בלאט 1 פון 7

קורס בגראפולוגיה ברמה גבוהה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:17 pm
דורך נישט
כ'וואלט געווען נייגעריג צוויסן צו די עולם דא איז אינטערעסירט אין א קורס אויף גראפולוגיה ברמה גבוהה מאוד
אנגעהויבן פון די יסודות און אזוי ווייטער ביז די קליינע צווייגעלעך,
מעגליך אז ס'איז שוין דא אזא אשכול, און מען קען צוזאמענשטעלן,
הקיצור: אויב דער עולם איז אינטערסירט וועלן מיר אנהייבן נעקסטע וואך זונטאג אי"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:21 pm
דורך fiena nieas
ווי דא אין קרעטשמע?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:23 pm
דורך נישט
יא!
אויב ס'איז דא איינער וואס איז אינטערעסירט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:23 pm
דורך דרךהמלך
אוודאי

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:28 pm
דורך געלעגער
זיכער הייב אן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:29 pm
דורך זאל ער קומען
סא שאלה? זיהער.
אפילו דער וואס וויל נישט וויל אויך זאלסט יא שרייבן אזוי קען ער מוחה זיין...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:32 pm
דורך שוועמל
זיכער הייב אן!

זאלער, מקום כמה וכמה אגודלים....

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:41 pm
דורך derech eretz
געלעגער האט געשריבן:זיכער הייב אן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:43 pm
דורך תרנגול
מיר ווארטן מיט שפאנונג! (פון די ווארט רמה גבוהה ציטער איך אביסל :P )

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:50 pm
דורך יהיה כן
קענסט גראפאלאגיע אויף קיבארד געשרייבעכטס אויכעט?
טאמער יא הייב שוין אן

ניין ניין, סטאפ שוין!
ס'העט זיך טון א גילוי אויף טישן און בענק...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:50 pm
דורך יוסף שרייבער
געלעגער האט געשריבן:זיכער הייב אן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:51 pm
דורך fiena nieas
תרנגול האט געשריבן:מיר ווארטן מיט שפאנונג! (פון די ווארט רמה גבוהה ציטער איך אביסל :P )

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:57 pm
דורך עמרם יודא
איך קען מיך נאך איינשרייבען אדער עס איז צי שפעט?
וויפעל קאסט עס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:19 pm
דורך צו די זאך
זיכער הייב אן!

מיר ווארטן מיט שפאנונג!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 5:44 pm
דורך מאגר
מיר שטייען און ווארטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 6:35 pm
דורך green
איך על זיצן און ווארטן...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 6:42 pm
דורך ראש הקהל
אקעי. יעדער האט שוין גע'סיינט דער פעטישען.
קענסט שוין אנהייבען?
אדער ווילסטו זיך סתם רייצען?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:21 pm
דורך נישט
שעכוח פאר אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן
אי"ה פון קומענדיגע זונטאג,
וועט אי"ה יעדע וואך זיין דא א קורס אין גראפולוגיה אי"ה,
גענצליך אומזינסט פאר אלע אייוועלט מעמבער'ס

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:35 pm
דורך מי הוא זה
יישר כוח

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:04 pm
דורך עקבי הצאן
מיר ווארטן מיט שפאנונג, אבער נעם דיך אונטער אז דו גייסט אונז נישט לאזן מיט די צונג אינדרויסן נאך עטליכע טעג, מיר וועלן טרינקן בצמא את דבריך אפילו די הילכיגע אפלאדאמיסטן וועלן נאכלאזן.

מ'וועלמיר אי"ה מיטהאלטן יעדע שיעור.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:18 pm
דורך מצב כללי
נישט, איך באדאנק מיך שוין פאר דיר נאך פאר'ן אנהייבן איך בין זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן, עס איז א גאלדען געדאנק,

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:20 pm
דורך עקבי הצאן
יעצט באמערק איך אז אונזער חשובער לערער האט זיך א "ניק" געטוהן "נישט", פארוואס אזא נעגעטיווער נאמען, בפרט אז לכאורה האמיר דא צוטוען מיט א טיפער דענקער בקי בחכמת הנפש, פארוואס אזוי נעגעטיוו?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 9:57 pm
דורך נשמה
עקבי הצאן האט געשריבן:יעצט באמערק איך אז אונזער חשובער לערער האט זיך א "ניק" געטוהן "נישט", פארוואס אזא נעגעטיווער נאמען, בפרט אז לכאורה האמיר דא צוטוען מיט א טיפער דענקער בקי בחכמת הנפש, פארוואס אזוי נעגעטיוו?

