Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א מעשה געדאנק אויף ביישטיין א נסיון

דינסטאג מאי 27, 2014 1:23 pm

ביטע מיר אנווייזן, אויף סיי וועלכע מעשה, געדאנק, רעיון, אויף דעם נושא פון 'ביישטיין נסיונות'
מוז נישט זיין דוקא אומר הבא מן החדש, קען אויך זיין פון ערגעץ וואו דא אין וועלטל..

Advertisement

דינסטאג מאי 27, 2014 2:50 pm

איך האב א שיינעם משל אבער איך האב עס געשריבן פאר א געוויסע אויסגאבע אויב דו דארפסט עס פאר פרייוואט באנוץ ווי למשל איבער צו זאגן אין א קלאס אדער פאר א קבוצה בחורים יונגעלייט וכדו' קען איך עס דיר שיקן אין אישי

דינסטאג מאי 27, 2014 3:32 pm

געווען אמאל איינער וואס האט שרעקליך געליטן פון כעס, ווי ער איז געגאנגען, ווי ער איז געשטאנען איז אייביג געווען פורים ארום אים... ער האט זיך אייביג גערעגט, אפילו די קינדער אין שוהל האבן געוואוסט אז ווען מען זוכט עקשאן גיבט מען א קליינעם ריק די טיש ווי ער שטייט און ער פלאצט אויס אין א כעס אטאקע, דער איד האט געזעהן אס עס נעמט נישט קיין עק, אז אפילו אינדערהיים מאכט אים עס גרויסע פראבלעמען, האט ער מחליט געווען צו גיין צו זיין רבי'ן, אנקומענדיג צו זיין רבי'ן שוין נאכן פארציילן פארן רבי'ן וואס ער מאכט אלץ מיט האט אים דער רבי געזאגט אז ער זאל דא פארוויילן אפאר טעג און ער וועט אים העלפן.
[b][size=200]נו!" אז די רבי הייסט פאלגט מען!!!
ער איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אוועק געזעצט איבער א ספר ווען פלוצלינג זעהט ער ווי די רבי שפאצירט אריין אין ביהמ"ד און נישט מער און נישט וייניגער דער רבי זעצט זיך אוועק א טיש אונטער אים... נו אז דער רבי איז א שפאן אוועק לערנט מען מיט גרויס פלייס... הקיצור הערט ער ווי די רבי זאגט פאר דער וואס איז געזעצן א טיש אונטער אים אז ער זאל אים פרובירן אויפצורעגן ווי ווייט מעגליך, און איך וועל שטיין ביים פענסטער און צוקוקן. די רבי האט דאס אפציעיל געזאגט שטיל אז ער זאל נישט הערן, אבער דער חסיד האט פארשטייט זיך גוט געהערט...
דער יונגערמאן פארשטייט זיך האט זיך גענומען צום מלאכה און איז געגאנגען נעמען א קאווע און איז דערנאך געקומען צום טיש ווי דער איד איז געזעצן און געלערנט און (בטעות...) זיך געגעבן אזא האק אריין אין דעם איד און די קאווע האט זיך געגעבן א גיס אויס אויף אים... אבער דער איד וואוסענדיג אז די רבי שטייט און קוקט דאס צו האט זיך נישט אויפגערעגט.
דער איד זעהט אז ס'גייט נישט ער רעגט זיך נישט אויף איז ער געגאנגען צום באנק און געגעבן א לייג צאם די פיסל און ... ק ר א ך ... דער איד איז אויפן פ ל א ר..., אבער ער רעגט זיך נישט אויף.
די נעקסטע טאג איז דער איד אריין צום רבי'ן בעטן א תשובה וויאזוי זיך אפצוגעוואוינען פון כעס, האט אים דער רבי געזאגט אז איך האב מיר נעכטן צוגעקוקט און איך האב געזעהן ווי די רעגסט זיך נישט אויף...
ענטפערט דער איד: יא! איך האב געוואוסט אז דער רבי קוקט זיך צו האב איך אכטונג געגעבן וואס איך טוה און וויאזוי איך פיר מיר אויף!
האט זיך דער רבי אנגערופן צו אים: יעדעס מאל וואס די ווערסט אין כעס זאלסטו טראכטן און זיך פארשטעלן ווי דער נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגע באשעפער שטייט ביים פענסטער און קוקט זיך צו...
דאס איז א חיזוק יעדעס מאל וואס איינער שטייט ביי א נסיון און לייגט פאר די אויגן די מעשה.

