עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מאי 28, 2014 10:24 am
איך וויל לייגן נייע קאונטערס, שטייצעך גרעניט, זאגט מיר איינער אז גרעניט איז נישט געזינט, איינער ווייסט דערפון?
Advertisement
מיטוואך מאי 28, 2014 10:32 am
צווייפעל האט געשריבן:איך וויל לייגן נייע קאונטערס, שטייצעך גרעניט, זאגט מיר איינער אז גרעניט איז נישט געזינט, איינער ווייסט דערפון?
http://www.nytimes.com/2008/07/24/garde ... d=all&_r=0ועיין כאן
http://www.epa.gov/rpdweb00/tenorm/gran ... rtops.html
מיטוואך מאי 28, 2014 10:41 am
נו, ברויך מאכן א קול קורא, פונקט ווי מויסטשיור קיור.
מיטוואך מאי 28, 2014 10:54 am
די קענסט מיר זאגן וואס עס שטייט דארט? איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט!
#קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג
מיטוואך מאי 28, 2014 10:57 am
צווייפעל האט געשריבן:נו, ברויך מאכן א קול קורא, פונקט ווי מויסטשיור קיור.
זאג, פארמייקע איז יא געזונט? און וואסי מיט פאליוריטעין?
מיטוואך מאי 28, 2014 11:02 am
איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס דארט שטייט, אבער עפעס שרעקעדיגע ווערטער.
קען זיין אז ווייל סקאסט טייער, און מבאקומט דאגות פון ווי עס צו באצאלן, דאס איז נישט געזונט.
מיטוואך מאי 28, 2014 11:05 am
אדער ווייל איינער האט פשוט אן אגענדע...
מיטוואך מאי 28, 2014 11:20 am
http://www.cbsnews.com/news/granite-cou ... th-threat/
לעצט פאראכטן דורך
geek אום מיטוואך מאי 28, 2014 2:20 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיטוואך מאי 28, 2014 11:28 am
די קעפל רעדט וועגן גרעניט קאונטער, אבער דער תוכן איז אן עד פאר פארד פיוזשען.
מיטוואך מאי 28, 2014 11:31 am
דער סך הכל פון די EPA באריכט טענה'ט אז ס'איז נישט שעדליך.
מיטוואך מאי 28, 2014 11:33 am
ס'איז בכלל שעדליך צו לעבן, צווישן די לעבעדיגע מענטשן איז דא אסאך א גרעסערע פראצענט קראנקע מענטשן ווי צווישן די טויטע.
מיטוואך מאי 28, 2014 11:34 am
כיהודה ועוד לווינקל:
אין די EPA ארטיקל שטייט קלאהר אז זיי האלטן נישט קיין גראניט קאונטער פאר א געפאר, ווייל עס גיבט נישט ארויס מער ראדיא-אקטיוויטעט ווי מען באגעגענט סיי ווי אין דעם טאג-טעגליכן לעבן - מה שאין כן א הויז געבויט איבער גראניטער פעלזנשטיין, אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען.
(שומר נפשו ירחק מאכילת באנאנעס אויכעט, כידוע.)
מיטוואך מאי 28, 2014 11:34 am
שטאטיסטיק: רובא דרובא טויטע מענטשן האבן אמאל געלעבט
מיטוואך מאי 28, 2014 12:16 pm
די בעסטע סטאטיסטיק וואס איך האב געהערט,
100% פון די קראנקע זענען לעבעדיגע
100% פון די וואס לעבן גייען שטארבן (אויב תחיית המתים קומט נישט פארדעם)
מיטוואך מאי 28, 2014 12:50 pm
life is a terminal illness
מיטוואך מאי 28, 2014 1:28 pm
דער וואס קען זיך נישט אוועק רייסען פונעם טערמינעל, איז terminally ill
מיטוואך מאי 28, 2014 1:44 pm
רוב מענטשן וואס שטארבן האבן קיינמאל נישט גערייכערט.
מיטוואך מאי 28, 2014 2:17 pm
נערוועזער האט געשריבן:רוב מענטשן וואס שטארבן האבן קיינמאל נישט גערייכערט.
חכם איינער, די רייכערערס זענען שוין פריער געשטארבען...
מיטוואך מאי 28, 2014 2:30 pm
איך בין אין גאנצען צומישט, שטארבט מען יא אדער שטארבט מען נישט פון רייכערין?
מיטוואך מאי 28, 2014 2:54 pm
גאסט האט געשריבן:די בעסטע סטאטיסטיק וואס איך האב געהערט,
100% פון די קראנקע זענען לעבעדיגע
100% פון די וואס לעבן גייען שטארבן (אויב תחיית המתים קומט נישט פארדעם)
נישט אזוי פשוט אז אויב "דערלעבט מען" תחיית המתים, גייט מען נישט שטארבן, טוט זיך שוין אויף דעם....
#נישט פארדרייען די נושא...
מיטוואך מאי 28, 2014 3:10 pm
ליינענדיג די לעצטע פאר תגובות האב איך מיך דערמאנט פון אן אלטע 'צום זאך' ארטיקל.
ליינט און לאכט...
viewtopic.php?f=3&t=10654
זונטאג יוני 08, 2014 10:17 pm
די עסן איז זייער שעדליך
די לופט איז אויך זייער שעדליך איין עצה הער אויף צו עסן אין צו אטעמען
אלע קראנקייטן & פראבלעמען וועלען זיך אויף הערן
זונטאג יוני 08, 2014 11:32 pm
אייזן