קורס בגראפולוגיה ברמה גבוהה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:11 pm

געלעגער האט געשריבן:א ריזן יישר כוח פארן צוריק קומען. איך בין גוט צומישט... עמער ווארטן פארן המשך, האפענטליך וועלן זיך זאכן אויסקלארן


כ'האב געהאט זייער א שווערע טאג היינט, פון אינמיטן די נאכט ביז היינט נאכמיטאג צוויי צייט בינעך געווען ביזי מיט אן אומגעראכטענע עמערדשענסי,
קומעדיגע וואך וועט מען זיך בעסער אריינלייגן

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:16 pm

בלי לחץ. מיר ווארטן מיט געדולד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:32 pm

א גרויסען ישר כח פארן ממשיך זיין.

עס איז מיין מיינונג, אז איר זאלט עקסטער אויך לייגן די שיעורים אין אן אנדער אשכול, נאר די שיעורים אליין, ווייל די אלע קאמענטארן און דאס דארפן מישן הין און קריק צו קומען צו א פריערדיגע, מאכט שווער.

ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג אוקטובער 26, 2014 11:32 pm

מיר שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 11:32 am

געלעגער האט געשריבן:בלי לחץ. מיר ווארטן מיט געדולד
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 12:19 pm

נישט האט געשריבן:
aperlscript האט געשריבן:אויך וויל איך פרעגן , איז ממש שייך צו זען דיטעילס פון א ספעציפישע פראבלעם אדער ווי די שרייבסט, ליגט אין די שריפט אויך זיינע צילן אין זיין טבע , איז דאס שייך צו זען אין דיטעילס אדער קען דער גראפולוג געסן בערך וואס עס דארף צו זיין ?
קען זיין דאס איז א מאדנע קשיא , אבער איך פרעג דאס ווייל, איך קען א יונגערמאן וואס איז געגאנגען צו א פראפעשענעל ( ער טשארזדשט $200 סא לכאורא איז ער א פראפעשינעל) אין יענער דרייט א שטיקל קריסטעל אין ער האט צוגעטראפן אז יענער האט פון עפעס מורא....

וועלן מיר גיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

1) די גראדע תירוץ איז, יא! מען קען אלעס זעהן מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט

2) דאס אז ער בעהט 200 איז גאר א קליינע באווייז ער קען גראפולוגיה, ליידער זענען דא אסאך גראפולוגן וואס הייבן נישט אן צו קענען אין זיי פארהארגענען נאר די נאמען גראפולוג. און בין כמעט זיכער אויב האט דער גראפולוג אים נישט געקענט קאנווינצען ביי זיין ערשטען שעה אז ער ווייסט וואס ער רעדט, איז זייער מעגליך אז דער גראפולוג ווייסט טאקע נישט וואס ער רעדט. אבער אויף למעשה איז זייער שווער צו ענטפערן, ווייל ס'קען זיך מאכן אז דער מענטש פרובירט צו באהאלטן דעם אמת, און וויל נאר פארקויפן שקרים אויפן גראפולוג וואס האט באוויזן אראפצונעמען די מאסקע פונעם פנים

א גרויסן יישר כח פארן זיך באציען אין ענטפערן מיין פראגע.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

שיעור ז'

תגובהדורך נישט » זונטאג נובעמבער 02, 2014 2:26 pm

אונז האבן שוין פאריגע וואך אויסגעשמועסט, אז ס'איז דא 4 סארטן טיפוסים, 4 סארטן טייפ'ס פון מענטשן. מיר וועלן אויסשמועסן בכלליות יעדע סארט אין זיין מהות, דערנאך וועלן מיר ברענגען א גאנצע ליסט פון די פאזיטיווע חלק און די נעגאטיווע חלק פון יעדע סארט באזונדער, און ווען מען ענדיגן וועל מיר, אטעטשען פאקטישע שריפטן און בעטן דעם עולם זאל אנווייזן ווער איז וועלכע טייפ

