דיגע יונגל?
ער האט מיר צופיל קשיות!
צופיל קושיות איז א פראבלעם? דאס מיינט אז ער טראכט טיף ווי די טאטע... די עצה דערצו איז אים צו ענטפערן אויף יעדע קושיא מיט הלל'ס געדולט.
נשמה האט געשריבן:זאל דער אייבערשטער העלפן.
יעדעס מאל ווען אונז הער מיר עס ווערן מיר אויפגעטרייסעלט.
ס'קוקט אויס ווי ער דארף חיזוק זיך צו האלטן
נו גיבט אים עס...
נשמה האט געשריבן:איין זאך
ס'דא טאטעס וואס טוען גארנישט און זייערע קינדער זענען פרום...
פארוואס?
א שיינער חלום האט איר געזען... פון וואנט נעמט איר אז די עלטערן טון גארנישט?
מאנטאג יוני 09, 2014 10:42 am
מי יודע האט געשריבן:נשמה'לע, איך וואונטש דיר דיין אינגל מיט א שיינע ווייסע (אקעי אוף ווייט) וואלענע טלית קטן, וואס עפעס געל? פארואס עפעס דארף די וואלענע טלית קטן דערמאנען פון פאטעיטא טשיפ
אבער נשמה'לע, האסטו געמאכט א קוגל, צופלאשעטע פאות, געלע טלית קטן, אבער תנאי קודם למעשה, ער מוז שרייבן אויף אייוועלט, בעט דעם באשעפער שבתי בבית ה' כל ימי חיי ער זאל נישט צוקומען צום קאמפיוטער בכלל
בקיצור
ער זאל זיין אן ערליכער יוד
אן אמת'ער ערליכער יוד
אויב ער וועט פארשטיין אז ער דארף.שרייבן דא אויף איי-וועלט אויפצוטון פאר יודישקייט, נו איז ער דאך אן ערליכער יוד, ווייסט ער דאך דעם רצון השי"ת...
בעיקר וויל איך, ער זאל זיין א שטיק עצמיות ערליכער יוד דורכגעווייקטער ערליכער יוד...
יא איי-וועלט נישט איי-וועלט.
דעם שיויתי זאל ער האבן שטענדיג פאר זיינע אויגן.
ער זאל זיין דורכגעבויעט מיט שטארקע יודישקייט.
און נישט וואקלן כאפסט?
אויב ער וועט אמאל אריינפאלן אין א סייט וואס טויג נישט זאל ער אפטראגן פון דארט.
ווייל דאס יראת שמים וועט אין איהם פלאקערן כאפסט?
איך.וויל איהם אויפבויען
א סאלדאט אינעם אייבערשטענס מיליטער!
פעסט. שטארק. געבויעט. קיינער און גארנישט זאל איהם נישט רירן צו שלעכטס.
און דאס בעהט איך.
דאס וויין איך.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:46 am
נשמה האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:נשמה'לע, איך וואונטש דיר דיין אינגל מיט א שיינע ווייסע (אקעי אוף ווייט) וואלענע טלית קטן, וואס עפעס געל? פארואס עפעס דארף די וואלענע טלית קטן דערמאנען פון פאטעיטא טשיפ
אבער נשמה'לע, האסטו געמאכט א קוגל, צופלאשעטע פאות, געלע טלית קטן, אבער תנאי קודם למעשה, ער מוז שרייבן אויף אייוועלט, בעט דעם באשעפער שבתי בבית ה' כל ימי חיי ער זאל נישט צוקומען צום קאמפיוטער בכלל
בקיצור
ער זאל זיין אן ערליכער יוד
אן אמת'ער ערליכער יוד
אויב ער וועט פארשטיין אז ער דארף.שרייבן דא אויף איי-וועלט אויפצוטון פאר יודישקייט, נו איז ער דאך אן ערליכער יוד, ווייסט ער דאך דעם רצון השי"ת...
בעיקר וויל איך, ער זאל זיין א שטיק עצמיות ערליכער יוד דורכגעווייקטער ערליכער יוד...
יא איי-וועלט נישט איי-וועלט.
