בלאט 1 פון 3

רעבעצין טשיז קעיק

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 2:13 am
דורך עקבי הצאן
ילמדנו רבנו וואס איז פשט פון דעם נאמען, נאך וועלכע רעבעצין הייסט דאס, נאך די סאטמארער רעביצין (וועלכע?), אדער נאך עפעס אן אנדערע רעבעצין, ווי ווייט איז פארשפרייט דעם נאמען וכו׳ וכו׳

פאר די וואס ווייסן בכלל נישט, דער טשיז קעיק מיט צוברעקלטע קוקי (קיכעלעך) ברעקלעך, פארגעצויגן א ברעקלדיגע קוקי, פון אונטן און פון אויבען פונעם קעז, ווערט פאררופן בשם ״רעבעצין׳ס טשיז קעיק״.

היום קצר מ׳האלט מיר א טאג פאר יו״ט, מ׳זאלמיר חלילה נישט בלייבן אומוואוסענד חלילה אויף יו״ט.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 2:25 am
דורך ידיד
זאג! מיט וואס ביזטו א סאטמארער חסיד אז דו ווייסט בכלל נישט די יסודות פון די סאטמארע שיטה..?

דאס ווערט אנגערופן רעבעצין'ס טשיז קעיק ע"ש די סאטמארער רעבעצין ע"ה א"ח פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל/ויואל משה/על הגאולה ועל התמורה/חידושי תורה/שווארצע בענדער/ועוד.

זי פלעגט באקן די סארט טשיז קעיק און פילע נשים צדקניות האבן מקבל געווען די רעסעפי פון איר, און ס'איז געבליבן באקאנט צווישן די סאטמערע פרויען מיטן נאמען "די רעבעצין'ס טשיז קעיק".

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 10:14 am
דורך והוא פלאי
http://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=184500
בכלל האלט איך אז די בעלי המנהגים והמחזורים האבן געטוהן אן עוולה זיי האבן נישט אריינגעלייגט אלע רעסעפיס פון די רעביצען, למשל ווי אזוי די רביצין האט געמאכט פערפעל, אדער געדישכץ, אדער די זופ מאנדלן
ווער רעט נאך שבועות, די פריטליך וויאזוי מען האט געמאכט

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 11:29 am
דורך קרעפטיג
ידיד האט געשריבן:זאג! מיט וואס ביזטו א סאטמארער חסיד אז דו ווייסט בכלל נישט די יסודות פון די סאטמארע שיטה..?

דאס ווערט אנגערופן רעבעצין'ס טשיז קעיק ע"ש די סאטמארער רעבעצין ע"ה א"ח פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל/ויואל משה/על הגאולה ועל התמורה/חידושי תורה/שווארצע בענדער/ועוד.

חחח, האסט אלעס געקאווערט ב"ה, שווארצע בענדער, נאט בעד.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 11:41 am
דורך שמעלקא טויב
ידיד: טיב לבב?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 11:43 am
דורך פיטום
ידיד האט געשריבן:זאג! מיט וואס ביזטו א סאטמארער חסיד אז דו ווייסט בכלל נישט די יסודות פון די סאטמארע שיטה..?

דאס ווערט אנגערופן רעבעצין'ס טשיז קעיק ע"ש די סאטמארער רעבעצין ע"ה א"ח פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל/ויואל משה/על הגאולה ועל התמורה/חידושי תורה/שווארצע בענדער/ועוד.

זי פלעגט באקן די סארט טשיז קעיק און פילע נשים צדקניות האבן מקבל געווען די רעסעפי פון איר, און ס'איז געבליבן באקאנט צווישן די סאטמערע פרויען מיטן נאמען "די רעבעצין'ס טשיז קעיק".

איז פארוואס הייסט דאס נישט סאטמארע טשיז קעיק? אזוי ווי די ראפשיצער קיגל, אדער ווי סקווירא קיגל? (צוויבל קיגל)

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 11:54 am
דורך ידיד
שמעלקא טויב האט געשריבן:ידיד: טיב לבב?