דינסטאג מאי 27, 2014 3:34 pm

מנוחה ושמחה האט געשריבן:איך האב א שיינעם משל אבער איך האב עס געשריבן פאר א געוויסע אויסגאבע אויב דו דארפסט עס פאר פרייוואט באנוץ ווי למשל איבער צו זאגן אין א קלאס אדער פאר א קבוצה בחורים יונגעלייט וכדו' קען איך עס דיר שיקן אין אישי

טייל עס מיט מיט די עולם, זאל דיר די זכות ביישטיין

דינסטאג מאי 27, 2014 4:49 pm

מעשה ששמעתי א געדאנק אויפן ענין פון הוי מחשב שכר מצוה כנגד הפסדה והפסד עבירה כנגד שכרה ווען ס'קומט צו א נסיון, אז א איד וועלכער איז ארויס ערליך פון אונטער די קאמוניסטן האט דערציילט, אז ער מיט חברים פלעגן זיך צוזאמענעמען יעדע שטיק צייט און פלעגן חזר'ן דאס משל.

אין רוסלאנד פאר צוויי הונדערט יאר צוריק האט געוואוינט א פויער און האט געהאט זייער א קלוג קינד, און נאכן ענדיגן זיינע לימודים אין דערפל, האט מען געזאגט אז ער דארף גיין שטודירן אין די ווייטע פלעצער ווייל ער קען אויסשטייגן זייער גרויס, די עלטערן האבן זיך פון אים געזעגנט מיט הייסע טרערן, און ער איז אוועקגעפארן און אויסגעשטיגן צו איינער פון די העכסטע שרי המלוכה אין לאנד.

איינמאל האט ער געבעטן אורלויב אז ער וויל גיין זיך טרעפן מיט זיינע עלטערן און זיי איינמעלדן ווי הויך ער האט דערגרייכט, ער איז געפארן ביז יענעם דערפל, אבער מורא האבנדיג אז זיי וועלן אפשר נישט אריבערטראגן די גרויסע איבערראשונג איז ער קודם אריבער צו זיין שוועסטער וועלכע האט געוואוינט אין זעלבן דארף, און צוזאמען מטכס עצה געווען וויאזוי מ'וועט זאגן די נייעס פאר די אלטע טאטע און מאמע אז עס זאל זיי חלילה נישט שאטן.

איז געבליבן אז ער גייט היינט ביינאכט איבערגיין צו זיינע עלטערן שלאפן נישט זאגנדיג ווער ער איז, און צופרי וועט די שוועסטער קומען און צוביסלעך דערציילן אז דער גאסט וואס שלאפט דא איז נישט קיין צווייטער ווי זייער באליבט קינד. כך הוה, דער גרויסער שר קלאפ אריין צו זיינע עלטערן און פרעגט צו ער קען אפשר דא איבערשלאפן די נאכט, דער טאטע זאגט זייער גערן, און דער זון האט אביסל געשמועסט מיט זיינע עלטערן און אפילו געזאגט אז ער איז א גרויסער שר, אבער נישט דערציילט אז ער איז גאר זייער זון, און האט אויפגעהאנגען זיין אויבערראק און זיך געלייגט שלאפן.