דעם שיויתי זאל ער האבן שטענדיג פאר זיינע אויגן.
ער זאל זיין דורכגעבויעט מיט שטארקע יודישקייט.
און נישט וואקלן כאפסט?
אויב ער וועט אמאל אריינפאלן אין א סייט וואס טויג נישט זאל ער אפטראגן פון דארט.
ווייל דאס יראת שמים וועט אין איהם פלאקערן כאפסט?
איך.וויל איהם אויפבויען
א סאלדאט אינעם אייבערשטענס מיליטער!
פעסט. שטארק. געבויעט. קיינער און גארנישט זאל איהם נישט רירן צו שלעכטס.
און דאס בעהט איך.
דאס וויין איך.
און אנדערע ווערטער דו דארפסט האלטען און איין רעדן מיט עהם אזוי ווי דער זיבעציגער האט שוין געשריבען פריער,
אז ער האט עפעס q וועט נישט שאטן אז דו וועסט עהם ענטפערען צים זאך א יעדעס מאל.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:47 am
לגבי פיאות: צעפלאטשקענע פיאות פארשעמט נישט דעם רבש"ע און שיינע פיאות פארשענערט נישט דעם רבש"ע. ס'איז געווען צדיקים וקדושים וואס זענען געגאנגען מיט צעפלאטשקעטע פיאות, און ס'איז געווען וואס זענען געגאנגען מיט געקרייזלטע פיאות.
און נאך א פוינט לגבי פיאות: פאר דרייסיג-פערציג יאר צוריק (און אפשר אפילו צוואנציג) זענען חסידי'שע בחורים געגאנגען מיט צעפלאטשקענע פיאות און די מאדערן אדער אפילו שוואכערע יר"ש געגאנגען מיט שיינע פיאות. א גרויסער ראש ישיבה האט אמאל געזאגט ביי א געלעגנהייט אז ער האט שוין גערעדט מיט זייער זייער אסאך ראשי ישיבות, און זיי ווייסן באמת נישט פארוואס, אבער דער פאקט ווייזט אז א בחור וואס איז ביזי מיט שיינע פיאות איז נישט קיין ערליכער בחור.
למעשה היינטיגע צייט האט זיך כמעט געטוישט מן הקצה אל הקצה. א נארמאלער חסידי'ישער ערליכער בחור גייט צאם גענומען און מיט געקרייזלטע פיאות. א בחור וואס גייט מיט פאר'חרוב'טע הוט און קיינמאל געמאכטע פיאות איז ביזי מיט שמוץ אדער האט ער געפעכטן מיט די דעה…
און דאס ברענגט מיר צוריק צו די נושא מיט וואס דער אשכול האט זיך אנגעהויבן, וואס לדעתי האט עס נישט ספעציפיש מיט די פיאות קיין שייכות, נאר עס ווערט מאניפעסטירט לגבי אסאך זאכן און אויך פיאות. דער פראבלעם איז אז קינדער ווערן צוגעצויגן צו טאטישע שפילצייג, טאקי-וואקיס, לעלוס-לייטס אויף די קאר, מ'איז וויכטיג, מ'איז א הצלה, מיינע קינדער רופן עס היינט "ער איז א יוניט"…. ווען איך גיי זיין גרויס גיי איך זיין …. פיל אריין די בלענק. וואס וויל איך אז מיין קינד זאל דא אריינפילן. דאס איז די קשיא. וויאזי קען איך זען אדער טון אז מיינע קינדער זאלן ארויפקוקן אויף רבנים, דיינים, ערליכע בעלי בתים, זיי זאלן וועלן לערנען, זיי זאלן שעצן ערליכקייט, ארויפקוקן אויף דערהויבנקייט, און אראפקוקן אויף די אלע אויסערליכע שטותים און אוודאי מאדערנקייטן, אינקלודינג קליינע קאפלעך, פיצעלע שיעור פיאות, אד"ג.
