עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג מאי 25, 2014 7:23 pm
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב שוין געברענגט די מקור.
רבי מנא פרעגט א קשיא, מתיר געווען האט ר' יוסי ורבי יונה.
זייט נישט ברוגז אלדי, מיט א שטיקל בבלי וואלט איך מיך נאך אנייצע געגעבן, אבער דא האסטו מיך געפאקט, א שטיקל ירושלמי איז שוין אביסל טו מאטש פאר מיר. באדאנק איך דיר אלזא פארן עס ברענגען, זייזשע אבער אזוי גוט און צייכן אן פונקטליך וועלכע ווערטער זענען נוגע דא, און אויב דו ווילסט עס טאן בשלימות, דאן טייטש עס מיר איבער, ווייל איך האב אפגעליינט די שורות דא, ולא ידעתי מאי דקאמרי רביצין.
דאנקע שעהן.
Advertisement
זונטאג מאי 25, 2014 8:14 pm
רבי יונה ורבי יוסי הורין מפי לארסקינס בשובתא
הורון. הורו להיות ישראל אופה פת לשר המלך בשבת:
(ארסקינס איז געווען א רוימישער קאמענדאנט)
אמר רבי מנא קשיתי קומי רבי יונה, אבא לא כן אמר רבי זעירא רבי יוחנן בשם רבי ינאי רבי ירמיה רבי יוחנן בשם ר"ש בן יוצדק, נמנו בעליית בית נתזה בלוד על כל התורה כולה מניין אם יאמר עכו"ם לישראל לעבור על אחת מכל מצות האמורות בתורה חוץ מן העבודה זרה וגילוי עריות ושפיכת דמים יעבור ולא יהרג, הדא דתימא בינו לבין עצמו, אבל ברבים אפילו מצוה קלה לא ישמע לו, כגון לוליינוס ופפוס אחיו שנתנו להם מים בכלי זכוכית צבועה ולא קיבלו מהן.א"ר מנה. שאלתי לר"י אבי למה התרת האפיה בשבת הא פרהסיא הוא ויהרג ואל יעבור:
אמר לא אתכווין משמדתון ולא אתכווין אלא מיכל פיתא חמימה:
אמר לא אתכוון. השר להעבירן על הדת אלא כוונתו להנאת עצמו לאכול פת חמה:
לעצט פאראכטן דורך
אלד וויליאמסבורג אום זונטאג מאי 25, 2014 11:20 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מאי 25, 2014 10:58 pm
די מיידלעך לערנען שוין גמרא בעסער ווי אונז...
זונטאג מאי 25, 2014 11:20 pm
שרייב א שיין בריוועלע צום טיטשער אז אונזערע מיידלעך העלן אויסוואקסן כשר'ע ערליכע יודישע מאמעס אויך אנעם וויסן וועלכע תנא, בלא בלא בלא (קענסט מיט שיקן די צווי בלעטער פון "אייוועלט")
אזוי האבן זיך אונזערע עלטערן געפירט, איר קענט אייך פארשטעלן ביי אונז אין שטוב איז געווען קע"ה א מנין מיידלעך אין מיין טאטע וואלט געקענט זיין ביזי מיט פיינעלס אין פראדזשעקטס מע"ש לע"ש האט מען געמוזט שטעלן א סטאפ דערצו אין ב"ה זיי זענען אלע קע"ה וואוילע יודישע מאמעס...
(אויב די שרייבסט צום טיטשער מאך זיכער "יא" אונטערשרייבן א נאמען...)
מאנטאג מאי 26, 2014 2:07 am
א גרויסער, ריזיגער, מעכטיגער, מייסטערפולער און שמעטערהאפטיגער יישר כח פאר אונזער געערטער ר' אלדי פארן זיך נעמען די מיה דאס אויפצוזוכן (ווי האסטו דאס באוויזן, איך האב געזוכט און געזוכט און נישט געטראפן. עס איז שוין באלד אזוי שווער ווי צו באשיידן נבוכדנאצר'ס חלום), אהערברענגען און דערנאך איבערטייטשן פאר מיר. איך בין דיר גאר שטארק דאנקבאר דערפאר.
