עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג יוני 08, 2014 9:30 pm
מיין יונגעלע טראכט אלעמאל (הויעך) פון ארויפגעלייגטע פיאות הונטערן אויער און קורצע ערמל, פענסי שיך, וואס דאס איז און אלעס ארום.
איך וויל ער זאל מיר אויסוואקסן א חניוק וואס טו איך.
וויאזוי בייג איך איהם ס'זאל איהם פארגיין די געדאנקן פון די קאפל אויפן שפיץ קאפ.
איך זאג נישט אז ער וויל אזוי זיין אבער ער מאכט דערפון אן עסק אין שמועס צופיל, וואס דאס מיינט און פארוואס מענטשן/בחורים טוען עס, ער באטראכט זיי, ס'טרייסעלט אונז אויף עד דכדוכינו של נפש. וויאזוי דריי איך איהם צום חניוקישן מקווה'דיגן פרומישן צעפלויגענעם מהלך.
You got the point?
Advertisement
זונטאג יוני 08, 2014 9:32 pm
וואסערע סארט זענט איר?
זונטאג יוני 08, 2014 9:34 pm
צעפלויגענער.
זונטאג יוני 08, 2014 9:36 pm
עפ"ר זיכן די קינדער צו זיין אזויווי די אויף וואס דער טאטע קוקט ארויף למשל ע רבי-דיין-עסקן VS הצלה-שומרים-פאליס-מעכטיג
מען דארף מאכן זיכער אז די קינדער האבן שטארק ארויס וואס די עלטערן שעצן
זונטאג יוני 08, 2014 9:38 pm
איך זאג נישט ער וויל זיין אזוי.
פארקערט ער זאגט, און איז מסביר אז ער וויל נישט, און ער וויל זיין בלא בלא בלא. אבער פארוואס באטראכט ער זיי אזויפיל?
פארוואס האט ער אפילו אזא צי דערצו?
אינטערעסאנט ער איז מיר געווען אזא תמימות'דיגע יונגל?
ער האט מיר צופיל קשיות!
זאל דער אייבערשטער העלפן.
יעדעס מאל ווען אונז הער מיר עס ווערן מיר אויפגעטרייסעלט.
ס'קוקט אויס ווי ער דארף חיזוק זיך צו האלטן
איין זאך
ס'דא טאטעס וואס טוען גארנישט און זייערע קינדער זענען פרום...
פארוואס?
לעצט פאראכטן דורך
נשמה אום זונטאג יוני 08, 2014 9:44 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג יוני 08, 2014 9:41 pm
האסט איינעם א משפחה מיטגעליד א נאנטע אדער באקאנטע וואס גייט אנגעטוהן אזוי און יעדער פרייט זיך צו אים?
זונטאג יוני 08, 2014 9:44 pm
וויאזוי
זונטאג יוני 08, 2014 9:53 pm
ווי אלט איז דאס קינד? איז דאס דיין עלסטע און די האסט נאך נישט קיין לייף עקספיריענס אז די זארגסט זיך אזוי?
אגב, איך האב אמאל געהערט גאר א שיינע שיעור פון הרב בערל טויבער בנוגע אז יעדעס קינד איז א וועלטעל פאר זיך, און מען טאר נישט לאזען די אייגענע רצונות שטיין אין וועג פינעם קינד אז ער זאל זיך אנטווינקלען לויט זיין תכונות הנפש, איך ווייס נישט צו עס איז דא שייך, אcער זיכער איז דא אסאך מאל א קינד פון א חניאקיש שטוב וואס וויל זיך אביסל מער אהערשטעלן און עס איז אין זיין טבע וואס מען טאר עס נישט טוישען.
פון דיינע תגובת זעט עס אבער אויס אז די רעדסט פון א קליין 7 8 יעריג קינד, איא? אויב יא איז נאך צייט אויף חינוך, ניין?!
לעצט פאראכטן דורך
מחותן אום זונטאג יוני 08, 2014 10:03 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג יוני 08, 2014 9:55 pm
א קינד פאר די טינעדזשער עידזש וועט אייביג זיכן צו זיין ווי דעי וואס שטארן ארויס עכ"פ אין זיינע עלטערן און איר עלטערן'ס אויגן
זונטאג יוני 08, 2014 10:47 pm
נשמה,
איך ווייס נישט וויזוי דיין חינוך אין אלגעמיין קוקט אויס און וואסערע שייכות דו האסט מיט דיין קינד בכלל.
