פרייטאג מאי 23, 2014 2:38 pm
טייבעלע האט געשריבן:שוין איינמאל ערווענט אז נישט אייביג וועט דאס זיין, עס פעלט אויס עטליכע תנאים.
פרייטאג מאי 23, 2014 3:06 pm
דרייסטקייט האט געשריבן:איך האב געקויפט א נייעם זאלץ מעסטערעל, וואס האט א שמאלע עפענונג (זעה באייגעלייגטע בילד).
די פראבלעם וואס פאסירט דא איז, אז די מינוט וואס איך לייג אריין די זאלץ ווערד די זאלץ נאס און נאך א שטיק צייט, הארט.
כאב שוין אויסגעוואשן (בעסער געזאגט, מיין בני בית...), געלאזט טריקענען א פאר טעג, טראכטענדיג אז אפשר א שמאלע לאך טריקענט זיךנישט אויס אזוי שנעל, און אודך, גארנישט געהאלפען.
אזוי האב איך שוין געווארט נאכאמאל אפאר טעג און געלאזט טריקענען, און כאילו לא היה, די זאלץ ווערט נאכאמאל נאס.
איז דא עפעס אן עצה, אדער דאס איז עס, נישטא וואס צו טון? כאפ איך מיך יעצט, אז אין די חתונה זאלען זענען די סארט מעסטערלעך אנגעפילט מיט רייז צו האלטן די זאלץ שיטער. א"כ איז דאס די איינציגסטע זאך וואס איך קען טון? עפעס מאכט נישט קיין סענס אז ער טריקענט זיך נישט אויס?
האט איינער א ידיעה וואס דא גייט פאר, ביטע לאזען וויסן.
א דאנק.
הרב זאלץ וואסער איז אפשר באהאווענט אין דעם נושא?
זונטאג מאי 25, 2014 11:46 am
אַבּערוואַס האט געשריבן:דרייסטקייט האט געשריבן:איך האב געקויפט א נייעם זאלץ מעסטערעל, וואס האט א שמאלע עפענונג (זעה באייגעלייגטע בילד).
די פראבלעם וואס פאסירט דא איז, אז די מינוט וואס איך לייג אריין די זאלץ ווערד די זאלץ נאס און נאך א שטיק צייט, הארט.
כאב שוין אויסגעוואשן (בעסער געזאגט, מיין בני בית...), געלאזט טריקענען א פאר טעג, טראכטענדיג אז אפשר א שמאלע לאך טריקענט זיךנישט אויס אזוי שנעל, און אודך, גארנישט געהאלפען.
אזוי האב איך שוין געווארט נאכאמאל אפאר טעג און געלאזט טריקענען, און כאילו לא היה, די זאלץ ווערט נאכאמאל נאס.
איז דא עפעס אן עצה, אדער דאס איז עס, נישטא וואס צו טון? כאפ איך מיך יעצט, אז אין די חתונה זאלען זענען די סארט מעסטערלעך אנגעפילט מיט רייז צו האלטן די זאלץ שיטער. א"כ איז דאס די איינציגסטע זאך וואס איך קען טון? עפעס מאכט נישט קיין סענס אז ער טריקענט זיך נישט אויס?
האט איינער א ידיעה וואס דא גייט פאר, ביטע לאזען וויסן.
א דאנק.
הרב זאלץ וואסער איז אפשר באהאווענט אין דעם נושא?
אויב ווערט די זאלץ נאס גלייך ביים אריינגיסן איז עס אדער נישט אויסגעטרוקנט אדער האט עס א שפאלט וואס איז נישט טרוקן און די זאלץ זויגט אריין די וואסער, אויב איז די זאלץ מעסטל געווען טרוקן זיי נישט חושש אז ס'איז געבליבן באהאלטן עפעס וואסער (חוץ אפשר אויל וכדמומחה, אבער דאס וואלסטו מן הסתם באמערקט), וואס יא מאך זיכער די פאלגענדע זאכן:
האסטו געקויפט לעצטנס א נייע פעקל זאלץ? ס'קען זיין א שטויביגערע סארט וואס קלעבט זיך שנעלער צוזאם, נוצטו דאס אפשר אריינצושפרענקלען אין א הייסע טאפ אדער טעלער? אויב יא איז די פארע וואס מאכט דעם פראבלעם.
דזשענערעלי איז זייער יומיד די לעצטע פאר טאג און א בעיסמענט איז אוודאי נאסער ווי א געהעריגע דירה און ס'מאכט זיכער אויס.
