עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מאי 28, 2014 3:49 pm
נאך עטליכע יאר האט זיך די רעגירונג געכאפט אז איך באקום זייער לייפליין בענעפיט סיי אויף מיין לענדליין און סיי אלס אן אבאמא פאון, זיי האבן מיר געשיקט א שטרענגען צעטל אז איך מוז זאפארט אויפגעבן איינס פון די צוויי.
האט איינער עקספיריענס מיט דעם? איז דא עפעס אן עצה זיך ארויסצודרייען?
ווייסט איינער צו מען קען מאכן איינס זאל זיין פאר זיך און די צווייטע פאר די אשת חיל?
Advertisement
מיטוואך מאי 28, 2014 4:26 pm
איך פלעג האבען ביידע אבער לעצטענס האב איך נישט קיין סעלפאןן איך האב עס סתם אזוי נישט רינועד, גיימיר טאקע יעצט עפלייען, כאטשיג ביז מגייט מיך כאפען.
מיטוואך מאי 28, 2014 4:33 pm
למעשה ליידט מען נישט די שרעקעדיגע קאנסעקווענצן וואס זיי שרייבן פאר. זיי האקן בלויז אפ איינס פון די צוויי (די לענדליין) ווען זיי געפינען אויס. ביי מיר האט עס זיי גענומען א שיינע פאר יאר צו אויסגעפינען.
אן עצה האט איינער?
מיטוואך מאי 28, 2014 4:42 pm
שבתי האט געשריבן:למעשה ליידט מען נישט די שרעקעדיגע קאנסעקווענצן וואס זיי שרייבן פאר
וואס זענען די שרעקעדיגע קאנסעקווענצן?
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:00 am
זיי שרייבן אז מען קען באקומען דערפאר גרויסע געלט שטראפן אדער תפיסה און ווערן אראפגעווארפן פון די פראגראם. פאקטיש באקומט נישט קיין איינס פון די זאכן, דאס איינציגסטע וואס זיי טוהן איז אז זיי נעמען אוועק די איבריגע בענעפיט, זיי לאזן עס נאר אויף איין פלאץ, אדער אויפן לענדליין אדער די אבאמא פאון.
למעשה קוקט אויס אז איך בין דער איינציגסטער חסידישער איד וואס האט עס געהאט אויף צוויי זאכן. הפלא ופלא.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:47 am
איך וואלט אראפגעווארפן מיין לענדליין און געגאנגען צו די ביליגע פירמעס, אפטמאל נאך פול ביליגער ווי לייפליין אינאיינעם.
למשל עקסטשענז, טעלזעק, סעלעקטעל וכו, 20-26 דאלער.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:53 am
אויב קלויבט מען נישט אויס קיין אפציע, ווארפן זיי אוטאמאטיש אראפ פון די לענדליין.
איך האב נאכנישט געזעהן די ביליגע פרייזן פון וואס דו רעדסט. סעלעקטעל איז אונטער עקסטשעינטש, זיי בעטן בערך $30 שוין מיט לייפליין אינאיינעם. טעלזעק ווייס איך נישט, אבער איך גלייב נישט אז עס איז דא צו באקומען פאר 20-25 אן לייפליין.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:41 am
מ'קען קריגן די זעלבע סכום מינוט'ן אויף א געהעריגע סעלפאון פאר אונטער $12 א חודש, לענדליינ'ס מיט אנלימיטעד USA & CANADA מיט אלע פיטשורס קען מען אדערווייל נישט קריגן פאר ווינציגער ווי $37 (די נייע אפטימום פלאן) אויב האט מען נישט קיין לייפליין, און אויב מיט לייפליין קאסטן די פלענס אויך בערך $25-27.
איז למעשה די גאנצע וואס מ'שפארט (מ'גנב'ט) דא בערך $12 א חודש, לע"ד - יא שטרענגע תוצאות צו נישט - איז נישט כדאי זיך שמוציג צו מאכן פאר די עטליכע דאללער, בפרט ווען ס'זיכער אז זיי גייען געוואויר ווערן פריער אדער שפעטער און ס'איז א זיכערער חילול השם.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:45 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:מ'קען קריגן די זעלבע סכום מינוט'ן אויף א געהעריגע סעלפאון פאר אונטער $12 א חודש.
וואו באקומט מען דאס?
דאנערשטאג מאי 29, 2014 10:11 am
שבתי האט געשריבן:זיי שרייבן אז מען קען באקומען דערפאר גרויסע געלט שטראפן אדער תפיסה און ווערן אראפגעווארפן פון די פראגראם. פאקטיש באקומט נישט קיין איינס פון די זאכן, דאס איינציגסטע וואס זיי טוהן איז אז זיי נעמען אוועק די איבריגע בענעפיט, זיי לאזן עס נאר אויף איין פלאץ, אדער אויפן לענדליין אדער די אבאמא פאון.
למעשה קוקט אויס אז איך בין דער איינציגסטער חסידישער איד וואס האט עס געהאט אויף צוויי זאכן. הפלא ופלא.
מיין בליק וואלט געווען, אז ס'איז נישט עקאנאמיקלי אויסגעהאלטן צו באשווינדלען א פעדערעל פראגראם, וואס דאס איז א געהעריגע קרימינאלע זאך פאר קוים א שוה פרוטה (דקדוקי עניות).
איך זאג נישט חלילה וחס אז פאר מער יא, אבער פאר מער מאכן שוין מענשטען חשבונות וויפיל די ריסק איז ... אבער פאר אן אפגעריסענעם צענער א חודש?
פראוד קעגן די רעגירונג האט נישט אזוי ווייט צו טוען מיט די נומבער אפילו א צענער אויב זיי ווילן קען מען מאכן עטליכע קאונטס דערפון פאר אלע שונאי ישראל.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:32 am
שבתי האט געשריבן:אַבּערוואַס האט געשריבן:מ'קען קריגן די זעלבע סכום מינוט'ן אויף א געהעריגע סעלפאון פאר אונטער $12 א חודש.
וואו באקומט מען דאס?
אן טעקסט ביי All Talk (נאמן) 250 מינוט פאר $10.99 א חודש, מיט טעקסט (250 מינוט, 250 טעקסט, 10mb) ביי פעידזש פלוס פאר $12.00 א חודש.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:55 pm
for $10 (about $10.90 after tax) a month, 250 mins & 250 txt, running on verizon network same as page plus
BYO Wireless