אויב אבער לאזט מען דעם קינד לויפן מיטן שטראם וועט ער בדרך כלל טרעפן אלעמאל עעפעס וואס דו ווילסט נישט. און נישט ווייל ער זוכט דאס נאר ווייל בטבע זוכט א מענטש עפעס א האבי, א סיפוק, אהבה, אידעלאגיע, (רוף עס אן וויזוי דו ווילסט). געווענליך קלעבט זיך אן די ערשטע אזא האבי וואס ער טרעפט און נאכדערצו אויב אנדערע קינדער רעדן דערפון, ווערט עס מער און מער א 'זאך'.
די עצה איז אריינגעבן א האבי אין דאס וואס דו ווילסט למשל גרויסע קאפל, לאנגע פיאות, הויזן טראגער, קעצי גלעזער געלע ציין וכו'. און נישט מיט כח אים באצווינגען דערצו ווייל דאן וועט ער בועט זיין אין דיר, עס פארלאנגט אבער אסאך מוח און געדולד, טו עס אויף א אומדירעקטע וועג ד"ה רעד נישט קיינמאל אפן פון די זאכן (אנהייב זיכער נישט). למשל רעד איבער די שיינקייט פון מסורה, רעד פון די גרויסקייט און שיינקייט פון השי"ת, בריאת העולם בית המקדש וכו', זאג א דבר חכמה סזאל אריינגיין אין זייו מוח. צעביסלעך וועט ער אנהייבן טרעפן די האבי אין זאכן וואס דו ווילסט און מער נישט דארפן אויפפיקן פונדרויסן, עס וועט פון זיך אליינס פארוואסערט ווערן בע"ה.
און אודאי באגלייטן מיט תפילה וסייעתא דשמיא, געדענק ולא יעשה תפילתו קבע, דו מוזט סייווי צוקומען צום רבש"ע יעדע רגע יעדע אטעם ממילא בעט אים בתחנונים אויף אלעם וואס דו דארפסט.
מאנטאג יוני 09, 2014 5:46 am
נשמה האט געשריבן:צעפלויגענער.
אין דאס וואס איר ווילט פאר אייער קינד
?
מאנטאג יוני 09, 2014 7:19 am
עירמאנט'ער האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:צעפלויגענער.
אין דאס וואס איר ווילט פאר אייער קינד
?
אז איר זענט א צופלויגענער איז מן הסתם אייער ווייב א צוזאמען גענומענער, בדרך הטבע איז די ווייב פארקערט ווי די מאן, נו ראט ער אין די מאמע...
דער אמת איז אבער אין איין ווארט, מען קען זיין א פרומער און שיין צוזאמען גענומען, און ווידער קען מען זיין א בעסערע מענטש און א גרויסער ח.....
דער יסוד פון פרומקייט איז נישט קיין גע'טובל'טע היט מיט גלעזער מיט איין הענטל און אומגעמאכטע פאות, געמאכטע פאות איז א הידור מצוה, זה קלי התנאה לפניו במצות, און אויב פרובירסטו אים מחנך צו זיין אויף דעם איז א שאד דיין ארבעט, זייער אסאך מאל ווען טאטעס טוען א געוויסע זאך וואס שטערט דעם ארום, עפעקט עס אז די קינדער זאלן וועלן זיין פונקט פארקערט, איך געב א משל וואס איך ווייס פון דער נאנט, א איד וואס איז א הצלה וואלאנטיר, באמת א געטרייע מענטש, און נישט פאר לעלוס, זיינע קינדער ווילן נישט הערן פון טון די ארבעט, פארוואס? ווייל ס'האט זיי עפעקטירט, זיי האבן נישט געהאט קיין סדר נאכט קיין שבת סעודה וכו' וכו'
אויב ביסטו א צופלויגענער, שטערט עס זיכער דיין ווייב/טאטע/מאמע/ברודער/שוועסטער'שוואגער/שוועגערן, און בדרך לא דרך כאפט עס דיין קינד אויף, און ער האט באשלאסן ער גייט נישט זיין אזוי
יעצט האסטו דו אויסוואל, קענסט אים לערנען א דרך הממוצע, אז מען קען זיין צוזאמען גענומען און זיין פרום אויך
מאנטאג יוני 09, 2014 9:51 am
חסד שבמלכות האט געשריבן:עירמאנט'ער האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:צעפלויגענער.

