עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג מאי 20, 2014 7:47 pm
איך האב געקויפט א נייעם זאלץ מעסטערעל, וואס האט א שמאלע עפענונג (זעה באייגעלייגטע בילד).
די פראבלעם וואס פאסירט דא איז, אז די מינוט וואס איך לייג אריין די זאלץ ווערד די זאלץ נאס און נאך א שטיק צייט, הארט.
כאב שוין אויסגעוואשן (בעסער געזאגט, מיין בני בית...), געלאזט טריקענען א פאר טעג, טראכטענדיג אז אפשר א שמאלע לאך טריקענט זיךנישט אויס אזוי שנעל, און אודך, גארנישט געהאלפען.
אזוי האב איך שוין געווארט נאכאמאל אפאר טעג און געלאזט טריקענען, און כאילו לא היה, די זאלץ ווערט נאכאמאל נאס.
איז דא עפעס אן עצה, אדער דאס איז עס, נישטא וואס צו טון? כאפ איך מיך יעצט, אז אין די חתונה זאלען זענען די סארט מעסטערלעך אנגעפילט מיט רייז צו האלטן די זאלץ שיטער. א"כ איז דאס די איינציגסטע זאך וואס איך קען טון? עפעס מאכט נישט קיין סענס אז ער טריקענט זיך נישט אויס?
האט איינער א ידיעה וואס דא גייט פאר, ביטע לאזען וויסן.
א דאנק.
הרב זאלץ וואסער איז אפשר באהאווענט אין דעם נושא?
- עטעטשמענטס
-

- זאלץ מעסטער.jpg (1.79 KiB) געזעהן געווארן 555 מאל
Advertisement
דינסטאג מאי 20, 2014 7:54 pm
מען האלט אייביג אריין רייז אין א זאלץ מעסטל
עס קוימט נישט ארויס פון די לעכער ווייל עס איז גרעסער פונם לאך
דינסטאג מאי 20, 2014 8:01 pm
Other Guy האט געשריבן:מען האלט אייביג אריין רייז אין א זאלץ מעסטל
עס קוימט נישט ארויס פון די לעכער ווייל עס איז גרעסער פונם לאך
אין אלע רעסטעראנטן איז דא רייז אין די זאלן מעסטל
דינסטאג מאי 20, 2014 8:09 pm
ווייס איך וועגן די רייז. אבער איך האב נישט יעצט חתונה געהאט און כהאב קיינמאל קיין פראבלעמען מיט זאלץ נישט געהאט ביזט כהאב יעצט געקויפט דעם זאלץ מעסטעל. איז מיין שאלה איז עס ביי דעם ספעצפישן זאלץ מעסטעל דא מער דעם פראבלעם?
@ פרייוועט, דו שרייבסט וועגן די רעסטעראנטען, אינדערהיים לייגסטו אויך רייז?
דינסטאג מאי 20, 2014 8:15 pm
איך לייג גארנישט אינדערהיים.... קענסט פרעגען מיין ווייב...
דינסטאג מאי 20, 2014 9:03 pm
דרייסטקייט האט געשריבן:ווייס איך וועגן די רייז. אבער איך האב נישט יעצט חתונה געהאט און כהאב קיינמאל קיין פראבלעמען מיט זאלץ נישט געהאט ביזט כהאב יעצט געקויפט דעם זאלץ מעסטעל. איז מיין שאלה איז עס ביי דעם ספעצפישן זאלץ מעסטעל דא מער דעם פראבלעם?
@ פרייוועט, דו שרייבסט וועגן די רעסטעראנטען, אינדערהיים לייגסטו אויך רייז?
וואינסטו אפשר אין א בעיסמענט? אדער א פלאץ ווי עס איז שטארק יומיד?
דינסטאג מאי 20, 2014 9:16 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דרייסטקייט האט געשריבן:ווייס איך וועגן די רייז. אבער איך האב נישט יעצט חתונה געהאט און כהאב קיינמאל קיין פראבלעמען מיט זאלץ נישט געהאט ביזט כהאב יעצט געקויפט דעם זאלץ מעסטעל. איז מיין שאלה איז עס ביי דעם ספעצפישן זאלץ מעסטעל דא מער דעם פראבלעם?
@ פרייוועט, דו שרייבסט וועגן די רעסטעראנטען, אינדערהיים לייגסטו אויך רייז?
וואינסטו אפשר אין א בעיסמענט? אדער א פלאץ ווי עס איז שטארק יומיד?
יא איך וואוין אויף די אינטערשטע שטאק וואס איז האלב אין דער ערד. אבער נאך אלץ האב איך נישט געהאט דעם פראבלעם ביז היינט. ווי אויך איז בדרך כלל נישט אזוי יומיד דארט.
קען זיין אז באמת איז די לעצטע פאר טעג געווען גאנץ יומיד במשך דעם טאג, און בצירוף די האלבע שטאק אין דער ערד, אולי איז דאס די פראבלעם?