דאס איז געקאווערט אונטער "ועוד".

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 12:04 pm
דורך mini van
שששאאא רעד נישט הויך, באלד וועט מחתן עפנען אן אשכל וועגן דעם רעבעצין

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 12:18 pm
דורך ווינקל
והוא פלאי האט געשריבן:http://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=184500
בכלל האלט איך אז די בעלי המנהגים והמחזורים האבן געטוהן אן עוולה זיי האבן נישט אריינגעלייגט אלע רעסעפיס פון די רעביצען, למשל ווי אזוי די רביצין האט געמאכט פערפעל, אדער געדישכץ, אדער די זופ מאנדלן
ווער רעט נאך שבועות, די פריטליך וויאזוי מען האט געמאכט

נו שוין, איז דאס אן ערענסטע מחלוקת הפוסקים... האסטו געוואלט ר' אברהם דוד ע"ה זאל נעמען א שטעלונג צווישן די נשים צדקניות....?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 12:21 pm
דורך פיטום
פון פירוש מטה לוי איז שוין דא די פירוש אויף די אלע רעסעפיס?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 1:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
פיטום האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:זאג! מיט וואס ביזטו א סאטמארער חסיד אז דו ווייסט בכלל נישט די יסודות פון די סאטמארע שיטה..?

דאס ווערט אנגערופן רעבעצין'ס טשיז קעיק ע"ש די סאטמארער רעבעצין ע"ה א"ח פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל/ויואל משה/על הגאולה ועל התמורה/חידושי תורה/שווארצע בענדער/ועוד.

זי פלעגט באקן די סארט טשיז קעיק און פילע נשים צדקניות האבן מקבל געווען די רעסעפי פון איר, און ס'איז געבליבן באקאנט צווישן די סאטמערע פרויען מיטן נאמען "די רעבעצין'ס טשיז קעיק".

איז פארוואס הייסט דאס נישט סאטמארע טשיז קעיק? אזוי ווי די ראפשיצער קיגל, אדער ווי סקווירא קיגל? (צוויבל קיגל)

ווייסטע נישט, אז אין סאטמאר איז מען געווען זייער קעגן "שוואנצנות"?

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 1:16 pm
דורך שאהן הענניטי

ס'איז מסתמא פארהאן פלעצער וואו ס'הייסט אזוי

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 1:20 pm
דורך פיטום
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:זאג! מיט וואס ביזטו א סאטמארער חסיד אז דו ווייסט בכלל נישט די יסודות פון די סאטמארע שיטה..?

דאס ווערט אנגערופן רעבעצין'ס טשיז קעיק ע"ש די סאטמארער רעבעצין ע"ה א"ח פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל/ויואל משה/על הגאולה ועל התמורה/חידושי תורה/שווארצע בענדער/ועוד.

זי פלעגט באקן די סארט טשיז קעיק און פילע נשים צדקניות האבן מקבל געווען די רעסעפי פון איר, און ס'איז געבליבן באקאנט צווישן די סאטמערע פרויען מיטן נאמען "די רעבעצין'ס טשיז קעיק".

איז פארוואס הייסט דאס נישט סאטמארע טשיז קעיק? אזוי ווי די ראפשיצער קיגל, אדער ווי סקווירא קיגל? (צוויבל קיגל)

ווייסטע נישט, אז אין סאטמאר איז מען געווען זייער קעגן "שוואנצנות"?

כ'האב געוויסט! אבער אויך ווען עס קומט צום עסן, דאס האב איך שוין נישט געוויסט.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 1:52 pm
דורך דארפסמאן
קודם כל לא איש דברים אנכי, איין זאך באדערט מיך זייער שטארק. אזוי ווי איך בין אויפגעווקסען און א ווארעמע סאטמערע שטוב באדערט מיך ווי עס זענען דא מענטשן וואס מאכען חוזק (נישט לשם חוזק נאר סתם אמירם בעלמא) למשל דא ווי קימט אריין "שיטה" ווי יעדער (אסאך) ווייסט איז די רביצן געווען א גיטע קעכערטע און פלעגט אליינס קאכען און באקען פאר אלע פארטי'ס וואס זי האט געמאכט און ווען זי האט געמאכט א געלאנגענע טשיז קעיק האבען מענטשן איר געפרעגט די רעסעפי און פארשטייט זיך זי האט פאר יעדעם דערציילט. און אזוי ווי עס האט נישט געהאט קיין נאמען ווי למשל העווי , מארביל , קריעמי טשיז קעיק וכד' האבען די נשים עס א נאמען געגעבען רעבעצין'ס טשיז קעיק