רייז האט בטבע אז ס'זאפט איין פייכטקייט אויב דו שעמסט זיך נישט לייג אריין אביסל ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט.
ס'איז אויך ריכטיג אז די סארט האלטער'ס וואס ווערן שמעלער אויבן האלטן מער יומידיטי, א ברייטערע האלטער איז אלעמאל בעסער און גיבט אלעמאל עטליעסט די אפציע צו געבן א גוטע שאקל און אים אויפוועקן.
זונטאג מאי 25, 2014 10:33 pm
מאנטאג מאי 26, 2014 10:56 am
מאנטאג מאי 26, 2014 7:48 pm
מאנטאג מאי 26, 2014 7:58 pm
מאנטאג מאי 26, 2014 8:55 pm
מאנטאג מאי 26, 2014 10:26 pm
אַבּערוואַס האט געשריבן:חילי, דו מיינסט אודאי די פחים קטנים פון יעקב אע"ה! נו, מ'האמיר דאך גערעדט צו נוצן דאס פאר מים אחרונים, ניין?
דינסטאג מאי 27, 2014 9:36 am
דינסטאג מאי 27, 2014 9:38 am
דינסטאג מאי 27, 2014 12:53 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:רבותי כ'ווייס נישט צו דער מחבר האט אזונס אינזינען געהאט, אבער איך נעם ארויס א שטארקע דערהער!
"נישטא אזא זאך א "קלייניקייט"! יעדע זאך איז וויכטיג! איין ווארט תורה! אין ווארט תפילה בכוונה! אויבן אין הימל איז עס פונקט אזא ארטיקל ווי פאסטן משבת לשבת! גאנישט איז נישט, שוין.. מאכט א נפק"מ, א פאר צענט, קויף א נייע! ניין! א זאלץ מעסטעל איז אויך עפעס! טאקע נישט ווי א הויז, אבער א גאנצע זאך, איבער וואס מען דארף טיעף דן זיין און מחשיב זיין!
ישר כח דרייסטקייט, פארן זיין די שליח מיר אריינצופירן דעם מחשבה.
דינסטאג מאי 27, 2014 12:54 pm
זאלץוואסער האט געשריבן:ביי אונז אין די משפחה לייגט מען לכתחילה (נד"נ) אריין די זאלץ און וואסער אין איין מעסטל. סאררי
דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:05 pm
דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:37 pm
פיטום האט געשריבן:איך מיין אז א זאלץ מעסטל איז בכלל נישט קיין טייערע ארטיקל, מאך דיר נישט נעריש און קויף א נייע...
דרייסטקייט האט געשריבן:שוין אפאר טעג וואס ס'איז דא דערין זאלץ, און אלעס קלאפט דערווייל ב"ה. זאל דער באשעפער העלפן אויף ווייטער איך זאל מיך קענען סעיווען די פאר סענט צו דארפן קויפן א נייע. זעהט אויס אז די רייז האט ארויסגענומען דאס לעצטע ביסעלע פייכטקייט.
פיטום האט געשריבן:אז די האסט נישט די געלט דערפאר טוה וואס אנדערע טוהען און שיק עס מוריק מום קאמפענע מיט א קריץ...........
דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:09 pm
דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:12 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אַבּערוואַס האט געשריבן:חילי, דו מיינסט אודאי די פחים קטנים פון יעקב אע"ה! נו, מ'האמיר דאך גערעדט צו נוצן דאס פאר מים אחרונים, ניין?
איך רעדט פון די "פחים קטנים" פון "לכתחילה אריבער" און פון "אבערוואס"!
דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:23 pm
פיטום האט געשריבן:אז די האסט נישט די געלט דערפאר טוה וואס אנדערע טוהען און שיק עס מוריק מום קאמפענע מיט א קריץ...........
נעעעעעעעעע, פיטום דאס וואלט איך נישט געטון. ס'איז אזוי ווי מ'נעמט אראפ דעם פיטום פונעם אתרוג בטעות מכלומרשט, צו באקומען א נייע. נע. אי משום הא, וואלט איך טאקע געקויפט א נייע.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:53 pm
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:אַבּערוואַס האט געשריבן:חילי, דו מיינסט אודאי די פחים קטנים פון יעקב אע"ה! נו, מ'האמיר דאך גערעדט צו נוצן דאס פאר מים אחרונים, ניין?
איך רעדט פון די "פחים קטנים" פון "לכתחילה אריבער" און פון "אבערוואס"!
וקוי ה' יחליפו כ"ח