מאנטאג מאי 26, 2014 7:24 am
מיינע קליינע טעכטער האבן נאך נישט קיין פיינעלס, אבער עטליכע וואכן האב איך געהאט א פיינע מעשה, איך האב געשמועסט מיט מיינע קינדער ענינים פון שבת ביים שבת טיש, און איך האב דערמאנט פארוואס מ'דעקט צו די חלות כדי די חלות זאלן נישט פארשעמט ווערן, רופט זיך מיין 6 יעריגע טאכטער אז איר טיטשער זאגט אז נישט דאס איז די טעם, פרעג איך איר וואס הייסט? דערציילט זי מיר אז זיי האבן אויך געלערנט פון שבת, און איר טיטשער האט געפרעגט די מיידלעך ווער ווייסט די טעם פארוואס מען דעקט צו די חלות, און מיין טאכטער האט זיך אנגערופן אז די טעם איז וועגן די חלות זאלן נישט ווערן פארשעמט, זאגט די טיטשער ניין, נישט דאס איז די טעם, נאר וועגן די מן (אקעי נאך א טעם, אבער צו זאגן ניין וועגן שלא יראה הפת בושתו, דאס ווייזט אויף זייערע למדנות'ער)
מאנטאג מאי 26, 2014 3:37 pm
בעל דמיון האט געשריבן:שרייב א שיין בריוועלע צום טיטשער אז אונזערע מיידלעך העלן אויסוואקסן כשר'ע ערליכע יודישע מאמעס אויך אנעם וויסן וועלכע תנא, בלא בלא בלא (קענסט מיט שיקן די צווי בלעטער פון "אייוועלט")
דעס מאכט מען נישט פאר די מיידעלעך נאר פאר די חשובע עלטערן זאלן האבן וואס צו שרייבן אויף אייוועלט
איז עס ערגער ווי די דברים של מה בכך וואס מען פילט גערן אן גאנצע בלעטער? רעדט מען כאטש עפעס ד"ת
מאנטאג מאי 26, 2014 4:02 pm
טאקע א מלומדת זי ווייסט פון חיי אדם אז דער עיקר טעם איז זכר למן
ראה מ"ב ס"ק מ"א
מאנטאג מאי 26, 2014 4:48 pm
בעל דמיון האט געשריבן:שרייב א שיין בריוועלע צום טיטשער אז אונזערע מיידלעך העלן אויסוואקסן כשר'ע ערליכע יודישע מאמעס אויך אנעם וויסן וועלכע תנא, בלא בלא בלא (קענסט מיט שיקן די צווי בלעטער פון "אייוועלט")
אזוי האבן זיך אונזערע עלטערן געפירט, איר קענט אייך פארשטעלן ביי אונז אין שטוב איז געווען קע"ה א מנין מיידלעך אין מיין טאטע וואלט געקענט זיין ביזי מיט פיינעלס אין פראדזשעקטס מע"ש לע"ש האט מען געמוזט שטעלן א סטאפ דערצו אין ב"ה זיי זענען אלע קע"ה וואוילע יודישע מאמעס...
(אויב די שרייבסט צום טיטשער מאך זיכער "יא" אונטערשרייבן א נאמען...)
נישט שייך אויב וויל מען באקומען א דיפלאמע אז מען האט געענדיגט די פיינעלס, ווי אויך קען מען נישט גיין אויף די גרויסע טריפ פון אכטע אינדערפרי ביז צווייע ביינאכט
דינסטאג מאי 27, 2014 8:12 am
מי יודע האט געשריבן:איר טיטשער האט געפרעגט די מיידלעך ווער ווייסט די טעם פארוואס מען דעקט צו די חלות, און מיין טאכטער האט זיך אנגערופן אז די טעם איז וועגן די חלות זאלן נישט ווערן פארשעמט, זאגט די טיטשער ניין, נישט דאס איז די טעם, נאר וועגן די מן (אקעי נאך א טעם, אבער צו זאגן ניין וועגן שלא יראה הפת בושתו, דאס ווייזט אויף זייערע למדנות'ער)
איז נישט דא א טעם אז וויבאלד די אייבערשטער האט פארדעקט די מן מיט רעגן אז סזאל זיך האלטען פריש?
דינסטאג מאי 27, 2014 8:45 am
קהת האט געשריבן: איז נישט דא א טעם אז וויבאלד די אייבערשטער האט פארדעקט די מן מיט רעגן אז סזאל זיך האלטען פריש?
