בלאט 1 פון 2

וועלכע קאמפיוטער זאל איך קויפן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 8:31 am
דורך שאינו יודע
איך דארף א נייע דעסקטאפ ווינדאוס 7 איך הייב אן צו זוכן, פארשטייט זיך אז איך דארף א גוטע, הייב איך אן צו ליינען די ספעקס, ווער איך אינגאנצען צומישט, עס האט נומערן, מיט אלפאבאטען וואס איך באקום קאפ ווייטאג עס צוליינען.

דעריבער וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז איינער וועט זיך נעמען די מיה, און מאכן 'שאינו יודע' פאר א 'יודע'.


יישר כחכם למפרע,


שאינו יודע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 9:00 am
דורך שטארק זיך
מצטרף, כזוך אויך,

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 9:07 am
דורך משנה מקום
שאינו יודע האט געשריבן:איך דארף א נייע דעסקטאפ ווינדאוס 7 איך הייב אן צו זוכן, פארשטייט זיך אז איך דארף א גוטע, הייב איך אן צו ליינען די ספעקס, ווער איך אינגאנצען צומישט, עס האט נומערן, מיט אלפאבאטען וואס איך באקום קאפ ווייטאג עס צוליינען.

דעריבער וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז איינער וועט זיך נעמען די מיה, און מאכן 'שאינו יודע' פאר א 'יודע'.


יישר כחכם למפרע,


שאינו יודע

דארפסט זיין מער ספעסיפיק וואס די ווילס טוהון דערמיט
און אויף וועלכע קומפיוטערס די האסט ספיקות

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 9:12 am
דורך זאל ער קומען
פארוואס זיך אריינלייגן אין קאמפליעט נייע מסכתא דזשאסט צו קענען קויפן איינמאל א גוטע קאמפיוטער?
גייסטו דען לערנען ארכיטעקטור ביים קויפן א הויז?
ווייסטעך פארוואס דו דארפסט עס, זאג דעס פאר די פראפעסינאלן (אפילו דא איין אייוועלט), און זיי וועלן דיר שוין ברוב טובם אנצייגן וועלכע ס'דארף קענען זיין גוט פאר דיר, סיי אויף יעצט און אויך א'סאל זיין גענוג גוט פאר די נעיר פיוטשער. (איך בין זייער א גוטער אויף זייער חשבון…).

פארשטייט זיך, די מינימום פוינטס פארוואס זיי האלטן אזוי וועלן זיי שוין ערקלערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 9:19 am
דורך שאינו יודע
משנה מקום האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איך דארף א נייע דעסקטאפ ווינדאוס 7 איך הייב אן צו זוכן, פארשטייט זיך אז איך דארף א גוטע, הייב איך אן צו ליינען די ספעקס, ווער איך אינגאנצען צומישט, עס האט נומערן, מיט אלפאבאטען וואס איך באקום קאפ ווייטאג עס צוליינען.

דעריבער וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז איינער וועט זיך נעמען די מיה, און מאכן 'שאינו יודע' פאר א 'יודע'.


יישר כחכם למפרע,


שאינו יודע

דארפסט זיין מער ספעסיפיק וואס די ווילס טוהון דערמיט
און אויף וועלכע קומפיוטערס די האסט ספיקות


שרייבן אויף אייוועלט
קוויקבוקס
עקסעל
ווארד
אוטאקעד
קאסטום סאפטוועיר
און נאך

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 9:53 am
דורך יואל שווארטץ
זאל ער קומען האט געשריבן:גייסטו דען לערנען ארכיטעקטור ביים קויפן א הויז?


שאינו יודע האט געשריבן:אוטאקעד

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 10:03 am
דורך זאל ער קומען
יואל שווארטץ האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:גייסטו דען לערנען ארכיטעקטור ביים קויפן א הויז?

שאינו יודע האט געשריבן:אוטאקעד

:lol:
בסך הכל דערציילט עס אז ס'פעלט זיך אויס שטארקע פראסעסינג פאוער און אסאך רעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 10:07 am
דורך home
איך מיין דעס איז גיט אבער עס איז w8
עס האט אסאך רעם עס איז נישט טייער
http://www.bestbuy.com/site/dell-xps-de ... 57&cmp=RMX

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 4:26 pm
דורך שאינו יודע
http://www.amazon.com/HP-Pavilion-500-2 ... +windows+7


וואס טוט זיך מיט דעם?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 5:43 pm
דורך בחורהזעצער
שאינו יודע האט געשריבן:http://www.amazon.com/HP-Pavilion-500-281-Desktop-Windows/dp/B00I02J4SO/ref=sr_1_2?ie=UTF8&qid=1401311992&sr=8-2&keywords=desktop+windows+7


וואס טוט זיך מיט דעם?