וזה החלי

די ערשטע טייפ ווערט אנגערופן "קערתי", אין אידיש "טעלערדיג", דאס זענען מענטשן וואס שרייבן רינדעכיג אזויווי א טעלער, קוקט'ס אויפן בילד

קערתי.jpg
קערתי.jpg (8.26 KiB) געזעהן 1578 מאל


פרובירט צו שרייבן אן אות אזוי א טעללער, ס'מיז ווערן געשריבן ווייעך, די שריפט מיז פארן מיט א געשמאקייט אן זיך אפשטעלן, אז נישט וועט עס נישט פארן שיין רינדעכיג. דאס זענען געוועליך די מענטשן וואס זענען זייער אפנהארציג, זיי קענען זיך גרינג ארויסגעבן די געפיל, אין זיי קענען גרינג מקבל זיין געפיל פון א צווייטן. די מענטשן זענען בדרך כלל אויך גרינגע מענטשן, געשמאקע און פרייליכע מענטשן. א פיהרקאנטיגע מענטשן וואס אלעס מוז ביי אים שטומען, קען נישט אריבערפירען זיין האנט גענוג פלעקסיבעל אז ס'זאל ארויסקומען א שיינע רינדיכיגע אות

לאמיר נעמען א דוגמא, אות ת איז צוזאמען געשטעלט פון צוויי אותיות א ר אין א נ, קוקטס בילד
אונז האבן שוין געשמועסט אויבן אז אויף די רעכטע זייט געפינט זיך מיין איך, און אויף די לינקע זייט געפינען זיך די מענטשן, ווען מען שרייבט פון רעכט'ס צו לינקס גייט ער צו די מענטשן צו די געזעלשאפט. יעצט ווען א מענטש שרייבט א אות ר (קוקט אויף די פריעדיגע בילד) גייט פון די מענטשן צו זיך, ווען ער שרייבט א אות נ גייט פון זיך צו די מענטשן. קומט אויס ווען א מענטש קען זייער גוט געבן געפילן פאר אנדערע מענטשן וועט ער שרייבן די נ רינדעכיג, ער גייט צו די מענטשן מיט א ווייעכקייט, אבער ס'נאך אלץ מעגליך אז די ר זאל ער נישט שרייבן רידעכיג ווייל נעמען געפיל דא קען ער נישט, ער מוז אייביג זיין די געבער. דאס זעלבע איז דא פארקערט אויך, ס'דא מענטשן וואס וועלן מאכן א שיינע רינדעכיגע ר ווייל זיי קענען זייער גוט נעמען פון מענטשן געפיל, למשל זיי נעמען זייער געשמאק אויף א קאמפלימענט, אבער ווען ס'קומט צו געבן פאר יענעם קען זיין אז ער איז נישט דא. בקיצור די חלק ר פון די ת וועט ווייזן מער אויף די קבלה, און די חלק נ פון די ת, וועט מער ווייזן אויפן נתינה. א מענטש וואס שרייבט אלעס לייכט אין רינדעכיג, איז א מענטש וואס מען קען זיך מיט אים זייער גרינג אדורך קומען.



יעצט וועלן מיר גיין צו זויתי, אין אידיש "ווינקל", אין ענגליש א "קארנער", א באקס האט א "קארנער", דאס איז בעצם די פארקערטע פון קערתי. קערתי איז רינדעכיג, זויתי איז שפיציג. קוקט אויפן בילד