דאס גייט ער מסביר זיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 10:07 pm
דורך משנה מקום
מצב כללי האט געשריבן:נישט, איך באדאנק מיך שוין פאר דיר נאך פאר'ן אנהייבן איך בין זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן, עס איז א גאלדען געדאנק,

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 11:19 pm
דורך נישט
שעכויח פאר אלע פאר די סופארט, טאקע צוליב אייך וועל איך מיר פעדערן און שוין יעצט ארויף לייגן א קליינע הקדמה,
און מען בעהט דעם עולם צו זאגן הערות כדי צו פאר נעקסטע וואך ווי אזוי צו פארבעסערן

קורס בגראפולוגיה ברמה גבוהה
שיעור א'

גראפולוגיה איז א צוזמענשטעל פון צוויי ווערטער גראפו און לוגיה, גראפו איז אזויוי גראפיקס, יעדע זאך וואס א מענטש שרייבט צו איז דא א שיין בילד אדער אן אות אדער אפילו א פשוטע ליין ווערט אנגערופן גראפו. לוגיה דאס איז לוגיק די הבנה צו פארשטיין די גראפו פונעם מענטש, אלעס וואס די מענטש האט אראפגעשריבן.

עס איז נישט אזוי ווי חכמות היד והפרצוף, אדער איירידאלאגיע, וואס זעען דעם מענטש לויט געוויסע סימנים אויפן גוף האדם וואס איז איינגעקריצט אין אים מיום הולדו, און דעריבער קענען זיי זעהן עתידות, ווייל אז וואס גייט פאסירן מיטן מענטש עד לאחר מותו האט דער אויבערשטער מטביע געווען אין אים.

גראפולוגיה קוק אבער אן דעם מענטש לויט זיינע מעשים, לדוגמה איינער גייט אין בית המדרש און ער זעהט א משוגענעם, וואס הייסט אז ער זעהט א משוגענעם פון וואו ווייסט אז ער איז משוגע, פשוט איך האב געזעהן וואו אזוי ער פירט זיך אויף ווייס איך אז ער איז א משוגענער, די זעלבע איז גראפולוגיה, א גראפולוג זעהט דעם מענטש ווי אזוי ער פירט זיך אויף, דעריבער ווייסט ער טאקע נישט קיין עתידות.

אלעס אלעס וואס א מענטש איז א דורך מיום עיבורו במעי אמו עד עתה, ליגט ביי אים אין מוח, צו ס'איז געווען א שווערע דורכגאנג, אדער א פרייליכע מינוט, אלעס בלייבט, אפילו דער מענטש האט שוין לאנג פארגעסן אבער אין מוח בלייבט פאר אייביג. והנה ווען א מענטש שרייבט מיינט ער טאקע אז ער איז בעל הבית אויפן פענע וואו אזוי צושרייבן, אבער די מציאות איז אז אומבאוויסטזיניג שרייבט זיין מוח פון זיך אליין, והכלל ידוע כוח הפועל בנפעל, ווען די מוח שרייבט, לייגט אריין אין דעם אלעס וואס ס'ליגט דארטן, אלעס וואס ליגט אים אין מוח ווערט אראפגעשריבן אויפן פאפיר, און דורך דעם ווייסט דער גראפולוג פונקטליך וואס מיט דעם מענטש האט פארסירט און פונקטליך וואס זיין מצב איז יעצט מיט אים.

אבער איין זאך דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, גראפולוגיה איז להבדיל אזויווי מראות, ס'איז נישט מען לערנט אויס פאר'ן דיין די rgb (דאס איז די קאוד'ס ווי אזוי קאלירן ארבעטן) נומבער'ס פון די קאלירן, און פערטיג. ניין זיי דארפן דאס באקומען און די געפיל, די זעלבע איז מיט גראפולוגיה און נאך אסאך וויכטיגער, אונז גייען דא נישט אויסלערנען די סימן מיינט דאס, אין די סימן מיינט דאס, ווייל אפילו איך וועל שטיין און שרייבן פאר הונדערט יאר און צו וועל איך אויך נישט ענדיגן מיט אלע סימנים וואס ס'איז נאר מעגליך.

אונז וועלן דא פרובירן ארויסצוהאבן די יסודות פון גראפולוגיה צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, אז עס זאל אריינגיין אין די געפיל פונעם מענטש, אפילו מען וועט זעהן א זאך וואס מ'האט נישט געלערנט וועט מען קענען אליין פארשטיין וואס דאס איז און אויף וואס דאס ווייזט, און די עיקר איז שימוש, קוקן אויף שריפטן און פרובירן צו פארשטיין, ס'איז א שווערע עבודה, וואס איך האלט נאך אויך אינמיטן, אבער דאס איז די איינציגסטע וועג צו קענען.

נאך א זאך איז וויכטיג צו באטאנען, גראפולוגיה גייט האנט ביי האנט מיט פיסכולוגיה, גראפולוגיה האט זיך איר אייגענע שיטה וויאזוי אזוי א מענטש איז געבויט, וואס בעזר הוי"ה ב"ה וועלן מיר דאס אויך לערנען באורך כל הדרך

אי"ה קומענדיגע זונטאג וועלן מיר אנהייבן מיטן למעשה
אדרבא זאגט אייער הערות
איז עס צו קורץ?
צו לאנג?
אומקלאר?
ווייניג הסבר?