שיעור ה
געלי, פארשטאנען?
---
א מענטש איז איינגעטיילט אין דריי חלקים, א נפש שכלי, א נפש חיוני, און א גוף.
נפש שכלי דאס איז דער חלק האינטערלעקטואלי, וואו א געלערנטער מענטש, א וואוסנשאפטלער.
די צווייטע איז נפש החיוני, דאס איז די פשוטע הרגשים פונעם מענטש, אין דעם איז אויכעט אריינגערעכנט די געפילן פון די חברה – קאמיוניקעישאן מיט די מענטשן
די דריטע חלק איז די חלק הגוף, די חלק החומרי פונעם מענטש, וואו למשל עסן, און אלע אנדערע תאוות
בקיצור אין דריי ווערטער וועט מען עס אנרופן,
מוח – לב – גוף
יעצט געט'ס א קוק אויפן בילד
וועט איר זעהן די אויבערשטע חלק פונעם מענטש איז מוח – אינטעלעקטואל, די צווייטע חלק איז לב – רגש, און די דריטע חלק איז גוף – כלי המעשה
אזוי אויך ווען די אינסטינקט פונעם מענטש שרייבט, טיילט ער אויך אפ זיין שרייבעריי אין דריי חלקים, [איי פון וואו ווייסט מען, צוויי תירוצים, איינס ווייל טעארעטיש – קאממען סענס שטומט עס, צוויי ווייל דאס האט זיך איבערגעוויזן איז די פאקט, ווען מען קוקט אויף א שריפט דעם וועג טרעפט מען צו פונקטליך וואס דער מענטש איז], אזור עליון – אזור האמצעי – אזור התחתון, און די אזור העליון וועט די מוח ארויסגעבן זיין חלק אינטערלעקטואלי, אין די אזור אמצעי וועט דער מוח ארויסגעבן זיין חלק הרגשי והחברתי, אין די אזור התחתון וועט די מוח אראפשרייבן זיין חלק הגופני והארצי.
דאס איז סיי ביים גאנצן דף, אזוי וואו דער בילד
און סיי ביי יעדע אות באזונדער,
ווען מען וויל באטראכטן די מצב פונעם מענטש, שטייט זיין השלמה ברמה גבוהה, אדער ח"ו פארקערט, וועדט זיך.
ס'איז דא א מענטש וואס ער איז זייער קלוג, א גרויסער ידען און געלערנטער, זיין עקסיטענץ – רמה, וועט זיין זייער הויך אינעם אזור אינטערלעקטואלי, אבער ווען ס'קומט צו רגשי און סאציאלי קען זיין אז ער זאל זיין זייער שוואך, ער פארשטייט זיך מיט קיינעם נישט, אנגעבלאזן אויף די גאנצע וועלט
עס קען אויך זיין פארקערט, א מענטש וואס אין די חלק הרגשי איז ער ברמה גבוהה, ער פארשטייט זיך מיט יעדן, ער איז אלץ גוטמוטיג, אבער ער האט נישט קיין שום שאיפות צו וויסן און צו קענען, אדער גאר "עפעס" אויסוואקסן.
הקיצור מען דארף באטראכטן יעדע חלק באזונדער.
(געדענקט: שפעטער ווען מען וועט לערנען סימנים, ווען מען אנקומען צו אסאך סימנים וואס זייער מיינוג וועט זיך ווענדן, אין וועלכע מצב דער מענטש געפינט זיך. למשל אויב איז ער ברמה נמוכה אין אזור העליון-האינטערלעקטואלי, וואס דער סימן מיינען דאס, אבער אויב איז ער ברמה גבוהה וועט דער זעלבער סימן מיינען גאר א צווייטע זאך. דער גראפולוג וועט קודם דארפן ארויס זיין רמה אין אלע דריי אזורים, און ערשט דערנאך וועט ער קענען פארשטייען געוויסע סימנים וואס דאס מיינט.
יעצט וועט מען גיין מיט א טריט ווייטער.
כ'שטעל זיך פאר אז יעדער קען דא די אלף בית, אבער דאך געטס א קוק אויפן בילד
די אזור האמצעי באשטייט פון די גאנצע הויעכקייט פון אן אלגעמיינעם אות וואו לדוגמא 'א' אדער 'ב', די אזור העליון איז העכער די אותיות, און די אזור התחתון איז אונטער די אותיות.
וואו איר זעהט האבן אלע אותיות אן אזור אמצעי, אבער גאר ווינציג האבן אן אזור העליון אדער אזור התחתון. סך הכל איז דא דריי סארטן אותיות, אותיות וואס גייען ארויף אויבן אינעם אזור העליון, ואלו הן 'ל' 'ט' 'ף' 'צ' 'ץ'. דרייצן אותיות וואס גייען נישט קיין ערגעץ נישט אין אזור העליון און נישט אינעם אזור התחתון, 'א' 'ב' 'ד' 'ה' 'ו' 'ח' 'י' 'מ' 'נ' 'ס' 'פ' 'ר' 'ת'. און דריי אותיות וואס גייען אראפ אינעם אזור התחתון 'ך' 'ן' 'ק'.
פארשטייט זיך אז די אותיות האמצעי וועט ווייזן אויפן הלב והרגש, די אותיות וואס גייען ארויף וועלן ווייזן אויפן חלק השכלי האינטערלעקטואלי, און אין זייער חלק וואס געפינט אין אזור הרגש וועלן זיי ווייזן וויאזו זיין רגש קומט צוזאם מיט אינטערלעקטואלי, און אותיות התחתון אויפן חלק הגופני, און אין זייער חלק וואס געפינט זיך אינעם חלק הרגשי וועלן זיי ווייזן ווי אזוי זיין חלק הרגשי קומט זיך צוזאם מיטן חלק הגופני והמעשי.
איר האט זיכער באמערקט, אז איך האב אויסגעלאזט פיהר אותיות, 'ג' 'ז' 'ע' 'ש', די סיבה דערפאר אי"ה קומענדיגע שיעור