עס האט נאר 4 גב רעם קעגן די ערשטע וואס האט 12, עס איז נישט פאר איינעם וואס נוצט העווי פראגראמען.
אזוי אויך די פראסעסער איז שוואכער ווי דער ערשטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 10:11 am
דורך משה הקטן
איך זוך צו קויפן א נייע דעסקטאפ קאמפיוטער, בעיקר דארף איך א מוח אבער איך וואלט גענומען א פעקעזש אויך, זאל זיין זייער שנעל גוט פאר פאטא שאפ און אינדיזיין פארשטייט זיך אפ טו דעיט די לעצטע פראסעסער וכו', איך בין נישט זייער גוט אין ליינען דעסקריפשאנס, איינער קען מיר ביטע אנווייזן א לינק צו אזאנס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:03 pm
דורך משה הקטן
משה הקטן האט געשריבן:איך זוך צו קויפן א נייע דעסקטאפ קאמפיוטער, בעיקר דארף איך א מוח אבער איך וואלט גענומען א פעקעזש אויך, זאל זיין זייער שנעל גוט פאר פאטא שאפ און אינדיזיין פארשטייט זיך אפ טו דעיט די לעצטע פראסעסער וכו', איך בין נישט זייער גוט אין ליינען דעסקריפשאנס, איינער קען מיר ביטע אנווייזן א לינק צו אזאנס?

קיינער?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:17 pm
דורך מומחה עצום
וויפיל איז די בודזשעט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:19 pm
דורך משה הקטן
1000-1500 אדער וויפיל ס'פעלט זיך אויס פאר א גוטס

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:26 pm
דורך מומחה עצום
איך וואלט רעקאמענדירט דאס פאר א מוח.

אויב דו ווילסט אז פאטאשאפ און אינדיזיין זאלן ארבעטן שנעל דארפסטו צוקויפן א SSD און אריבערלייגן די סיסטעם דרייוו אויפן SSD, מיין רעקאמענדאציע איז די Samsung 840 Pro

די 1TB דרייוו לאז פאר סטארעדזש

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:32 pm
דורך משה הקטן
יישר כח מומחה,
איך פארלאז מיר אויף דיר בלינדערהייט.
איך וויל נאר וויסן וואס איך דארף טוהן, איך קויף די אסאס מאשין און די סאליד סטעיט דרייוו, און וואס טוה איך נאכדעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:36 pm
דורך משה הקטן
די סאליד סטעיט דרייוו פון 256 איז גענוג?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:42 pm
דורך משה הקטן
און אז איך קויף שוין יא, טראכט איך אויך פון א סקרין, וועלכע איז גוט, א ריזיגע גרינג צו קוקען סקרין?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:45 pm
דורך מומחה עצום
די SSD וועסטו נוצן פאר די OS און פראגרעמס, און די 1TB HDD וועסטו נוצן פאר סטארעדזש.

דו וועסט דארפן רוקן די ווינדאוס פון די הארד דרייוו צו די SSD, אויב דו ביזט אומזיכער דאן פרעג B&H צו זיי אפפערן אזא סערוויס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:49 pm
דורך מומחה עצום
בערך וועלכע סייז/פרייז?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 12:52 pm
דורך משה הקטן
וויפיל ס'פעלט אויס, איך האב יעצט א 25 אינטש, איך וואלט געגאנגען גרעסער

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 1:06 pm
דורך מומחה עצום
דאס איז שוין א טייערע מעשה, פון 650 און העכער

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 1:36 pm
דורך עקסעס
איך זיך שוין אויך א לאנגע צייט א קאמפיוטער (בעיקר דעסקטאפ), נאכן זיך ארומקוקען אביסל זעה איך אפאר זאכן איך בין נישט קלאר וואס טוט וואס,
ערשט איז די פראסעסער, דאס איז אויך צוטיילט אויף אפאר זאכן 1) I3, I5, i7, אין די קלענערע ביליגירע סארט. איוך איז דא ספיד פין די פראסעסער וואס איז פין בערך 1.8 ביז בערך 3.4 (וואס איך האב געזעהן), עס איז דא נאכעפעס וואס איך בין נישט קלאר צו עס איז א עקסטרע זאך דאעל קאר אדער קוואד קאר.
נאכדעם איז די רעם וואס פאנגט זיך אן ביי 2, סטענדערט איז פיר אין גייט ארויף, איך האב געזעהן ביז 24.
דערנאך איז די גרעפיקס קארט, וואס איז ווייס נישט בכלל וואס דאס איז.

איך וואלט געוואלט וויסן פאר וועלעכע זאכן איז גיט וואס:
גרעפיקס. גרויסע דעיטע בעיס מיט קאמפלעקסט קוועריס, העווי פראגרעמס, געמס.
אויך איז אינטרעסאנט INTEL vs AMD, וואס AMD איז ביליגער איך אויך וועלעכע MODEL איז אזוי ווי I3 איך וועלעכע איז I5 וכו'.?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 1:56 pm
דורך משה הקטן
מומחה עצום האט געשריבן:דאס איז שוין א טייערע מעשה, פון 650 און העכער

וואס איז די מעלה דערפון, איז וויכטיג צו ספענדען דערפאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 2:22 pm
דורך מומחה עצום
ענדערש קויף נאך א 25 ווי איין גרויסע

(און אז דו פרעגסט מיר, איז נישט ווערד צו ספענדן אזויפיל פאר איין סקרין)