זויתי.jpg
זויתי.jpg (7.95 KiB) געזעהן 1578 מאל


דער מענטש איז מער א הארטע מענטש, וועט שטיין אויף זיינע זאכן, קען לכאורה זיין א בעסערע מענעדשער וואו דער קערתי, מען קען אים נישט פירן ביי די נאז. אבער פון די אנדערע זייט, איז נישט צו אנגענעם צו פארברענגן מיט אים, קענסט דיר מיט אים נישט "לייכט" אדרוכקומען, יעדע זאך וועט מוזן שטומען אין קלאפן. סיי געבן געפיל קען ער נישט, אין זיכער נישט מקבל זיין גוטע געפיל פון יענעם. בקיצור נישט קיין לייכטע מענטש, אז אפילו זיינע הענד ארבעטן נישט געמיטלעך און פלעקסיבל, נאר אלעס ווערט געטוהן מיט א שטייפקייט



יעצט וועלן מיר גיין צו חוטי, אין אידיש "פאדעם", ער שרייבט פאדעם'דיג, מיט א שנעלקייט פארט ער ארויף און אראפ, קוים וואס איז מערקבאר אז ער האט דא אנגעדרייט עפעס אן אות, אין שוין פארט ער צום נעקסטן אות.

חוטי.jpg
חוטי.jpg (7.33 KiB) געזעהן 1578 מאל


דאס איז א כיטרע מענטשן מיט א גוט פיסקל, ווייסן וויאזוי צו דרייען דעם ראד אויף זייער זייט, זיי קענען געווענליך זיין גוטע דיפלאמאטן, רעדן צוויי שעה אין מסביר זיין פונקטליך אז יענער זאל זיך פילן וואו ער גייט יעצט באקומען די ברוקלין בריק, אבער סך הכל האט ער אויסגערוקט פון יענעם די טווין טוארס (ע"ה). בקיצור א כיטרע אויבער חכם, ווייסט וויאזוי צו דרייען א קאשע.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום זונטאג נובעמבער 02, 2014 2:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

המשך

תגובהדורך נישט » זונטאג נובעמבער 02, 2014 2:26 pm

יעצט וועלן מיר גיין צו לעצטן "קמרון", אין אידיש "בויגעדיג", אנשטאט ער זאל מאכן די אות שיין רינדעכיג פון אויבן גיבט ער עס א בייג אראפ ביז אונטן. זעה בילד

קמרוני.jpg
קמרוני.jpg (8.93 KiB) געזעהן 1578 מאל


מיר האבן שוין גערעדט ווער איז אויף די לינקע זייט, די מענטשן, וואס טוט איינער וואס האט מורא פון די מענטשהייט, אדער ער האט טענות אויף די מענטשהייט, דער שלאגט מיר, דער האט מיר פיינט, יענער וויל מיר אויפעסן, דארפן זיי בויען א וואנט אנטקעגן די מענטשהייט, זיך צו באשיצן פון די מענטשהייט וואס מאכט אים אן צרות, מאכט ער א וואנט, ער באהאלט זיך, קיינער זאל אים גארנישט קענען טוהן. בקיצור דאס זענען מענטשן וואס האבן אלץ טענות אויף יענעם.



יעצט וועלן מיר זיך נעמען צו די ליסטע

קערתי – פאזאטיוו
עקסטערעווערט
איבערגעגעבנקייט
ליבע
מענטשליכקייט, באגלייבטקייט
גוטהארציקייט
אפטימיסטישקייט
סובלנות
אפנקייט
געפיליש
ווארעם
ווייכקייט
פריינטשאפט
לעבעדיקייט
קאמיוניקעשאן
גרינג אדורך קומען

קערתי – נעגאטיוו
שוואכע כאראקטער
קען אמאל זיין נישט מעטשור
מען קען אים שנעל איבערעדן
איבערגעאלטקייט
עמאשענעל
זעהט זאכן שטחיות'דיג
אנגעהאנגען אין אנדערע
קלות דעת
נאכשלעפעדיג
להוט נאך זאכן
פעלט מאטיביציה

---
זויתי – פאזיטיוו
אחריות'דיג
ראציאנאלי
באגלייבטקייט
סטאביליטי
עפעקטיווקייט
גלייכקייט
פעהיקייטן
קען דיסיידען זאכן
מעטשור
קען פירן
קען אויספלאנירן
איבערגעגעבן
אייביג אלערט
יעדע זאך טוט ער מיט א תכלית