איך געדענק נאך ווען ס'איז געווארן זייער 'קול' Cool אראפצולאזן ס'גארטל ממש צו די קניען. די נידריגער די גארטל די מער רייסער… איז די שאלה וויאזוי מאכט מען אז דאס קינד זאל כאפן די פינטל, און נישט אז יעדעס מאל ביי יעדע נייע משוגעת זאל איך דארפן עקסטער מסביר אויף די רעזולטאטן אז דאס איז אויך נישט גוט. וואס איז די עילה וואס אויב כאפט מען דעיס איז דער עלול זעלף אנדערסטוד?
אויף דעם איז דער ענטפער (וואס האט געארבעט ביי אונז אינדערהיים), אז מ'האט בעיקר גערעדט פון די גוטע חלק, געשעצט ערליכע אידן און גערעדט פון זיי מיט גרויס הערצה. און אויך אז מ'האט נישט אויפגעבויעט די סייד עפעקטס פון די ערליכע אידן… מ'האט נישט ארויסגעהויבן די זויערקייט פון די זויערע אידן, אדער די שארפקייט פון די גאר שארפע, מ'האט עס אפגעשיילט פונעם תכלית. מ'האט ארויסגעברענגט דעם פונקט אויך, למשל, דער און דער דינט דעם אויבערשטן מיט א מורא'דיגע עקשנות. קען זיין ער איז אן עקשן בטבע, און עקשנות איז זייער נישט קיין שיינע מדה, מ'דארף זיך אויפפירן ערליך וואס זאל ארויסברענגען א קידוש השם, אשרי שלמדו תורה וכו'. אבער דער איד נוצט אויס זיין עקשנות אויף ערליכקייט. און די זעלבע מיט צוריקגעצויגנקייט און איינגעהאלטנקייט. דער און דער רעדט נישט קיין איבריג ווארט, ער האט אינזינען דעם רבש"ע 24/7 ממש ווי איד דארף זיין. אוודאי דארף מען אויך זיין מעורב בין הבריות אבער מיט אידישקייט אינאיינעם, אבער דער איז מוסטער פון א איד אין די מדה וכן על זה הדרך.
דאס איז געווען דער עשה טוב, און דער סור מרע איז געווען זייער זייער צו באנעבעכן דעם שוואכן עלעמענט. איך פלעג כסדר הערן אויף דעם און יענעם "נעבעך. קוק וואס א רחמנות ער איז. ער שפירט נעבעך נישט קיין טעם אין שטיקל גמרא מוז ער זיין ביזי מיט די שטותים, לעלוס אא"וו. און קינדער וואס קענען נאך נישט לערנען טיף דארפן טאקע אויך האבן די אלע טויס, אבער ווען מ'ווערט גרויס און מ'קען שוין לערנען דארף מען טאקע שוין נאמאר די נארישע טויס. די טאטעס אבער - נעבעך - קענען נישט געהעריג לערנען, און זיי זענען געליבן בעיבי טאטעס. נעבעך. אזא רחמנות."
מיין הארץ פלעגט אויסגיין פון רחמנות אויף די בעיבי טאטעס… אבער איך האב זייער זייער נישט געוואלט קיינמאל זיין פון די גרופע פון די רחמנות'ן, ג-ט זאל באהיטן…
כמעט יעדעס מאל ווען מ'פלעג מיר דורך שפאצירן דעם גרויסן ביהמ"ד ראדני, אדער גייענדיג אהין דאווענען וועג אריין, וועג ארויס, און מ'פלעג מיר זיך אנטרעפן מיט די "באמעס" וואס פלעגן זיצן אינדרויסן און שמועסן, האב איך אייביג געהערט די רחמנות פון די מענטשן. זיי קענען נעבעך נישט קיין עברי, זיי פארשטייען נעבעך נישט די פירוש המילות, זיי ווייסן נעבעך נישט אז מ'קען רעדן צום רבש"ע ביים דאווענען. אזא רחמנות. ווען זיי וואלטן גערעדט צום אויבערשטן וואלטעך דער אויבערשטער זיי געהאלפן.
און מיין קעפעלע האט שוין "פארשטאנען" פארוואס זיי זענען נעבעך אלטע בחורים… נעבעך…
אין מיין לעבן האב איך מער נישט ארויפגעקוקט די "קול" חברה, נאר אינסטינקטיוו געזוכט דעם תירוץ פארוואס דער איז נעבעך אזוי. א צעפארענע שטוב, משוגענע עלטערן, אליין משוגע, פארשטאפטע קאפ אד"ג, וואס עפ"י רוב איז עס טאקע אמת… אזא רחמנות….