ווי מען שרייבט דא קען נאך א פרעמעדער מיינען ווי ריבה"ק האט פשט געהאט קפידות וואסערע טשיז קעיק צו עסן

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 2:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
נע, כ'מיין אז קיינער מיינט נישט אזאנס. עס איז א וויצעלדיגע שמועס.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 2:37 pm
דורך מחותן
בסוד קדושים מי יעמוד. ווען הרב ... הי"ו זעצט זיך צו צי א שאכטעל קעז קיכען געמאכט פון די הייליגע רעסעפי איז עס אין א בחינה פון כל עצמותיו תמארנה און מחמת חביבת המצווה לאזט מען נישט א ברעקל אינעם טעלער..

אגב, די רעבצין האט אויך געהאט גאר א גיטע רעספעי אויף קאקש קעיק, פסח'דיגע פערפעל, ועוד..

__

דארפסמאן

איר וועט קיינמאל נישט הערן ר' מרדכי דוד קאהן אדער ר' נפתלי בלומענפעלד זיך צו פאראינטערסירען איבער די רבצין'ס קעז קיכען,
דאס איז מער א פרוי'נישע ווארט וויבאלד ווי שוין געשמיעסט איז די רבצין ז"ל געווען די מאמע פון רוב סאטמערע יודענס נאך די צווייטע וועלט מלחמה, עס איז אוזי ווי מען זאגט "באבי'ס רעספי" אדער "מומע שפרינצא'ס קניידליך" זי איז געווען ווי א מאמע און ווי א באבע, נאר מען האט געריפען רבצין.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 3:08 pm
דורך והוא פלאי
דארפסמאן האט געשריבן:קודם כל לא איש דברים אנכי, איין זאך באדערט מיך זייער שטארק. אזוי ווי איך בין אויפגעווקסען און א ווארעמע סאטמערע שטוב באדערט מיך ווי עס זענען דא מענטשן וואס מאכען חוזק (נישט לשם חוזק נאר סתם אמירם בעלמא) למשל דא ווי קימט אריין "שיטה" ווי יעדער (אסאך) ווייסט איז די רביצן געווען א גיטע קעכערטע און פלעגט אליינס קאכען און באקען פאר אלע פארטי'ס וואס זי האט געמאכט און ווען זי האט געמאכט א געלאנגענע טשיז קעיק האבען מענטשן איר געפרעגט די רעסעפי און פארשטייט זיך זי האט פאר יעדעם דערציילט. און אזוי ווי עס האט נישט געהאט קיין נאמען ווי למשל העווי , מארביל , קריעמי טשיז קעיק וכד' האבען די נשים עס א נאמען געגעבען רעבעצין'ס טשיז קעיק

ווי מען שרייבט דא קען נאך א פרעמעדער מיינען ווי ריבה"ק האט פשט געהאט קפידות וואסערע טשיז קעיק צו עסן

קוק אין דער מחזור-זמירות וכדו', וועסטו זעהן, אז אסאך זאכן בענייני אכילה, וואס האבן נישט קיין שייכות מיט קפידות, האט מען געמאכט דערפון מנהגים, דו"ק ותשכ"ח

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 4:01 pm
דורך משה קארנפעלד
יארן האב איך געגעסן די רעבעצין קעז קוכן נישט וויסענדיג אז דאס רופט זיך אזוי.

סאט מיר אויסגעזעען ווי דאס איז "היימישע" און די אנדערע זענען "געקויפטע סטייל".

