Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויאזוי ארבייט? Speed test ping

דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:53 am

יעדער האט ליב צו מאכן א ספיד טעסט,
אבער די עפפ מאכט קודם א פינג טעסט...

אט איז וואס גייט פאר.

וועריזאן האט א לענדליין צו יעדע הויז. דאס מיינט אז גאנץ אמעריקא איז אויסגעווייערט (עס הייסט א "גריד")און קאנעקטאד איינס צום צווייטן וואס דאס ערמעגליכט צו רעדן, שיקן אימעילס, ועוד... פון יעדע פלאץ צו יעדע פלאץ וואס איז קאנעקטעד. די ספיד וואס די אינפארמאציע לויפט איז אויסערגעווענליך שנעל. כמעט די ספיד אף לייט, דאס מיינט אז עס קען פארן פון איין עק וועלט צום צווייטען אין א מיליאנסטעל פון א סקונדע.

פארט, געבן די אלע קאנעקשאנס אין די ווייער מאטריאל אליין א שטיקל ווידערשטאנד, וויבאלד די ווייערס זענען נישט געמאכט פון א מאטריאל וואס לאזט אריבער די סיגנאלן הינדערט פראצענט. וועגן דעם ניצט מען אין גאר טייערע פלעצער "גאלדענע" ווייערס, ווייל גאלד טראגט די גרינגסטע לעקטער, און געבט די ווייניגסטע רעזיסטענס. אבער אלע אנדערע מאטריאלן וועלן יא געבן עטוואס מער ריזיסטענטס (וידערשטאנד).

ווען א סיגנאל לויפט א ווייטע מרחק איז דא מער ווייער, און מער ריזיסטענס ווי א קורצע מהלך, און די טראפעלע רעזיסטענס וועט פארשטייטערן דעם סיגנאל מיט א סקונדע צוויי...(ברייט גערעדט)

א סעל פאון האט נאך א עקסטערע מהלך וואס עס דארף אדורכגיין כדי אנצוקומען צו דו לענדליין גריד.

די פאון ברויך ארויסשיקן די סיגנאל,

די טאוער דערהערט עס און טשעקט אויב דו האסט באצאלט דעם ביל... אויב יא, שיקט ער עס אראפ מיט א ווייער וואס טראגט עס אריין צום לענדליין גריד.

---
יעצט לאמיר מסביר זיין וואס די ספיד טעסט טוהט.

עס שיקט ארויס א בריוועלע (א פּעקעט) מיט א ריקוועסט אז ער וויל האבן א פייל. (פון ווי? עמער באלד שרייבן, אבער יעצט ווער נישט צומישט)

מיט די ריקוועסט שיקט ער מיט א זייגער ווען די ריקוועסט איז ארויסגעפארן פונעם פאון. די זייגער וואס ער ניצט צוטיילט א סקונדע אויף איין מיליאן חלקים!

די טאוער דערהערט דעם רוף, ער טשעקט אויב דיין אקאונט איז אקטיוו, (עס נעמט בליץ שנעל)
ער שיקט ווייטער די ריקוועסט צו די לענדליין גריד (וואס טראגט שוין היינט צוטאגס טעלעפאן מיט אינטערנעט און טעלעווישן)
אויפן גריד פארט עס משוגע שנעל ביז דעם פלאץ ווי דו אנדערע קאמפיוטער (סערווער) ליגט.

די אנדערע קאמפיוטער עפענט אויף דעם בריוו, (דעם דעטע פּעקעט) און זעהט דעם זייגער ווען עס איז געווארן ארויסגעשיקט. ער פאקט איין דעם פייל וואס איז געווארן פארלאנגט, און ער שרייבט צו און די זייט, "זיין" זייגער ווען ער האט עס באקומען און ווען ער האט עס צוריק געשיקט... (ער ניצט אויך א זייגער וואס צוטיילט א סקונדע אויף איין מיליאן)

די בריוועלע רייסט שטיקער אויפן לענדליין גריד, עס פארט אדורך אסאך קיפערנע ווייערס, אסאך קאנעקשאנס, מיט אסאך געפיקסטע קאנעקשאנס ארומגענומען מיט עלעקטעריק טעיפ...מיט ווייערס וואס א מייז האט אריינגעביסן וואס האט געמאכט דעם ווייער דינער, און עס מאכט דארט א שטיקל טראפיק... און דאס אלעס פארשטייטערט דעם בריוועלע מיט נאך עטליכע מיליאנסטעלעך פון א סקונדע...

ביז עס קומט אן צום די סעלפאן טאוער וואס איז די נענסטע צו דיר. די בריוועלע קריכט ארויף אינעם ווייער ארויף צום שפיץ טאוער אריין אינעם דיקן אנטענע ווי עס ווערט ארויסגעשליידערט אין די לופט! ווי דער טאוער ווארט פון א קאנפירמעשאן פון דיין סעל פאון אז ער האט עס בשלום באקומען.... אויב נישט, למשל ביסט אריין אין א בעיסמענט, וועט עס די טאוער האלטן ביי זיך און עס נאכאמאל שיקן די רגע דיין סעל פאון באווייזט זיך...

די אריינגעבויעטע אנטענע אין דיין פאון דערהערט דעם רוף פונעם טאוער, און ער עקסעפט דעם בריוועלע!

דיין פאון עפענט עס אויף, און די ערשטע זאך קוקט ער נאכאמאל אויפן זייגער ווען ער האט עס באקומען... און ער רעכנט אויס "פונקטליך" וויפיל מילי סעקונדעס אדער גאנצע סקונדעס עס האט גענומען פון זיין ארויסשיקן ביזן צוריק קומען, און די ענטפער איז ביי יעדן אנדערש.
דאס איז די "פינג PING"

וואס איז א נפקא מינא?