מאנטאג יוני 09, 2014 10:01 am
פערל זיסער
מיין קינד וויל איך זאל זיין מיט צעפלאטשקעטע פיאות...
ס'איז אזוי זיס צעפלאטשקעטע פיאות!
אזוי בא'חנ'ט!
איך וויל ער זאל מיר האבן א יודישן טעם!
הויזן טראגער מהיכי תיתי
געלע ציין נישט.
שווארצע גלעזער פריפערד.
וואס נאך?
ער זאל זיין אן עכטער תשכה יונגעל!
איך האב געזעהן אסאך אזוינע
פארוואס נישט מיינס
מיין אוצר
מיין שווארץ אפעל
מיין חלום
מיין ליבשאפט
איך וויל ער זאל דייקא האבן א געלע ציצית.
אין איין ווארט
וואס מאכט א יונגעלע בכלל טראכטן פון פיאות הונטערן אויער?
אין דער זעלבער צייט וואס איך האב אלץ קינד זיך ליטערלי געעקעלט דערפון?
איך וויל נישט ער זאל מיר ארויפקוקן א 'מעכטיגער באם'.
אפילו יענער איז א שפילער
אפילו יענער האט לעלוס
אפילו יענער האט ... שפיציגע שיך.
געלע ציין ניין איך פריפער ווייסע...
לעצט פאראכטן דורך
נשמה אום מאנטאג יוני 09, 2014 10:08 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג יוני 09, 2014 10:06 am
דו טראכסט א זאך וואס וועט לכאורה שוין נישט געשען,
וואס א דיפערענטס וואס די דרויסענדיגע חלק קיקט אויס?!
ער דארף זיין (בלייבען) עהרליך און פארטיג,
אז דו ווילסט ער זאל זיין מיט געלע ציצית צו ווייסעך וואס ווייסעך ווי איז עס א חלק פון דיין פראבלעם.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:12 am
געלע ציין איז א נאטור, געווענליך האבן מענטשן וואס האבן שווארצע האר, מער ווייסע ציינער, און די וואס זענען ליכטיגע קאלירן האבן מער געלע ציין.
שמוציגע ציין איז א עקל.
גיין צופלאטשקעט די פיאות, פארשעמט מען השי"ת.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:16 am
פער בריסטאו האט געשריבן:דו טראכסט א זאך וואס וועט לכאורה שוין נישט געשען,
וואס א דיפערענטס וואס די דרויסענדיגע חלק קיקט אויס?!
ער דארף זיין (בלייבען) עהרליך און פארטיג,
אז דו ווילסט ער זאל זיין מיט געלע ציצית צו קעשעזא, אעז עס א חלק פון דיין פראבלעם.
ס'וועט יא געשעהן
ער איז שוין אזוי כמעט
דארף איך נאר הערן עצות וויאזוי איהם אריינצושטעלן אינעם ריכטיגן וועג
זאג נישט דאס וועט שוין נישט געשעהן.
ווייל ס'גייט געשעהן.
יעדע זאך האט א וועג
איך זעה עס קלאר
ס'דא יונגעלעך מיט דיקע שווארצע גלעזער.
גרויסע ברייטע צעפלאטשעטע פיאות.
די שכינה רוהט אויף זיי.
מיין רביצין האט זיך געכאפט
אז זי דארף מיך מער נאכגעבן בנושא.
און זי גייט מיר פאלגן ווי א מאמעלע.
געענדיגט מיט די פיצעראציעס. געענדיגט מיט פענסיקייטן..
חניוקישקייט וועט זיגן
דו זאג מיר נישט...
אויב טאטע מאמע ביידע ווילן איין און די זעלבע זאך..
און יודישע קינדער דא אויף איי-וועלט זענען מתפלל און געבן עצות וועט עס גיין.
אלע היינטיגע סייענס פראווען, אלע היינטיגע פסיכאלאגיע פראווט אז מ'קען דאס באווייזן......