ביז ביז ביז... כ'בין געווארן אויפגעקלערט, האב איך געפרעגט די מוטער זז"ג זאגט זי יא, די רעסעפי שטאמט פון די רעבעצין אלטע פיגא ע"ה.

און בד"וו, אין יעדע אידישע שטוב האט די רעבעצין'ס קעז קוכן א צווייטע טעם....

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 4:06 pm
דורך יהיה כן
די רביצינ'נס מאכלים האט זי לכאורה מקבל געווען מבית אבותיה
און אגב, דאס איז געווען איינע פון אירע געוואלדיגע 'חידושים', א פוילישע אידענע וואס האט פארשטאנען צו א גוט מאכל, א 'היכי תמצי!'

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 4:07 pm
דורך קיקיון
מרן זי"ע האט געגסען שבועות טשיז קעיק ?
לפי ידיעתי האט ער נור געגסען די טייג פון קרעפעל וועגען זיין חומרא פון ווארטען 6 שעה נאך גבינה רכה

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 4:09 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
קיקיון האט געשריבן:מרן זי"ע האט געגסען שבועות טשיז קעיק ?
לפי ידיעתי האט ער נור געגסען די טייג פון קרעפעל וועגען זיין חומרא פון ווארטען 6 שעה נאך גבינה רכה

איך זיך ווער עס טוט נאך די מנהג...... :!:

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 4:11 pm
דורך להגדיל שמו
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:מרן זי"ע האט געגסען שבועות טשיז קעיק ?
לפי ידיעתי האט ער נור געגסען די טייג פון קרעפעל וועגען זיין חומרא פון ווארטען 6 שעה נאך גבינה רכה

איך זיך ווער עס טוט נאך די מנהג...... :!:

האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 5:03 pm
דורך קיקיון
פארוואס איז דאס ניט געווארעו א מנהג
קיקיון האט געשריבן:בבחרותי (45 יאר זיכער) האב איך געהערט פון הרה"ח ר א, ש, ע"ה וואס האט זיך
געדרייט ביי מרן מהרי"טב זי"ע אין שווייץ
"בחורים!! פרעגט !!
אמאל זעה איך ווי דער רבי מאכט בלויז א שהכל אויף א זוף מיט "קניידלעך"
האב איך געפרעגט (וועם ?) ווער איך געוואר אז דאס איז געווען
די רביצין'ס פאטענט "קעז קנוילען" אריינגנבען ווי מער NUTRIENTS אין איין טעלער
ווען איך פרעג ניט גיי איך ארים פערקויפען א מעשה רב"

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 6:19 pm
דורך שמעק_טאביק
דער ריכטיגער ענטפער איז (עבדים היינו כו')
רובא דרובא טשיז קעיקס ווערן געמאכט פון קריעם טשיז, עס איז מער "סמאאד" און דער עולם גלייכט עס בעסער. אבער די רבי'צינס טשיז קעיק ווערט געמאכט פון אלטמאדישע פארמער'ס טשיז, די האט מער א ברעקלדיגן אויסזעהן ווי די קריעם, און דאס איז נקראת על שמה ולזכרה.

געשריבן: מאנטאג יוני 02, 2014 6:23 pm
דורך פליגל
קיקיון האט געשריבן:פארוואס איז דאס ניט געווארעו א מנהג
קיקיון האט געשריבן:בבחרותי (45 יאר זיכער) האב איך געהערט פון הרה"ח ר א, ש, ע"ה וואס האט זיך
געדרייט ביי מרן מהרי"טב זי"ע אין שווייץ
"בחורים!! פרעגט !!
אמאל זעה איך ווי דער רבי מאכט בלויז א שהכל אויף א זוף מיט "קניידלעך"
האב איך געפרעגט (וועם ?) ווער איך געוואר אז דאס איז געווען
די רביצין'ס פאטענט "קעז קנוילען" אריינגנבען ווי מער NUTRIENTS אין איין טעלער
ווען איך פרעג ניט גיי איך ארים פערקויפען א מעשה רב"

רביצין'ס טשיז-קעיק עסק איז מער א נאסטאלאגיע געשעפט ווי מנהג.