Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הילף: מיין טאכטער דארף אן ענטפער פאר די פיינעלס

זונטאג מאי 25, 2014 2:05 am

מיין טאכטער האט פיינעלס און זי זיצט און שרייבט און חזר'ט גאנצע טעג און נעכט און ס'קאסט מיר אויך אסאך. יעצט דארף זי וויסן וועלכע פון די תנאים האט מתיר געווען צו באקן חלות "אין" שבת. איך פרעג איר, ביזט זיכער אז מען רעדט פון אין שבת? און זי האלט זיך ביי אירס א יא. וואס טו איך דא, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזאן זאך אז א תנא זאל אמאל האבן מתיר געווען צו באקן חלות אום שבת. קען דא איינער ארויסהעלפן?

פליז, וואס שנעלער אזוי עמער אונז ביידע קענען גיין שלאפן.

Advertisement

זונטאג מאי 25, 2014 2:14 am

געב איבער אין מיין נאמען אז קיין איין תנא האט נישט מתיר געווען לכתחילה צי באקן אום שבת.

פיין ארויסגעברענגט די פראבלעם פין די וויכטיגע פיינעלס. געדענק איך נאך ווען מיינע שוועסטערס זענען נישט געגאנגען שלאפען.

זונטאג מאי 25, 2014 2:16 am

אפשר פאר די עבודה אין ביהמ"ק למשל די שתי הלחם?

זונטאג מאי 25, 2014 2:26 am

זי שטייט פעסט אויף דעם, אזוי האט די טיטשער געזאגט. איך האב איר דערמאנט וויפיל זאכן די טיטשער האט געזאגט וואס איך האב איר אויפגעוויזן א די טיטשער האט פלעין געמאכט א מיסטעיק אדער פשוט נישט געוואוסט וואס זי זאגט, גערעדט אין די וועלט אריין. אבער עס גייט איר נישט אן צו עס איז געווען אזאנס אדער נישט, זי דארף קענען ענטפערן וואס די טיטשער האט געפרעגט און דאס איבריגע גייט איר נישט אן.

איך פרעג איר יעצט צו די טיטשער גיט כאטש מקורות צו די אלע זאכן, זאגט זי אז ניין...

זונטאג מאי 25, 2014 2:31 am

אקעי, איך קען מער נישט האלטן אפן די אויגן, איך גיי אין בעט אריין, איך האף ביז מארגן צופרי וועט איינער שוין אויפקומען מיט עפעס.

א גוטע וואך

זונטאג מאי 25, 2014 2:32 am

איך האב שוין געענטפערט. די שתי הלחם איז דוחה שבת

זונטאג מאי 25, 2014 2:37 am

דעס האט נישט א תנא מתיר געווען דעס האר די תורה מתיר געווען

זונטאג מאי 25, 2014 3:31 am

וויפיל די טיטשערס ווייסן...
מיין טאכטער האט גע'חזר'ט טייטש אויף קריאת שמע, האב איך געקוקט אויפן צעטיל איר צו פארהערן, איז דארט געשטאנען ואבדתם אלוקים מיט א קוף...

זונטאג מאי 25, 2014 3:48 am

א קלאהרע משנה ומנחות וגמרא פסחים און רמב"ם ה' לצידים ומוספים אז אפיית שתי הלחם איז נישט דוחה שבת
נאר דאכט זיך אז עס איז דא א שיטה אז אויב מען האלט אז אפייתן מבפנים און עס ווערט נפסל בלינה
קען מען דאך נישט באקען מבעוד יום
דעמאלס אויב שבועות וועט פאלען אויף שבת איז עס יא דוחה
אבער עס איז נישט להלכה

זונטאג מאי 25, 2014 7:20 am

עס איז דא אן עצה צו דעם פראבלעם: רוף אן די לערערין בשעה 3:20 פארטאגס און פרעג איר אויב די טאכטער מעג שוין גיין שלאפן, און אויב נישט, אויב די לערערין אליינס ווייסט יא דעם תירוץ.

זונטאג מאי 25, 2014 7:59 am

א) מען מעג באקן ברויט וואס ליגט פון ערב שבת עם חשיכה, בתנאי שיקרמו פניה, רבי אליעזר אומר כדי שיקרום התחתון שלה

ב) עומר האט מען געבראטן שבת (?) לקיים מצות קלי באש

ג) חביתי כהן גדול האט מען געבאקן שבת

זונטאג מאי 25, 2014 8:19 am

ר' יהודה האלט דאך אפייתן בפנים, און לויט דעם איז דאך יא דוחה שבת, ועיין תוי"ט.

אגב, תוספות זאגט אז דאס אז סילוקו כסידורו איז נאר לויט ר' יהודה

חביתי כהן גדול איז לויט יעדן דוחה.

--

שוועמל האקט.

זונטאג מאי 25, 2014 8:22 am

מיטן הילף פונם גוגל בישראל בין איך אנגעקימען צו דעם מקור, אבער דאס איז אמוראים נישט קיין תנא.

http://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%99% ... %93_%D7%91
לעצט פאראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום זונטאג מאי 25, 2014 10:28 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג מאי 25, 2014 9:36 am

msp האט געשריבן:א קלאהרע משנה ומנחות וגמרא פסחים און רמב"ם ה' לצידים ומוספים אז אפיית שתי הלחם איז נישט דוחה שבת
נאר דאכט זיך אז עס איז דא א שיטה אז אויב מען האלט אז אפייתן מבפנים און עס ווערט נפסל בלינה
קען מען דאך נישט באקען מבעוד יום
דעמאלס אויב שבועות וועט פאלען אויף שבת איז עס יא דוחה
אבער עס איז נישט להלכה


איך האב געשריבן פון זכרון

ייש"כ פאר די ת"ח דא פארן מברר זיין

זונטאג מאי 25, 2014 1:01 pm

פארוואס נישט טוהן וואס אונז האבן געטוהן אלץ בחור אין שיבע קעטאנע?