יא אודאי איז דא דער טעם ! קוק צוריק צי מיין תגובה
דא וועסט די זעהן אז עס ווערט ג'ברענגט און פוסקים
אין מיין חומש שטייט אז דער מן איז געווען באדעקט מיט
טל ניט רעגען
דינסטאג מאי 27, 2014 1:05 pm
איך האב געאפערט מיין טאכטער ארויסצופרינטן דעם שטיקל ירושלמי וואס אונזער טייערער אלדי האט דא געברענגט, און עס איבערטייטשן ווארט פאר ווארט און עס געבן פאר די טיטשער, זי זאגט מיר אז זי קען באשטיין איך זאל עס ארויספרינטן פאר איר, אבער פאר איר טיטשער גייט זי עס נישט געבן אויב זי ווייסט וואס איז גוט פאר איר...
דינסטאג מאי 27, 2014 2:40 pm
טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב געאפערט מיין טאכטער ארויסצופרינטן דעם שטיקל ירושלמי וואס אונזער טייערער אלדי האט דא געברענגט, און עס איבערטייטשן ווארט פאר ווארט און עס געבן פאר די טיטשער, זי זאגט מיר אז זי קען באשטיין איך זאל עס ארויספרינטן פאר איר, אבער פאר איר טיטשער גייט זי עס נישט געבן אויב זי ווייסט וואס איז גוט פאר איר...
דארף צו זיין א וועג עס צו פרינטן און מען זאל נישט באמערקן אז עס איז געפרינט
דינסטאג מאי 27, 2014 2:55 pm
זי זאל שרייבן די תשובה און צו שרייבן איינגערינגלט btw
מיטוואך יוני 11, 2014 1:36 pm
מיין טאכטער ברויך שרייבן וועגן איין פרוי פון תנ"ך די פאלגענדע פונקטן:
• תפלה
• צניעות
• הכנסת אורחים
• חינוך
• חכמת נשים בנתה ביתה
• עטרת בעלה
איך האב מערערע געדאנקן אויף מערערע נשים צדקניות, אבער ס'איז מיר שווער צוזאם צוקראצן אלעס אינאיינעם ביי איינעם.
(אדער בין איך פשוט אביסל פויל צו נוצן דעם פארזשאוועטן מוח? גיי ווייס.)
בעט איך אלע טייערע ידידים - שיסט אייערע ידיעות.
(ראשי פרקים בעלמא - איך וועל שוין אליין פארברייטערען בעז"ה).
ותשועה ברוב יועץ.
און בעצם ברויך איך באשרייבן צוויי אזוינע פרויען, ווייל כ'האב צוויי טעכטער אין זעלבן פראגראם...
פרעגט מיך נישט פארוואס דאס איז מיין אויפגאבע.
וועמענס דען?
אז מיינע קינדער ווייסן דאס נישט אליין צוזאמענצושטעלן, איז עס מסתמא מיין שולד פארן נישט ריכטיג מחנך זיין!
מיטוואך יוני 11, 2014 1:58 pm
האב איך דערווייל איינס:
רבקה אמנו
תפלה: וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ
צניעות: וַתִּקַּח הַצָּעִיף וַתִּתְכָּס
הכנסת אורחים: וַתְּמַהֵר וַתּוֹרֶד כַּדָּהּ מֵעָלֶיהָ וַתֹּאמֶר שְׁתֵה וְגַם גְּמַלֶּיךָ אַשְׁקֶה וָאֵשְׁתְּ וְגַם הַגְּמַלִּים הִשְׁקָתָה
חינוך: וְרִבְקָה אֹהֶבֶת אֶת יַעֲקֹב
חכמת נשים בנתה ביתה: וַתֹּאמֶר אֵלֵךְ
עטרת בעלה: וַתֵּרֶא אֶת יִצְחָק וַתִּפֹּל מֵעַל הַגָּמָל
רבותי! רופט אייך אן ווארעם. ייש"כ
מיטוואך יוני 11, 2014 2:03 pm
איך דארף א קורצע אבער שארף זאגנדיגע מעשה פון די חשיבות פון יעדע פעולה וואס א איד טוט אויף די וועלט אפילו מ'מיינט ס'איז נאר א קלייניקייט
מיטוואך יוני 11, 2014 2:06 pm
חנה אשת אלקנה אם שמוא'
דארפסט נור אויסזיכען צניעות און הכנסת אורחים