נאכדעם האט שוין נישט אויסגעפעלט עקסטער צו רעדן פון פענסי גלעזער, אראפגעלאזטע גארטל, ארויסגיין שמועסן אינמיטן דאווענען, עסן פאר'ן דאווענען, (רייכערן…), א קליין קאפל, א פיצעלע הוט ארויף געווארפן אויפ'ן גענאק אדער אראפגעצויגן ביז די נאז (דיפענדינג די יאר-סטייל…), שפילן באל אין קעמפ, וכו' וכו'. יעדע זאך וואס די נעבעכס האבן געטון איז אויטאמאטיש געווען אפגעפרעגט, און יעדע זאך וואס די ערליכע אידן האבן געטון איז געווען געשעצט - מיט א גרעין אוו סאלט… ווייל א איד דארף זיין נארמאל אויך. ישראל אשר בך אתפאר.
און די מוסטערס פלעגן זיין די גרויסע רביים - אמאליגע און היינטיגע - וואס זענען באמת געווען צו ג-ט און צו לייט. זיי האבן געוויינט ביים דאווענען, און געשמייכלט ביים שמועסן, געלערנט פלייסיג, און געהאלפן אידן.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:50 am
שכח זאלער
כ'וועל עס מיטטיילן אינדערהיים.
והשם הטוב יעזור.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:51 am
מאנטאג יוני 09, 2014 10:53 am
א יוניט..
חחחח
מאנטאג יוני 09, 2014 10:55 am
געדענקסט? ווי קלענער די גלעזער איז אלץ פענסיער איז מען
מאנטאג יוני 09, 2014 11:02 am
געוואלדיגע ווערטער "זאל ער", און א געוואלדיגער דערהער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די צדיקים וואס האבן א לאך אין קאפ כמבואר כאן
viewtopic.php?p=862515#p862515ארויסהייבן זייער גוטע חלק (דער שרייבער רעדט דארט פון ציונות, אבער ס'איז על הכלל כולו יצא אויף יעדע חסרון וואס מען זעט ביי א ערליכער איד, הרב פינקוס רעדט פון דעם בספרו)
א קליינע הערה'לע נאר בנוגע די פיאות, ס'איז סתם איינגערעדט אז אמאל איז מען געגאנגען מיט מער צופלאשקעטע פאות ווי היינט, סאיז דא גענוג בילדער פון היינטיגע ערליכע אידן אין זייערע יונגע יארן מיט שיינע צוזאמען גענומען פיאות
אוודאי ווער ס'איז ביזי מיט די פיאות א גאנצן טאג הדין דידי הוא זאגט דער מדרש, אבער ס'איז דא א דרך הממוצע, מ'מאכט די פיאות איינמאל נאכן מקוה און פארטיג, ס'איז שיין צוזאמען גענומען
און לאמיר צום שלוס מעתיק זיין א חתם סופר פאריגע וואך (בהעלותך) דף נב
זרח בחושך אור לישרים חנון ורחום וצדיק, טוב איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט. כי הצדיק שאינו מכלכל דבריו במשפט בדרך הממוצע, אלא פורש עצמו לגמרי מן העולם, איננו מזריח אור לישרים, כי אין למדין ממנו להיות פרושים מכל וכל, דזה אי אפשר, וממילא הולכים אחר תאוות לבם הרע, אך הצדיק המעורב בין הבריות, אוכל הראוי ושותה הראוי ונושא אשה ומגדל בניו, והכל בצדק ומשפט ומישרים בקדושה ובטהרה, זה זורח אור לישרים, כי למדין ממנו הלא פלוני אוכל ושותה ונושא אשה והרי הוא חי וקיים אהוב וחביב, למה לנו לפרוץ גדר התורה על מגן הלא נוכל לנחול שני עולמות
פארשטייסטו די הייליגע ווערטער, אויב א צדיק מיינט נאר ווער ס'איז גייט צופלויגן זאגט דער איד צו זיך, אקעי איך בין נישט קיין צדיק, איך קען נישט ליידן צופלויגנקייט, אבער טאמער זעט מען א צדיק קען אויך זיין צוזאמען גענומען זה זורח אור לישרים אז מ'לערנט זיך אפ פון אים
מאנטאג יוני 09, 2014 11:55 am
ר' נשמה, כ'האב הנאה פון אייערע השגות, איר זענט קענטיג א אינגערמאן א יר"ש.
