Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קורס בגראפולוגיה ברמה גבוהה

מאנטאג מאי 19, 2014 4:17 pm

כ'וואלט געווען נייגעריג צוויסן צו די עולם דא איז אינטערעסירט אין א קורס אויף גראפולוגיה ברמה גבוהה מאוד
אנגעהויבן פון די יסודות און אזוי ווייטער ביז די קליינע צווייגעלעך,
מעגליך אז ס'איז שוין דא אזא אשכול, און מען קען צוזאמענשטעלן,
הקיצור: אויב דער עולם איז אינטערסירט וועלן מיר אנהייבן נעקסטע וואך זונטאג אי"ה

Advertisement

מאנטאג מאי 19, 2014 4:21 pm

ווי דא אין קרעטשמע?

מאנטאג מאי 19, 2014 4:23 pm

יא!
אויב ס'איז דא איינער וואס איז אינטערעסירט

מאנטאג מאי 19, 2014 4:23 pm

אוודאי

מאנטאג מאי 19, 2014 4:28 pm

זיכער הייב אן

מאנטאג מאי 19, 2014 4:29 pm

סא שאלה? זיהער.
אפילו דער וואס וויל נישט וויל אויך זאלסט יא שרייבן אזוי קען ער מוחה זיין...

מאנטאג מאי 19, 2014 4:32 pm

זיכער הייב אן!

זאלער, מקום כמה וכמה אגודלים....

מאנטאג מאי 19, 2014 4:41 pm

געלעגער האט געשריבן:זיכער הייב אן

מאנטאג מאי 19, 2014 4:43 pm

מיר ווארטן מיט שפאנונג! (פון די ווארט רמה גבוהה ציטער איך אביסל :P )

מאנטאג מאי 19, 2014 4:50 pm

קענסט גראפאלאגיע אויף קיבארד געשרייבעכטס אויכעט?
טאמער יא הייב שוין אן

ניין ניין, סטאפ שוין!
ס'העט זיך טון א גילוי אויף טישן און בענק...

מאנטאג מאי 19, 2014 4:50 pm

געלעגער האט געשריבן:זיכער הייב אן

מאנטאג מאי 19, 2014 4:51 pm

תרנגול האט געשריבן:מיר ווארטן מיט שפאנונג! (פון די ווארט רמה גבוהה ציטער איך אביסל :P )

מאנטאג מאי 19, 2014 4:57 pm

איך קען מיך נאך איינשרייבען אדער עס איז צי שפעט?
וויפעל קאסט עס?

מאנטאג מאי 19, 2014 5:19 pm

זיכער הייב אן!

מיר ווארטן מיט שפאנונג!

מאנטאג מאי 19, 2014 5:44 pm

מיר שטייען און ווארטן.

מאנטאג מאי 19, 2014 6:35 pm

איך על זיצן און ווארטן...

מאנטאג מאי 19, 2014 6:42 pm

אקעי. יעדער האט שוין גע'סיינט דער פעטישען.
קענסט שוין אנהייבען?
אדער ווילסטו זיך סתם רייצען?

מאנטאג מאי 19, 2014 7:21 pm

שעכוח פאר אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן
אי"ה פון קומענדיגע זונטאג,
וועט אי"ה יעדע וואך זיין דא א קורס אין גראפולוגיה אי"ה,
גענצליך אומזינסט פאר אלע אייוועלט מעמבער'ס

מאנטאג מאי 19, 2014 7:35 pm

יישר כוח

מאנטאג מאי 19, 2014 9:04 pm

מיר ווארטן מיט שפאנונג, אבער נעם דיך אונטער אז דו גייסט אונז נישט לאזן מיט די צונג אינדרויסן נאך עטליכע טעג, מיר וועלן טרינקן בצמא את דבריך אפילו די הילכיגע אפלאדאמיסטן וועלן נאכלאזן.

מ'וועלמיר אי"ה מיטהאלטן יעדע שיעור.

מאנטאג מאי 19, 2014 9:18 pm

נישט, איך באדאנק מיך שוין פאר דיר נאך פאר'ן אנהייבן איך בין זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן, עס איז א גאלדען געדאנק,

מאנטאג מאי 19, 2014 9:20 pm

יעצט באמערק איך אז אונזער חשובער לערער האט זיך א "ניק" געטוהן "נישט", פארוואס אזא נעגעטיווער נאמען, בפרט אז לכאורה האמיר דא צוטוען מיט א טיפער דענקער בקי בחכמת הנפש, פארוואס אזוי נעגעטיוו?

מאנטאג מאי 19, 2014 9:57 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:יעצט באמערק איך אז אונזער חשובער לערער האט זיך א "ניק" געטוהן "נישט", פארוואס אזא נעגעטיווער נאמען, בפרט אז לכאורה האמיר דא צוטוען מיט א טיפער דענקער בקי בחכמת הנפש, פארוואס אזוי נעגעטיוו?

דאס גייט ער מסביר זיין.