ס'איז נאר וויאזוי?
וויאזוי?
ווער ס'קען די פסיכיק פון א קינד ווייסט קלאר אז ס'איז גרינגער ווי גרינג.
מיט סיעתא דשמיא עט עס אונז געלונגען...
ער וועט נאך אי"ה שרייבן דא אויף איי-וועלט מיט זיין צעפלאטשעטע פיאות.
און ב'חנ'טער פנים.
כשיראת שמים על פניו תמיד....
מאנטאג יוני 09, 2014 10:17 am
מילין_יקירין האט געשריבן:געלע ציין איז א נאטור, געווענליך האבן מענטשן וואס האבן שווארצע האר, מער ווייסע ציינער, און די וואס זענען ליכטיגע קאלירן האבן מער געלע ציין.
שמוציגע ציין איז א עקל.
גיין צופלאטשקעט די פיאות, פארשעמט מען השי"ת.
דעמאלסט אלץ סטייל מעג מען זיכער...
מ'קען דאך נישט זיין אנדערש....
איך מיין נישט צעפלאטשקעט ממש
איך מיין אזוי...
ווען א גראפיסט וויל אראפשטעלן ארויסווייזן א חניוקיש יונגל...
לעצט פאראכטן דורך
נשמה אום מאנטאג יוני 09, 2014 10:23 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג יוני 09, 2014 10:23 am
וועט עס וועט זיין אזא סטיל ביעפ מיר
מאנטאג יוני 09, 2014 10:24 am
פער בריסטאו האט געשריבן:וועט עס וועט זיין אזא סטיל ביעפ מיר
פער
דו ווייסט?
איך קען דיר אנצייגן אויף הונדערטער אזוינע יונגלעך.
מאנטאג יוני 09, 2014 10:27 am
דאס האט נישט מיט סטיל איינגעלייגט, דאס איז פשוט ווייל די יונגעל קיקט אויס בא'חן'ט,
און נאכדערצו אז ער האט ציפלאטשקעטע פיאות,
מאנטאג יוני 09, 2014 10:30 am
ד
יו הלואי ציהט מיין יונגעל אהין ענדערש ווי אהין
אוי באשעפער אנא...
מיין אוצר'ל...
מאנטאג יוני 09, 2014 10:35 am
איך שפיר אז איך גיי נאך אמאל מודה זיין צו דיר
מאנטאג יוני 09, 2014 10:36 am
נשמה'לע, איך וואונטש דיר דיין אינגל מיט א שיינע ווייסע (אקעי אוף ווייט) וואלענע טלית קטן, וואס עפעס געל? פארואס עפעס דארף די וואלענע טלית קטן דערמאנען פון פאטעיטא טשיפ
אבער נשמה'לע, האסטו געמאכט א קוגל, צופלאשעטע פאות, געלע טלית קטן, אבער תנאי קודם למעשה, ער מוז שרייבן אויף אייוועלט, בעט דעם באשעפער שבתי בבית ה' כל ימי חיי ער זאל נישט צוקומען צום קאמפיוטער בכלל
מאנטאג יוני 09, 2014 10:36 am
מחותן האט געשריבן:ווי אלט איז דאס קינד? איז דאס דיין עלסטע און די האסט נאך נישט קיין לייף עקספיריענס אז די זארגסט זיך אזוי?
אגב, איך האב אמאל געהערט גאר א שיינע שיעור פון הרב בערל טויבער בנוגע אז יעדעס קינד איז א וועלטעל פאר זיך, און מען טאר נישט לאזען די אייגענע רצונות שטיין אין וועג פינעם קינד אז ער זאל זיך אנטווינקלען לויט זיין תכונות הנפש, איך ווייס נישט צו עס איז דא שייך, אcער זיכער איז דא אסאך מאל א קינד פון א חניאקיש שטוב וואס וויל זיך אביסל מער אהערשטעלן און עס איז אין זיין טבע וואס מען טאר עס נישט טוישען.
פון דיינע תגובת זעט עס אבער אויס אז די רעדסט פון א קליין 7 8 יעריג קינד, איא? אויב יא איז נאך צייט אויף חינוך, ניין?!
מקען עס נאך מאכן בעזרת השי"ת...