קלערנדיג צוריק מיינע קינדערישע יארן האב איך נישט געהאט קיין סאך אנדערע השגות ווי אייער ת"ח, זינט דאן האבן מיר דאס שוין לאאנג אויסגעוואקסן, ווי אזוי? ווייסעך נישט, שווער צו מסביר'ן בדרך הטבע.
אולי, די מוטערס טרערן.
זאלט איר שעפן תמיד הויפענס אידיש נחת פון אלע אייערע קינדערלעך געזונטערהייט עד זקנה ושיבה.
מאנטאג יוני 09, 2014 1:06 pm
נשמה, דיין פעדער איז טיף און דיין נשמה איז זיס....
מאנטאג יוני 09, 2014 1:14 pm
זאל ער
דיין תגובה איז גין גאלד.
מאנטאג יוני 09, 2014 2:05 pm
מען דארף ווייסן אזוי: חינוך איז נישט קיין פייער דיפארטמענט! חינוך איז א בילדינג דעפארטמענט!!!
און אנדערע ווערטער ווען איינער איז שוין ליידער אין גרוב ער וויל שוין עפעס ער האט שוין א ציל צו זיין דער וואס גייט פארקן שיף וכדו' איז שוין אביסעלע שפעט. די פייער ברענט שוין!!! מען דארף אנהייבן פון פריער ווען דער ביימעלע איז נאך יונג, אים אריין געבן דאס ריכטיגע חינוך, ווען א יונגל איז נאך 2-3 יאר ווייסט ער נאך פון גארנישט צו זאגן, אוודאי ווייסט ער צו זאגן פון שליסלעך מיט א טשערי לייט, אבער ער ווייסט דאס נאר ווייל דאס איז אים מעכטיג, צוסאך שכל האט ער דאך נאך נישט, סא די טאטע קען אים דעמאלטס נאך אריין געבן וואס ער וויל ווייל ער פארשטייט דאך במילא נישט, וועט ער נישט טראכטן וואס די טאטע וועט אים אריינפאקן, אבער דאס וואס די טאטע וועט אים אריינפאקן דאס וועט ער באקומען, (ס'איז אפשר נישט אזוי ברייט געשריבן אבער והמבין יבין)
א גרינגע חינוך (אויב מעגליך)
מאנטאג יוני 09, 2014 2:31 pm
דער בוכ"ע האט אזוי באשאפען זיין וועלט -כדי ס'זאל נישט זיין קיין נהמא דכסופא- אז פון ווען אמענטש איז באשאפען געווארן
ציט אים צו תאות עולם הזה און ער דארף זיך שטארקען און זאגן ניין, קוקן דעם עולם הזה אין פנים און נישט כאפן קיין התפעלות
פארשטייט זיך אז קליין קינד מיט א אומערוואקסענע שכל האט נאך נישט די כוחות אליין נאר זיינע עלטערן מיזן אים גיידן וואס יא און וואס נישט
און צוביסלעך קען מען אים לאזן אליין גיין זיין וועג און מיטן הילף פונעם בורא אז ס'וועט זיין חנוך לנער ע"פ דרכו מיט אמת'ע געטריישאפט און ליבשאפט, וועט זיין אי"ה גם כי יזקין לא יסור ממנו וועט ער האבן די כוחות אפילו ווען ער ווערט שוין עלטער און די עלטערן פירן אים שוין נישט אויף טריט און שריט אליין צו וויסן וואס יא און וואס נישט
ממילא טייערע נשמה דארפסטו נישט מורא האבן אז דיין קינד וויל זיין א באם ח"ו, וועסט נאך זען אז ער וועט מיטן אייבערשטענ'ס הילף זיין א ערליך אידיש קינד כאוות נפשך
ודו"ק כי קצרתי
הצלחה
מאנטאג יוני 09, 2014 6:47 pm
תרנגול האט געשריבן:נשמה, דיין פעדער איז טיף און דיין נשמה איז זיס....