מאנטאג מאי 19, 2014 10:07 pm

מצב כללי האט געשריבן:נישט, איך באדאנק מיך שוין פאר דיר נאך פאר'ן אנהייבן איך בין זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן, עס איז א גאלדען געדאנק,

מאנטאג מאי 19, 2014 11:19 pm

שעכויח פאר אלע פאר די סופארט, טאקע צוליב אייך וועל איך מיר פעדערן און שוין יעצט ארויף לייגן א קליינע הקדמה,
און מען בעהט דעם עולם צו זאגן הערות כדי צו פאר נעקסטע וואך ווי אזוי צו פארבעסערן

קורס בגראפולוגיה ברמה גבוהה
שיעור א'

גראפולוגיה איז א צוזמענשטעל פון צוויי ווערטער גראפו און לוגיה, גראפו איז אזויוי גראפיקס, יעדע זאך וואס א מענטש שרייבט צו איז דא א שיין בילד אדער אן אות אדער אפילו א פשוטע ליין ווערט אנגערופן גראפו. לוגיה דאס איז לוגיק די הבנה צו פארשטיין די גראפו פונעם מענטש, אלעס וואס די מענטש האט אראפגעשריבן.

עס איז נישט אזוי ווי חכמות היד והפרצוף, אדער איירידאלאגיע, וואס זעען דעם מענטש לויט געוויסע סימנים אויפן גוף האדם וואס איז איינגעקריצט אין אים מיום הולדו, און דעריבער קענען זיי זעהן עתידות, ווייל אז וואס גייט פאסירן מיטן מענטש עד לאחר מותו האט דער אויבערשטער מטביע געווען אין אים.

גראפולוגיה קוק אבער אן דעם מענטש לויט זיינע מעשים, לדוגמה איינער גייט אין בית המדרש און ער זעהט א משוגענעם, וואס הייסט אז ער זעהט א משוגענעם פון וואו ווייסט אז ער איז משוגע, פשוט איך האב געזעהן וואו אזוי ער פירט זיך אויף ווייס איך אז ער איז א משוגענער, די זעלבע איז גראפולוגיה, א גראפולוג זעהט דעם מענטש ווי אזוי ער פירט זיך אויף, דעריבער ווייסט ער טאקע נישט קיין עתידות.

אלעס אלעס וואס א מענטש איז א דורך מיום עיבורו במעי אמו עד עתה, ליגט ביי אים אין מוח, צו ס'איז געווען א שווערע דורכגאנג, אדער א פרייליכע מינוט, אלעס בלייבט, אפילו דער מענטש האט שוין לאנג פארגעסן אבער אין מוח בלייבט פאר אייביג. והנה ווען א מענטש שרייבט מיינט ער טאקע אז ער איז בעל הבית אויפן פענע וואו אזוי צושרייבן, אבער די מציאות איז אז אומבאוויסטזיניג שרייבט זיין מוח פון זיך אליין, והכלל ידוע כוח הפועל בנפעל, ווען די מוח שרייבט, לייגט אריין אין דעם אלעס וואס ס'ליגט דארטן, אלעס וואס ליגט אים אין מוח ווערט אראפגעשריבן אויפן פאפיר, און דורך דעם ווייסט דער גראפולוג פונקטליך וואס מיט דעם מענטש האט פארסירט און פונקטליך וואס זיין מצב איז יעצט מיט אים.

אבער איין זאך דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, גראפולוגיה איז להבדיל אזויווי מראות, ס'איז נישט מען לערנט אויס פאר'ן דיין די rgb (דאס איז די קאוד'ס ווי אזוי קאלירן ארבעטן) נומבער'ס פון די קאלירן, און פערטיג. ניין זיי דארפן דאס באקומען און די געפיל, די זעלבע איז מיט גראפולוגיה און נאך אסאך וויכטיגער, אונז גייען דא נישט אויסלערנען די סימן מיינט דאס, אין די סימן מיינט דאס, ווייל אפילו איך וועל שטיין און שרייבן פאר הונדערט יאר און צו וועל איך אויך נישט ענדיגן מיט אלע סימנים וואס ס'איז נאר מעגליך.

אונז וועלן דא פרובירן ארויסצוהאבן די יסודות פון גראפולוגיה צו פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, אז עס זאל אריינגיין אין די געפיל פונעם מענטש, אפילו מען וועט זעהן א זאך וואס מ'האט נישט געלערנט וועט מען קענען אליין פארשטיין וואס דאס איז און אויף וואס דאס ווייזט, און די עיקר איז שימוש, קוקן אויף שריפטן און פרובירן צו פארשטיין, ס'איז א שווערע עבודה, וואס איך האלט נאך אויך אינמיטן, אבער דאס איז די איינציגסטע וועג צו קענען.

נאך א זאך איז וויכטיג צו באטאנען, גראפולוגיה גייט האנט ביי האנט מיט פיסכולוגיה, גראפולוגיה האט זיך איר אייגענע שיטה וויאזוי אזוי א מענטש איז געבויט, וואס בעזר הוי"ה ב"ה וועלן מיר דאס אויך לערנען באורך כל הדרך

אי"ה קומענדיגע זונטאג וועלן מיר אנהייבן מיטן למעשה
אדרבא זאגט אייער הערות
איז עס צו קורץ?
צו לאנג?
אומקלאר?
ווייניג הסבר?
שרייב א תגובה

Advertisement