דער טאטע איז נאך אויף געבליבן און באטראכט דעם טייערן אויבערראק מיט גרויס התפעלות, און זאגט פאר זיין פויערטע גיב א קוק די גאלדענע קנעפ פון דעם מאנטל, פון איין אזא קנעפל קען מען ווערן א עושר אויף א גאנץ לעבן, אשר על כן שלאגט ער פאר א גוטן פלאן, אז וויבאלד קיינער ווייסט דאך סייווי נישט אז דער שר איז דא געקומען, וועט ער אים הרג'ענען, און נעמען דעם רעקל פאר זיך און פארקויפן די קנעפלעך און ווערן א גרויסן עושר, זי האט מתחילה נישט מסכים געווען דערצו אבער ער האט איר מסביר געווען ווי גוט ס'וועט זיין אלס עושר, און ער איז אריין אין שלאף שטוב מיט א האק און דערהרגעט דעם שר, און אוועקגעלייגט ערגעץ דעם קערפער עד יעבור זעם.

ויהי בבוקר, זייער טאכטער קומט זיי באזוכן און שפאצירט ארום אין די שלאף צימערן זוכנדיג עפעס, פרעגן זיי איר מה היום מיומיים אז דו ביזט פלוצלונג אהערגעקומען אונז באזוכן, פרעגט זי צו ס'איז נישט איינער דא געקומען שלאפן ביינאכט, פארשטייט זיך זיי האבן געלייקנט, זאגט די טאכטער זעט אויס ער האט געטוישט די פלענער, פרעגן זיי ווער האט געדארפט קומען, האט זי צעביסלעך און פארזיכטיג דערציילט די פרייליכע נייעס, אז דער באקאנטער גרויסער שר איז גאר זייער זון, און אז ער האט געדארפט זיך טרעפן מיט זיי. הערנדיג די נייעס האט דער טאטע אויסגעבראכן אין א ביטער געוויין, און די מאמע האט זיך גענומען שרייען כ'האב דיר געזאגט זאלסט אים נישט הרג'ענען, און די טאכטער האט גלייך פארשטאנען וואס דא איז געשען האט זי זיך גענומען שרייען אויף ביידע, און מענטשן אינדרויסן האבן ארויסגעהערט קולות פון זייער כאטקע זענען זיי געקומען צו לויפן, און ביז א קורצע צייט זענען געקומען פאליציי און ארעסטירט דעם טאטן.

ביים משפט האבן אלע געזאגט אז ס'איז בכלל נישט דא איבער וואס דן צו זיין, ס'קומט זיך אים זיכער טויט שטראף פאר אזא הארבן פארברעכן, ווען מ'האט געגעבן דאס לעצטע ווארט פארן באשולדיגטן, האט דער טאטע געזאגט, איר קענט מיט מיר טון וואס איר וויל נאר, סקילה שריפה הרג וחנק מיט כל מיני מיתות משונות, אבער גארנישט וועט נישט צוקומען צו דעם שטראף אז איך וועל יא ווייטער בלייבן לעבן און זיך ארומדרייען וואוסנדיג אז ער האט בידים געהרגעט זיין אייגן קינד, דאס וועט זיין דער גרעסטער עונש. ע"כ המעשה.

האט דער איד אויסגעפירט, אז זייענדיג אונטער די שווערע נסיונות ביי די קאמוניסטן איז ער זיך צוזאמענגעקומען יעדע שטיק צייט מיט חברים, און איבערגעחזרט די מעשה מיטן מוסר השכל אז אפילו מ'וועט זיך פארקויפן דאס אידישקייט פאר אפאר גאלדענע קנעפלעך, און מכלומרשט דערגרייכן גאלדענע גליקן אדער אזוי זיך ראטעווען דאס לעבן, וועט אבער זיין שרעקליך דער געפיל אז פאר א נזיד עדשים האט ער אוועקגעהרגעט דאס טייערסטע אין זיין לעבן וואס דאס איז דאס אידישקייט און אמונה בה', ממילא וואס פאר א טעם וועט שוין האבן זיין לעבן אלס א גוי, און זיי האבן זיך מחזק געווען עומד בנסיון צו זיין, און זענען ארויס ערליך פון אונטער די רשעים.

(געהערט פון א בעל דרשן מפורסם שליט"א וועלכער האט גערעדט מיט דעם מסירות נפש'דיגער איד).

דינסטאג מאי 27, 2014 4:59 pm

שכוח גדול
תזכו למצות
שרייב א תגובה

Advertisement