איז וואס טוט מען? זאל איך פראבירן עס ארייצולייגען אין פריזשעדער פאר א פאר שעה?
דינסטאג מאי 20, 2014 9:27 pm
פרידזשעדער קען ערגער מאכן. ווייל עס וועט ווערן קאלט, און דערנאך ביים צוריק אריבערגיין צו רום טעמפערטואר וועט עס "שוויצן".
דינסטאג מאי 20, 2014 10:02 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פרידזשעדער קען ערגער מאכן. ווייל עס וועט ווערן קאלט, און דערנאך ביים צוריק אריבערגיין צו רום טעמפערטואר וועט עס "שוויצן".
איז וואס יא?
איך גיי נישט קויפען א דיומידיפייער פאר דעם.
איז מעגליך אז עס איז דווקא ספעציעל פון דעם שמאלען סארט מעסטעל און דערפאר גייט די נאסקייט שווער ארויס?
דינסטאג מאי 20, 2014 10:06 pm
דרייסטקייט האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:פרידזשעדער קען ערגער מאכן. ווייל עס וועט ווערן קאלט, און דערנאך ביים צוריק אריבערגיין צו רום טעמפערטואר וועט עס "שוויצן".
איז וואס יא?
ווי האט יענער עמעהורעץ געזאגט "וואס גייט דיר אזוי אן ווער עס האט צובראכען די לוחות, וואס האבן זיי שוין געקאסט, כ'באצאל די די גאנצע און פערטיג"! לעניננו, 79 סענטס, און באקומסט א נייע!!
נאר א וויץ, ערענסט גערעדט, די עצה איז רייז.
דינסטאג מאי 20, 2014 10:39 pm
אויסצוטרוקענען מיט א בלויער האסטו שוין פרובירט?
אבער בלאז נישט פון צו נאנט און נישט צו הייס, עס קען קרעקן.
זאלט איר כאטשיג וויסן וויפיל ארטיקלעך א פשוטע זאלץ מעסטל פארנעמט..
www.google.com/patents/US2588600
מיטוואך מאי 21, 2014 11:50 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווי האט יענער עמעהורעץ געזאגט "וואס גייט דיר אזוי אן ווער עס האט צובראכען די לוחות, וואס האבן זיי שוין געקאסט, כ'באצאל די די גאנצע און פערטיג"! לעניננו, 79 סענטס, און באקומסט א נייע!!
האבעק שוין אויך געטראכט פון דעם. נאר נישט געווען זיכער אויב די נייע וועט יא זיין גוט. אולי וועל איך טאקע קויפן א אנדערע סארט מיט א ברייטע עפענונג, און כוועל זעהן אויב דאס איז בעסער.
בכל אופן חשובע חברים. אלטס א נייע חבר דא בין איך נתפעל פון די אחדות דא אויפן וולעטעל, און ווי יעדער פראבירט על דרכו בעצה ותושיה אפילו פאר א נארישען זאלץ מעסטעל. ווערטער זענען איבעריג, סיאז מיר א זכייה צו קענען זיין דא, און נאכדערצו ווען איך ווייס אז ס'יאז ב"ה א כשר פלאץ ווי מקען נהנה זיין איינער פונעם צווייטען על דרך הישר והטוב.
א גרויסען ייש"כ פאר די מנהלים ואחראים פאר אלעס! (אפשר דארף די שכויעכס גיין אין א אנדערע אשכול, אבער כהאב מיך נישט געקענט איינהאלטן).
כה לחי!
מיטוואך מאי 21, 2014 12:30 pm
דרייסטקייט האט געשריבן:איך האב געקויפט א נייעם זאלץ מעסטערעל, וואס האט א שמאלע עפענונג (זעה באייגעלייגטע בילד).
די פראבלעם וואס פאסירט דא איז, אז די מינוט וואס איך לייג אריין די זאלץ ווערד די זאלץ נאס און נאך א שטיק צייט, הארט.
כאב שוין אויסגעוואשן (בעסער געזאגט, מיין בני בית...), געלאזט טריקענען א פאר טעג, טראכטענדיג אז אפשר א שמאלע לאך טריקענט זיךנישט אויס אזוי שנעל, און אודך, גארנישט געהאלפען.
אזוי האב איך שוין געווארט נאכאמאל אפאר טעג און געלאזט טריקענען, און כאילו לא היה, די זאלץ ווערט נאכאמאל נאס.
איז דא עפעס אן עצה, אדער דאס איז עס, נישטא וואס צו טון? כאפ איך מיך יעצט, אז אין די חתונה זאלען זענען די סארט מעסטערלעך אנגעפילט מיט רייז צו האלטן די זאלץ שיטער. א"כ איז דאס די איינציגסטע זאך וואס איך קען טון? עפעס מאכט נישט קיין סענס אז ער טריקענט זיך נישט אויס?
