Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פינגער ציטערן צוליב פיל טייפן

זונטאג יוני 01, 2014 10:41 pm

ווייסט עמיצער אן עצה, נאך א שטיק צייט א סך טייפן (אדער שפילן אויפן קיבארד) נעמט זיך א נערוו טאנצן אין די פינגער, אזוי אז די פינגער שאקלט זיך פון זיך אליין פאר א שטיק צייט.

כ'אב געזען אין גוגל א גאנצע געטועכץ אין דעם, כ'וואלט געקענט באשטיין, אויב איינער פון די חברים האט א ווירקזאמע עצה אויף דעם, אויב קען ער עס מיט-טיילן, איט וואד בי אפרישיעטעד.

א דאנק.

Advertisement

מאנטאג יוני 02, 2014 11:58 am

שלום הרב גאלף.

איך בין נייגעריג (איך ווייס נישט וויאזוי דאס הייסט אין ענגליש, כאב נישט נאכגעקוקט אויף גוגל) אויב דאס גייט אריין אין די כלל פון repetitive stress injury, וואס אין דעם איז נכלל אויך דער באקאנטער carpal tunnel syndrome, וואס פון פיל טייפן ציען זיך צאם די די נערווען און די טענדענס ארום די פויסט און דאט טוט זייער וויי. לכאורה געשעט דא דאס זעלבע, אז די נערווען ציען זיך שטארק צאם פון צופיל טייפן, און דאס מאכט די פינגער ציטערן.

אויב דאס איז אמת, וואלט איך מציע געווען פאר דיר זיך ארייצולייגען און אויספראבירן דר. סארנאס מעטאד, וואס ווי ער שרייבט, איז RSI א נפשיות'דיגע פראבלעם וואס קומט פון איינגעהאלטענע סטרעס וואס קומט ארויס ביים טייפן. איך וואלט געזאט אז דאס זעלבע פאסירט דא.

אויב דו ווייסט וויאזוי דאס הייסט אין ענגליש, קוק דא נאך http://www.tmswiki.org/ppd/The_Tension_ ... drome_Wiki אויב זיי האבן שוין געהערט פון דעם אויב דאס האט א שייכות צו TMS (די ר"ת וויאזוי דר. סארנא רופט אן אלע די סארט מחלות).

קען זיין אז דו האסט א סטרעס וואס דיר איז נישט באקוועם צו טראכטן פון דעם, און עס קומט ארויס ביים זיך אנשטרענגען די פינגער ביים טייפן.

מאנטאג יוני 02, 2014 1:22 pm

און מיר דאכט זיך אז דאס וועט אוועק גיין מיט געוואוינהייט. חוץ אויב דו טייפסט שוין אדער שפילסט אויף קי בארד שוין א לאנגע צייט און די ערשיינונג איז נאך אלץ דא
און בדרך צחות האב איך א עצה זאלסט אינזין האבן ביי זמירות מוצש"ק
אמץ וחזק רפיון ידי ברך מלאכתי וכל מעבדי - די פינגערס זאלן נישט ציטערן ביים טייפן/שפילן און פארדינען אסאך געלט

מאנטאג יוני 02, 2014 1:26 pm

בדרך כלל געשעט עס פון טייפן "לאנגע שעות" אין א ציה פאר א לענגערע צייט.

אלע זאגן אז מען טאר נישט האלטן די הענט אויף איין פאזיציע מער ווי 20-30 מינוט, יעדע שטיק צייט נעמען א ברעיק אויף עטליכע סקונדען, סטרעטשן אהער און אהין וכדומה.
איך גלייב דו האסט עס נישט ערענסט, נאר פון א צופיל אנגעשטרענגטע טייפינג זשאב, הייב אן מפסיק זיין און סטרעטשען ורפא ירפא.

אויך מאך זיכער צו האלטן די הענט די מערסטע באקוועם, אויב ליגט די הענט אין א פאזיציע וואס טאטשט א נערוו קען עס זיין די גורם.

מאנטאג יוני 02, 2014 8:01 pm

יש"כ, ובפרט פאר הרב שוועמל, ווירקליך פאסירט עס נאך א סך טייפן, און דיין הצעה האב איך טאקע געזען אין ס'ערשטע סייט ווי גוגל האט מיר געפירט.

כ'האב אבער אויך געהערט אז ס'איז פארהאן א געוויסע ברעיס וואס מען טוט אן אויף די האנט בשעת'ן שלאף, צו רילעקסן די פינגער מוסקל'ן, איז אויב איינער האט מער באקאנטשאפט דערין, קען ער דאס מיט-טיילן.

@מתבונן, כ'נעם אין באטראכט וואס איר זאגט.

דינסטאג יוני 03, 2014 1:50 pm

Muscle trembling is a common effect that happens from stress

זונטאג יוני 08, 2014 2:48 pm

פארהאן אן עצה אז מען ציהט אויס די פינגערס נאכן עס אסאך נוצן, אזוי ווי מען טוט ביי עקסערסייז מיט די הענט אדער פיס אז מען סטרעטשט די מאסאלס

זונטאג יוני 08, 2014 5:33 pm

ס'האט געארבעט

זונטאג יוני 08, 2014 8:53 pm

כ'האב גראדע ערפארונג אין דעם ענין, איך טייפ שוין יארן, אין די ערשטע צייטן געווען טראבל. אוי האב איך געליטן, הענט און האנט פלאך ווייטאג, רוקן ווייטאג, און דער עיקר גייסטישע יסורים, זארגן און שרעק אז כ'וועל מוזן אויפגעבן די זאך. אסאך אדורכגעגאנגען, געווען ביי דאקטוירים, אריינגעפארן אין אסאך בלינדע געסלעך, גענומען סעלעברעקס (ז"ל, אן אמאליגן שטארקן אנטי אינפלעמענטארי מעדיצין). טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, געגאנגען צו א פיזיקעל טעראפיסט, און ער האט מיך געלערנט צו מאכן טעראפיע מיט די הענט-פלאכן, אויך שלאף איך מיט א הענט ברעיס. די טעראפיע מאך איך שוין נישט 6 יאר און אלעס איז פיין, כ'גלויב אז דער עיקר איז דאס שלאפן מיט'ן הענט ברעיס. אז נישט דארף מען טאן טעראפיע, אלעס אויסערדעם איז שטותים, סיידן פאר דער וואס האט אסאך צייט און געלט צו שווענדן
שרייב א תגובה

Advertisement