Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יוני 02, 2014 11:58 pm

יהיה כן האט געשריבן:די רביצינ'נס מאכלים האט זי לכאורה מקבל געווען מבית אבותיה
און אגב, דאס איז געווען איינע פון אירע געוואלדיגע 'חידושים', א פוילישע אידענע וואס האט פארשטאנען צו א גוט מאכל, א 'היכי תמצי!'


למען האמת, די רעבעצן האט נאך די חתונה נישט געקענט א צוויבל שניידן....
דעם רבי'נס טאכטער רויזא'לע האט איר אויסעגלערנט צו קאכן, און נאכער וויבאלד רוזא'לע האט זיך געשפירט בעת הבית איבער איר האט זיך אנגעפאנגען רייבערייען כידוע...
(דאס נעמט נישט אוועק אירע מעש"ט, און אירע איבערמידליכע לייסטונגען לטובת די מוסודות, און פארן טעגליך אין שפיטעלער, אבער קאכן זעלבסט האט איר רויזא'לע אויסגעלערנט)

Advertisement

דינסטאג יוני 03, 2014 12:23 am

אויך א חידוש! זאג מיר וועלכע נאך פוילישע קען מען "אויסלערנען" קאכן!?

דינסטאג יוני 03, 2014 7:11 am

און ווער האט אויסגעלעננט רויזא'לע קאכען? איר גאליציאנער מאמע?
אדער איז פלאנטש נעבען ווייצען?

דינסטאג יוני 03, 2014 8:19 am

הייסט די גאנצע נאמען רעבעצין איז א טעות מעיקרא, ס'דארף הייסן "רויזעלע'ס טשיז קעיק"...

דינסטאג יוני 03, 2014 9:12 am

זאכליך האט געשריבן:הייסט די גאנצע נאמען רעבעצין איז א טעות מעיקרא, ס'דארף הייסן "רויזעלע'ס טשיז קעיק"...

רויזעלע האט געבאקען טשיז קעיק ?
קעז קוכען !

דינסטאג יוני 03, 2014 9:44 am

יהיה כן האט געשריבן:די רביצינ'נס מאכלים האט זי לכאורה מקבל געווען מבית אבותיה
און אגב, דאס איז געווען איינע פון אירע געוואלדיגע 'חידושים', א פוילישע אידענע וואס האט פארשטאנען צו א גוט מאכל, א 'היכי תמצי!'


זיי זאגן אז א אונגערישע באבע (קאכט גוט און נישט קארג) מיט א געליציאנער זיידע (געשמאק וכו') איז די בעסטע קאמבינאציע. ה"י אויב פארקערט :smile:

א ווערטל וואס איז כולל אלע סטיריאטייפס אויפאמאל...

זונטאג יוני 08, 2014 2:27 pm

רב 'מיליכיגער' דאכט זיך מיר אז דעם יו"ט איז אייער אושפיזן?!

זונטאג יוני 08, 2014 3:42 pm

בד"וו אז מען רעד שוין
היינט נאכט איז די יארצייט פון הרבנית הצדיקת אלטא פיגא בת הרב אביגדור ז"ל

דינסטאג יוני 10, 2014 8:34 am

בקיצור נאך אלעם! קען מען באקומען די רעסעפי??

דינסטאג יוני 10, 2014 9:04 am

הערטס שוין אויף דא! די שפייעכטס רינט מיר שוין, און ס'זעהט בכלל נישט אויס ווי די 'רעבעצין' האלט ביים צושטעלן דא איינס.

#צער בעלי חיים

דינסטאג יוני 10, 2014 12:03 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:די רביצינ'נס מאכלים האט זי לכאורה מקבל געווען מבית אבותיה
און אגב, דאס איז געווען איינע פון אירע געוואלדיגע 'חידושים', א פוילישע אידענע וואס האט פארשטאנען צו א גוט מאכל, א 'היכי תמצי!'


למען האמת, די רעבעצן האט נאך די חתונה נישט געקענט א צוויבל שניידן....
דעם רבי'נס טאכטער רויזא'לע האט איר אויסעגלערנט צו קאכן, און נאכער וויבאלד רוזא'לע האט זיך געשפירט בעת הבית איבער איר האט זיך אנגעפאנגען רייבערייען כידוע...
(דאס נעמט נישט אוועק אירע מעש"ט, און אירע איבערמידליכע לייסטונגען לטובת די מוסודות, און פארן טעגליך אין שפיטעלער, אבער קאכן זעלבסט האט איר רויזא'לע אויסגעלערנט)


די שטיקל אינפארמאציע אז רוזא'לע האט איר אויסגעלערנט קאכן, איז א טייל פון אלטע גרעסערע געבעקסן וועלעכע האבן אין זייער צייט געדינט אלס שטאף קעגן די רעבעצין,
די רעבעצין פלעגט קרעדיטן עטליכע סאטמארע פרויען, ביניהם אשת ר' דוד הכהן רז"ב ע"ה (אם ר' יודל ז"ל), אשת ר' משה מאיר וו"ב (אם ר' וואלוויש) ע"ה, ועוד.
שרייב א תגובה

Advertisement