האט איינער א ידיעה וואס דא גייט פאר, ביטע לאזען וויסן.
א דאנק.
הרב זאלץ וואסער איז אפשר באהאווענט אין דעם נושא?
אגב ס'איז זייער ניצבאר דאס צו ניצן פאר א מים אחרונים האלטער עס גיסט זיך נישט צו סאך אין עס איז זייער גוט. אדרבא פרובירט עס אויס
מיטוואך מאי 21, 2014 4:17 pm
ליבעריל קויבעק האט געשריבן:אגב ס'איז זייער ניצבאר דאס צו ניצן פאר א מים אחרונים האלטער עס גיסט זיך נישט צו סאך אין עס איז זייער גוט. אדרבא פרובירט עס אויס
שכוח ליבערעל. זייער א גוטע עצה. אויף אזוי ווייט ווייס איך שוין וואס איך קען טון אויב עס ארבעט זיך נישט אויס עס צו האלטן פאר א זאלץ מעסטעל.
מיטוואך מאי 21, 2014 6:05 pm
ביזט זיכער אז עס איז נאס פון וואסער, אפשר איז עס א אנדערע פליסיגקייט וואס טרוקענט זיך נישט אויס אזוי שנעל
דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:22 am
מומחה עצום האט געשריבן:ביזט זיכער אז עס איז נאס פון וואסער, אפשר איז עס א אנדערע פליסיגקייט וואס טרוקענט זיך נישט אויס אזוי שנעל
בסה"כ האב איך עס געטויבעלט, עס געלאזנט טריקענען, אריינגעלייגט די זאלץ, וחוזר חלילה. כזעה נישט אז סזאל האבן אריינגעגאנען א אנדערע פליסיגקייט חוץ וואסער.
וואס זענען דיינע ספיקות?
דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:35 am
די וואסער פון מקוה איז לכאורה נישט ריין, וואש עס מיט גוטע זייפ (אז דו ווילסט קענסטו נוצן שעמפו - זייער ווירקזאם) און זעה נאכדעם צו עס בלייבט נאס
דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:40 pm
שכוח מומחה. גוטע געדאנק עלעך פראבירן.
פרייטאג מאי 23, 2014 10:37 am
מ'רעדט דא פון זאלץ און קיינער קען מיר נישט מודיע זיין???
פרייטאג מאי 23, 2014 12:11 pm
זאלץוואסער האט געשריבן:מ'רעדט דא פון זאלץ און קיינער קען מיר נישט מודיע זיין???
זיי נישט ברוגז, פארבין זיך מיט טייבעלע, ער האט עפעס א סיקרעט סיסטעם, וואס ווען ער ווערט דערמאנט, נעמט נישט לאנג און ער באווייזט זיך, עפעס אזוי ווי "סאכדעס" מיט "שלמה'לה".
פרייטאג מאי 23, 2014 1:25 pm
דרייסטקייט האט געשריבן:הרב זאלץ וואסער איז אפשר באהאווענט אין דעם נושא?
זאלצי, כהאדיך שוין גערופען גלייך פון אנהויב. האסט פשוט נישט געהערט...
בכל אופן האסטו עפעס אן עצה?
פרייטאג מאי 23, 2014 1:32 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זאלץוואסער האט געשריבן:מ'רעדט דא פון זאלץ און קיינער קען מיר נישט מודיע זיין???
זיי נישט ברוגז, פארבין זיך מיט טייבעלע, ער האט עפעס א סיקרעט סיסטעם, וואס ווען ער ווערט דערמאנט, נעמט נישט לאנג און ער באווייזט זיך, עפעס אזוי ווי "סאכדעס" מיט "שלמה'לה".
אבער אז מען דערמאנט אין דערצייט וואס מען האט זיך צוגלייגט אויף וויילע, דאן קען מען דערמאנען און איננו כי...
פרייטאג מאי 23, 2014 1:54 pm
טייבעלע האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:זאלץוואסער האט געשריבן:מ'רעדט דא פון זאלץ און קיינער קען מיר נישט מודיע זיין???
זיי נישט ברוגז, פארבין זיך מיט טייבעלע, ער האט עפעס א סיקרעט סיסטעם, וואס ווען ער ווערט דערמאנט, נעמט נישט לאנג און ער באווייזט זיך, עפעס אזוי ווי "סאכדעס" מיט "שלמה'לה".
אבער אז מען דערמאנט אין דערצייט וואס מען האט זיך צוגלייגט אויף וויילע, דאן קען מען דערמאנען און איננו כי...
יור האונער, איי רעסט מיי קעיס!!!
פרייטאג מאי 23, 2014 2:26 pm
ס'איז unbelievable משרייבט די ווארט טייבעלע, און אינטער 10 מינוט איז ער דא...!
פרייטאג מאי 23, 2014 2:28 pm
שוין איינמאל ערווענט אז נישט אייביג וועט דאס זיין, עס פעלט אויס עטליכע תנאים.