געלעגער האט געשריבן:
יעצט אנגעקומען צו ליינען זייער שיין דיין ערשטע תגובה.
פאר מ'גייט ווייטער לאמיר נעמען א סטעפ בעק, וואס איז פשט אז די שריפט זאגט אלעס? וואס איז די לאגיק דערפון אז מיין שריפט זאל פארציילן אלעס וואס איך בין דורך?
בעסער צו פארשטיין מיין פראגע. ס'איז אז מ'הייסט יעדעם שרייבן די זעלבע זאך און אזוי טייטש מען אפ וויאזוי יעדער שרייבט און וואסערע נקודות ער נעמט ארויס, דער שרייבט געפיליש, דער שרייבט מיט הארץ, א דריטער מער הומעריסטיש, וכו' וכו'. ס'איז דאך אבער נישט אזוי, מ'ליינט פשוט פון די וועג וויאזוי איך שרייב דעם אות. נו, וואס פשט אז אינטער דעם זאל אלעס ליגן?
הרב געלעגער, קודם יישר כוח פאר'ן פרעגן, נאר אזוי וועלן זיך עס אויסקלארן,
כ'האב עס ערווענט שוין אין שיעור א' אויפן שפיץ גאפל, אבער מען וועט עס דא אביסל ברייטער אויסשמועסן,
די האסט שוין אוודאי געהערט פונעם כלל "כוח הפועל בנפעל"
יעצט וועלן מיר עס אביסל בעסער צולייגן
יעדע פעולה וואס א מענטש טוט, ליגט אין דעם די גאנצע מענטש,
אפילו ווען א מענטש גייט למשל, וועט איר זעהן יעדע מענטש גייט אביסל אנדערש,
ווייל יעדער גייט ער לויט זיין תכונת הנפש, ס'ליגט אין זיין גיין זיין גאנצע מציאות,
זיין מציאות מיינט אויך אלעס וואס ער איז אדורך געגאנגען עד היום, ווייל יעדע זאך וואס א מענטש גייט אדורך ווערט א חלק פון זיין מציאות,
איר קענט אמאל זעהן א זוהן זאל גיין פונקט ווי זיין טאטע, טאקע ווייל ער האט די זעלבע תכונת הנפש פון אים.
ס'איז א אפטיילונג אין די עף בי איי וואס טוט דורך יעדע פארברעכן ווי אזוי ס'איז אדורך געפירט געווארן, און דורך דעם ווייסן וואספארא סארט מענטש האט עס אדורך געפירט,
אזוי אויך ווי די שרייבסט ווען שרייבט עפעס קען זעהן צו ער איז געפיליש צו הומאריסטיש, און נישט נאר דאס, מען וואלט ווען אויך געקענט זעהן זיין אינערליכע מציאות,
דער פראבלעם דערמיט איז נאר אז א מענטש באהאלט זיין מציאות,
יעצט ווען די ליינסט זיין שרייבעריי, מוז נישט זיין א די זעהסט אים טאקע, וויבאלד ער האט געטראכט פארן שרייבן, האט ער נישט ארויסגעשריבן זיין מהות נאר וואס ער האט געוואלט אז די זאלסט זעהן
אין חדר און כתה ג' לערנט מען פאר יעדן איינעם אויס שרייבן אויף א געוויסע וועג, יעדער פרובירט פונקטליך נאך צומאכן די זעלבע אות וואס שטייט אויפן צעטל,
פלוצלינג אפאר יאר שפעטער מקוקט איבער וויאזוי יעדער איינער שרייבט, זעהט מען, יעדער שרייבט אנדערש,
דאס איז ווייל ווען א מענטש שרייבט איז נישט מעגליך זיך צו באהערשן וויאזוי צושרייבן, אלעס ווערט געפירט פונעם אינסטינג אין מוח, וואס געט זיך ארויס מיטן גאנצן קראפט,
די גאנצע אמת'דיגע מציאות פונעם מענטש, געט ער זיך ארויס אויפן שריפט, און די פעולה ווי אזוי ער שרייבט,
בדרך אגב, כלל גדול בגרפולוגיה מיר וועלן אי"ה שפעטער רעדן דערוועגן, אז מען קוק נישט אויף די אויבערשטע דריי שורות, פונעם דף, און דאס איז טאקע די סיבה דערצו,
וויבאלד אנפאנג פרובירט זיך נאך דער מענטש צו באהערשן וויאזוי צו שרייבן, אבער פון דריי שורות ווייטער פירט שוין אלעס די מוח,