תרנגול, דיין פעדער איז זיס און ווייס.
מאנטאג יוני 09, 2014 7:05 pm
גרויסע שכח פאר יעדען איינעם.
איך ליין און איבערליין אייערע ווערטער.
דאס זענען אלע גוטע עצות און מהלכים.
א גרויסע שכח.
טייערע יודן
טייערע טייערע יודן
עטץ זענטץ גרייט צו העלפן
זאל אייך דער אייבערשטער באצאלן
די נקודות וואס איך האב ארויסגענומען איז ווי פאלגענד
נישט ארויסווייזן אנערקענונג צו די וואס גייען נישט ווי ...
ארויסווייזן שטארקע הערצה צו די אלע וואס גייען יא ווי ...
די הייליגע חתם סופר איז מיר עפעס אן איוסטערלישער גיידענס. שכח.
רעדן אלעמאל בדרך כלל אויף די אלע אז 'נעבעך מן הסתם קענען זיי נישט קיין לערנן. וכו' מוזן זיי דערפאר זיין וויאזוי דאס קינד זעהט זיי...
רעדן מיט שעצונג אויף ערליכע יודן. און קיינמאל נישט אוועקמאכן
שכח זאלער מלא חן
שכח למעלה, א קשיא דארף מען פארענטפערן מיט געדולד. מיטטייילן אלעס מיט ביתי.
שכח פאר יעדעם פאר די חיזוק
פאר יאנקעלע קלוגער פאר די חיזוק
פאר פיטום פאר די קאנסטראקשען.
זייער גוט.
איי-וועלט די ביסט דאך דו בעסט.
והשם הטוב יעזור
שכח פאר די אלע וואס האבן מיר אויפמערקזאם געמאכט בנוגע די פיאות.
איך וויל נאר אזוי אפשר זיך מסביר זיין איך מיין נישט דייקא ער זאל מיר האבן צעלאטשעטע פיאות.
נאך דערצו איינער האט עפעס דא אויפמערקזאם געמאכט אז ס'איז פונקט פארקערט די מציאותת.
אז א בחור וואס האט א פאר'חרוב'טע היט און קיינמאל געמאכטע פיאות איז גאר פראבלעמאטיש.
השם ישמרנו.
אוי טאטע
גיב אונז גוטע קינדער.
שכח שוועמעל פאר די ענין פון האבי.
שכח מחותן נישט שטעלן די אייגענע נגיעות נאר מיינען די טובה פונעם קינד.
שכח פאר חסד שבמלכות
איך האב איהם שוין געשיקט פריוואט
שכח געלעגער
שכח מי יודע. דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זיין אן ערליכער יוד. א ירא שמים. שבתי בבית ה'.
שכח פער פאר מודה זיין.
איך וויל זיך באדאנקן פאר יעדעם אפילו פאר עירמאונטער. איך וויל דירעקט ער זאל זיין א מסודר'דיגער. אבער איך וויל איך וויל איך וויל.
איך וויל ער זאל זיין אן ערליכער יוד פעסט. געבויעט. און אויך וועל איך מודה זיין אז איך וויל נישט עער זאל אפילו חלומ'ן פון קורצע ערמל. ארויפגעליייגטע פיאות וכו'. קליינע קאפל. נאר פונקט פארקערט.
זאל דער אייבערשטער העלפן איך זאל וויסן וואו און ווי צו לייגן די משקל.
שכח פאר GREEN האב איך שוין געשיקט א שכח פריוואט ער ווייסט שוין.
זאל מיין ביתי ברכות אייך אלע באגלייטן. זי האט לכאורה א כח נאך דערצו ווען זי האלט אויס פון מיך.
לעצט פאראכטן דורך
נשמה אום מאנטאג יוני 09, 2014 7:19 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג יוני 09, 2014 7:11 pm
חסד שבמלכות האט געשריבן:עירמאנט'ער האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:צעפלויגענער.