זונטאג מאי 25, 2014 2:26 pm

.
לעצט פאראכטן דורך לעניית דעתי אום מאנטאג מאי 26, 2014 9:19 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג מאי 25, 2014 3:24 pm

די טיטשער ווייסט שוין אז דא אויף אייוועלט קאכט זיך איבער אירע ווערטער???

זונטאג מאי 25, 2014 4:32 pm

ביטע איבערפרעגן אויב זי רעדט פון א תנא וואס האט מתיר געווען, אדער א טיטשער...

זונטאג מאי 25, 2014 4:38 pm

דערמאנט מיך א 'גאונות' פון א טיטשער, וואס מיין טאכטער האט מיר איבערגעזאגט:
די ש"ס האט דריי הונדערט און זעכציג מסכתות כמנין ש"ס....

זונטאג מאי 25, 2014 4:52 pm

חחח.. אפשר אין ארטסקרול...

זונטאג מאי 25, 2014 4:54 pm

שערקויעך אלע מגיבים דא. איך זאל אייך איבערזאגן אלע שטותים און אמעראצעסן וואס איך האב שוין געהערט פון מיינע טעכטער איבערזאגן בשם די טיטשערס (און זייער אפט איז עס קלאר ארויסגעשריבן אין די נאוטס, נאכגעשריבן פון דעם בלעקבאורד), איז יכלו הזמן והם לא יכלו.

דערווייל איז מיין טאכטער געווען היינט אין סקול און אהיים געקומען מיט דעם ענטפער (וואס זי האט באקומען פון אנדערע מיידלעך) אז די רעדע איז פון רב מני, און עפעס א מעשה ביים סוף תקופת אמוראי ארץ ישראל עפעס א גל פרעות געווען דעמאלס און מען האט עפעס נישט געהאט קיין ברירה, עפעס מיינט זי אז די אידן האבן געדארפט שפייזן די סאלדאטן, און דעמאלס האט רב מני מתיר געווען צו באקן ברוים אום שבת.

נו, יעצט קען איינער עפעס געווארן ווערן מער?

זונטאג מאי 25, 2014 4:59 pm

טעות גדולה טעתה
זה איתא בביצה דף כא ע"א
אבל לא בשבת כי אם ביום טוב!!!

זונטאג מאי 25, 2014 5:00 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:שערקויעך אלע מגיבים דא. איך זאל אייך איבערזאגן אלע שטותים און אמעראצעסן וואס איך האב שוין געהערט פון מיינע טעכטער איבערזאגן בשם די טיטשערס (און זייער אפט איז עס קלאר ארויסגעשריבן אין די נאוטס, נאכגעשריבן פון דעם בלעקבאורד), איז יכלו הזמן והם לא יכלו.

דערווייל איז מיין טאכטער געווען היינט אין סקול און אהיים געקומען מיט דעם ענטפער (וואס זי האט באקומען פון אנדערע מיידלעך) אז די רעדע איז פון רב מני, און עפעס א מעשה ביים סוף תקופת אמוראי ארץ ישראל עפעס א גל פרעות געווען דעמאלס און מען האט עפעס נישט געהאט קיין ברירה, עפעס מיינט זי אז די אידן האבן געדארפט שפייזן די סאלדאטן, און דעמאלס האט רב מני מתיר געווען צו באקן ברוים אום שבת.

נו, יעצט קען איינער עפעס געווארן ווערן מער?

HUH?

טהור-עיניים האט געשריבן:מיין טאכטער האט פיינעלס און זי זיצט און שרייבט און חזר'ט גאנצע טעג און נעכט און ס'קאסט מיר אויך אסאך. יעצט דארף זי וויסן וועלכע פון די תנאים האט מתיר געווען צו באקן חלות "אין" שבת. איך פרעג איר, ביזט זיכער אז מען רעדט פון אין שבת? און זי האלט זיך ביי אירס א יא. וואס טו איך דא, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזאן זאך אז א תנא זאל אמאל האבן מתיר געווען צו באקן חלות אום שבת. קען דא איינער ארויסהעלפן?

פליז, וואס שנעלער אזוי עמער אונז ביידע קענען גיין שלאפן.

זונטאג מאי 25, 2014 5:16 pm

א שטיקעלע זוך דערווייל האט מיר געברענגט רעזולטאטן פון אן אמורא מיטן נאמען ר' מנא בן ר' יונה, געווען טאקע פון די לעצטע דור - די פינפטע - אמוראי ארץ ישראל, ממש ביי די תקופה וואס די קריסטן האבן איבערגענומען רוים, און ממש פאר די צייט פון חתימת התלמוד הירושלמי און די תקופה ווען הלל השני האט קובע געווען דעם פערמאנענטן לוח וואס מיר האבן יעצט, וואס דאס איז געקומען צוזאמען מיט דעם ביטול הסנהדרין. בכלל איז יענע תקופה געווען זייער א שווערע תקופה ביי כלל ישראל. דאס האב איך דערווייל געטראפן.

זונטאג מאי 25, 2014 5:18 pm

איך האב שוין געברענגט די מקור.

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:מיטן הילף פונם גוגל בישראל בין איך אנגעקימען צו דעם מקור, אבער דאס איז אמוראים נישט קיין תנא.

http://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%99% ... %93_%D7%91

רבי מנא פרעגט א קשיא, מתיר געווען האט ר' יוסי ורבי יונה.
שרייב א תגובה

Advertisement