אויב למשל דו האלסט אינמטען בידן אויף איבעי, און דו ווילסט אריינטאנצן די לעצטע רגע, און דיין דעטע סערוויס האט א גרויסע פינג, וועט עס אנקומען צו שפעט און וועסט פארלירן דעם ביד...

די דאולאוד/אפלאוד ספיד ברויך נישט קיין הסברים.

זייט ווערייזאן האט געבויעט זייער FIOS האבן זיי געבראכן איין וויכטיגע פראבלעם, "רעזיסטענס"
די דעטע ווערט איבערגעטייטשט צו "לייט שפראך" (אן ארטיקל פאר זיך) און עס שיינט אריין אין די פייבער אפטיק ווייערס וואס זענען הויל פון אינעווייניג און די שיין לופט אן קיין טראפעלע רעזיסטענס ביזן צווייטן עק וועלט.... פאר דעם טאר מען נישט צוקנייטשן א פייבער ווייער, ווייל עס בלאקירט דעם לייט.

די ווערייזאן 4 דשי על טי אי טאוערס זענען קאנעקטעד צו פייבער ליינס... וואס געבט זיי צודרייטע ספיד מיט א פינג וואס איז קלענער ווי א הויז קאנעקשאן...

עי טי ענד טי, האט אויך אזאנע טאוערס אבער נאר דא און דארט. זיי האלטן נאך אינדערמיט, זיי ניצן בעיקר "קעיבל" וואס זיי האבן אויך אויסגעווייערט אמעריקע (אזוי ווי ווערייזאן) און די טאוערס וואס זענען באהאפטן צו קעיבל האבן פארשטייט זיך סאך א גרעסערע פינג... מיט קלענערע ספידס. ווייל נאר פייאוס קען דערהייבן מיט איין ווייער מיליאנען ליינס באקומט יעדער א גרעסערע פארציע, ווערסעס קעבל וואס מיז איינצוימען די פארציעס אויף וויפיל ער קען פארטראגן.

געניג קלאר? עני קוועשטאנס פיל פרי טו עסק...

Advertisement

דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:07 am

מילין יקירין

;l;p- ;l;p-

דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:17 am

ישר כוח, זייער זייער שיין.

מיר ווארטן שוין אויף די נעקסטע ארטיקל איבער פייבער אפטיקס, וויאזוי דעטא ווערט קאנווערטעד צו לייט.

דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:28 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווי וואנט מאר
זייער זייער שיין

דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:13 am

Echo request

דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:26 am

כ'שעם מיך... כ'האב נעכטן באקומען א פינג פון מער ווי 700 איך האב מיר געפרייט אז איך האב באקומען אזא גוטע נאמבער יעצט זאגסטו מיר אז קליינע נאמבערס זענען בעסער :oops: :oops: :oops: :oops:

דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:26 pm

נישט האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווי וואנט מאר
זייער זייער שיין

דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:23 pm

משה יענקל האט געשריבן:מילין יקירין

;l;p- ;l;p-

וואס איז די חילוק פון סתם קעיבל און פייבער אפטיק קעיבל?

דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:28 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:ישר כוח, זייער זייער שיין.

מיר ווארטן שוין אויף די נעקסטע ארטיקל איבער פייבער אפטיקס, וויאזוי דעטא ווערט קאנווערטעד צו לייט.

זעה פון דא און ווייטער.

דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:02 pm

יישר כח הרב מילין, שיין איו קלאר מסביר געווען ;l;p-
מילין_יקירין האט געשריבן:זייט ווערייזאן האט געבויעט זייער FIOS האבן זיי געבראכן איין וויכטיגע פראבלעם, "רעזיסטענס"
די דעטע ווערט איבערגעטייטשט צו "לייט שפראך" (אן ארטיקל פאר זיך) און עס שיינט אריין אין די פייבער אפטיק ווייערס וואס זענען הויל פון אינעווייניג און די שיין לופט אן קיין טראפעלע רעזיסטענס ביזן צווייטן עק וועלט.... פאר דעם טאר מען נישט צוקנייטשן א פייבער ווייער, ווייל עס בלאקירט דעם לייט.

כ'מיין אז מיט דעם ביסטו נישט גערעכט, ווייל טעקניקלי איז דער פייבער ווייער נישט הויל פון אינעווייניג, נאר פארקערט דער מיטן איז א דינע גלאז און דער לייט טרעוועלט אויפן גלאז זעלבסט, און עס קען זיך אויכעט צעקראכן ווען עס ווערט שטארק צעבויגן [כאטש עס איז היבש בייגבאר]. אויכעט קען דער לייט נישט פארן ממש ביזן צווייטן עק וועלט - כאטש יא זייער זייער ווייט [מ'האט שוין געצויגן אזוי ווייט ווי 5000 מייל (אמעריקא איז נאר לאנג ארום 2800 מייל)] - נאך דעם געוויסע ווייטקייט - וועלכער ווענדט זיך אינעם ווייער - דארף עס אן עמפליפייער וועלכער שיקט ווידער ארויס דער לייט.

דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:40 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:מילין יקירין

;l;p- ;l;p-

וואס איז די חילוק פון סתם קעיבל און פייבער אפטיק קעיבל?

יעצט דערמאן איך זיך אז חילה האט שוין גענטפערט אויף דעם דארט
שרייב א תגובה

Advertisement