אין דאס וואס איר ווילט פאר אייער קינד
?
אז איר זענט א צופלויגענער איז מן הסתם אייער ווייב א צוזאמען גענומענער, בדרך הטבע איז די ווייב פארקערט ווי די מאן, נו ראט ער אין די מאמע...
דער אמת איז אבער אין איין ווארט, מען קען זיין א פרומער און שיין צוזאמען גענומען, און ווידער קען מען זיין א בעסערע מענטש און א גרויסער ח.....
דער יסוד פון פרומקייט איז נישט קיין גע'טובל'טע היט מיט גלעזער מיט איין הענטל און אומגעמאכטע פאות, געמאכטע פאות איז א הידור מצוה, זה קלי התנאה לפניו במצות, און אויב פרובירסטו אים מחנך צו זיין אויף דעם איז א שאד דיין ארבעט, זייער אסאך מאל ווען טאטעס טוען א געוויסע זאך וואס שטערט דעם ארום, עפעקט עס אז די קינדער זאלן וועלן זיין פונקט פארקערט, איך געב א משל וואס איך ווייס פון דער נאנט, א איד וואס איז א הצלה וואלאנטיר, באמת א געטרייע מענטש, און נישט פאר לעלוס, זיינע קינדער ווילן נישט הערן פון טון די ארבעט, פארוואס? ווייל ס'האט זיי עפעקטירט, זיי האבן נישט געהאט קיין סדר נאכט קיין שבת סעודה וכו' וכו'
אויב ביסטו א צופלויגענער, שטערט עס זיכער דיין ווייב/טאטע/מאמע/ברודער/שוועסטער'שוואגער/שוועגערן, און בדרך לא דרך כאפט עס דיין קינד אויף, און ער האט באשלאסן ער גייט נישט זיין אזוי
יעצט האסטו דו אויסוואל, קענסט אים לערנען א דרך הממוצע, אז מען קען זיין צוזאמען גענומען און זיין פרום אויך
שכח איך בין טאקע צעפלויגן און דיין תגובה גיט מיר גיידענס
מאנטאג יוני 09, 2014 7:19 pm
נשמה האסט גוטע מידות
מאנטאג יוני 09, 2014 8:10 pm
farshlufen האט געשריבן:ר' נשמה, כ'האב הנאה פון אייערע השגות, איר זענט קענטיג א אינגערמאן א יר"ש.
קלערנדיג צוריק מיינע קינדערישע יארן האב איך נישט געהאט קיין סאך אנדערע השגות ווי אייער ת"ח, זינט דאן האבן מיר דאס שוין לאאנג אויסגעוואקסן, ווי אזוי? ווייסעך נישט, שווער צו מסביר'ן בדרך הטבע.
אולי, די מוטערס טרערן.
זאלט איר שעפן תמיד הויפענס אידיש נחת פון אלע אייערע קינדערלעך געזונטערהייט עד זקנה ושיבה.
מאנטאג יוני 09, 2014 11:07 pm
יישר כח הרב ״זאל ער״ פאר די ווארעמע דיבורים, און פאר די טירחא עס אפצושרייבן פאר אונז.
מאנטאג יוני 09, 2014 11:51 pm
נשמה, שכוח פארן ארויפברענגען די נושא, אינז אלע קעמער הנאה האבן פון די עצות. די שכוח'ס קומט זיך פאר דיר.
מיטוואך יוני 11, 2014 4:59 pm
!!! די פוינט איז דאך דער נשמה!!!
מיטוואך יוני 11, 2014 5:19 pm
פיטום האט געשריבן:!!! די פוינט איז דאך דער נשמה!!!
פיטום איך מוז פארשטיין.
זאג מיר וואס מיינסטו צו זאגן
די פוינט איז דאך דער נשמה?
מיטוואך יוני 11, 2014 5:21 pm
אז די פוינט פון דער גאנצע באהאנדלונג דא איז דאך נאר לכבוד דעם וואוילזיין פון די אומשולדיגע נשמה'לעך (דיין נשמה איז גראדע נישט קיין אומשולדיגס,)