זויתי - נעגאטיוו
שטייט
נישט פלעקסעביל
קען זיין ביטער
בייסיג, שטעכיגע מענטש
איבערגעטריבענע דייקנות
האלט איין די געפילן אין זיך
קען זיך נישט מיטארבעטן מיט אנדערע
נישט פלעקסעבליל
קען זיך נישט מפשר זיין
האט נישט קיין סובלות
טראכט נישט פון אנדערע

---
חוטי – פאזיטיוו
טראכט שנעל
כאפט שנעל אזאך
ריעקט שנעל
כיטרע און פלינג
קען זיך שנעל צופאסן און היימיש מאכן אין עני סיטשועשען
קען גוט פאליטיק
קריעטיוו
אינטערלעקטואל
האט באהאנווקייט
דיפלאמאטישקייט
ארגינעל
פארגעפיל(זעקסטע חוש)
כוח הדמיון
פקחות
ספונטאני
פלעקסעביליטי
שארפקייט
ווייסט וויאזוי משכנע צו זיין

חוטי – נעגאטיוו
שארפקייט
ווילדקייט
ס'פעלט אים אמת'דיקייט
אימפולסיוו
קען האבן סטרעס
טענדענסי(טראכטן אין א געוויסע מהלך)
פאפער
וועט אלץ זוכן די גרינגסטע וועג ארויס
פעלט סטעביליטי
האט אינפלוענס
קנאה
טראכט נישט איבער פאר'ן טוהן
פעלט עקרונות(פרינציפלס)
געשליפן צינגן

---
קמרוני – פאזיטיוו
איידל
קריעטיוו
ביקרית עצמית(האלט זיך אליינס פאר)
לאגיש
מקפיד פונקטלעך אויף וואס מען האט אפגעמאכט
האט א געפיל צו יענעמ'ס ערכים
מענטשליך
פארמאל
פאכמאן(ארטיסט)
שטייט אויף די געזעצטן(טוט זאכן וויאזוי מען דארף עס טאקע טוהן)
געפיל צו שיינע זאכן און צו סטיילס
צו יעדע זאך גייט ער צו מיט זהירות(קאושען)

קמרוני – שלילי
באהעלטעניש(באהאלט פון אנדערע און האלט אז אנדערע באהאלטן פון אים)
האט נישט קיין טראסט
גלייבט נישט קיינעם
ווידערשפעניג
שעמעדיג
פארביטערט
קען אינדערדריקן
פארמאסקירט
חונף
וועט זיך אהערשטעלן אנדערש וואו ער איז
וועט זיך אלץ פילן דיסקרעמינירט
סקעפטיזים
א סנוב
וועט האלטן א שטיקל ווייטקייט פון אנדערע

--

האפעך אז די עולם האט פארשטאנען, אבער איין מינוט פאר מ'גייט, איר וועט כמעט נישט טרעפן א עקסטרעמע אופן ממש עד קצה האחרון, נאר יעדע פארמאגט פון אלעס. און איינס שטעלט זיך ארויס אז דאס איז ער בעיקר, דעריבער וועט טאקע זיין שווער צו טרעפן שריפט וואס איז קיצוני צו איינ'ס, וועלן מיר מוזן יעדע שריפט באטראכטן אין דערגיין וואס דאמינירט דעם שריפט, און נאכער וועלן מיר קענען פארשטיין וואספארא סארט מענטש ער איז, אין וועלכע פון די פיהר טיפוסים ער מעטשעט אריין, און אויכעט וואו שטארק איז ער אין זיין טייפ.


פאר כ'לייג פאר שריפטן, וואלט איך געוואלט בעהטן פונעם עולם, צוריקצוקוקן אויף די פנימער וואס כ'האב ארויפגעלייגט פאריגע וואך, וועט איר זעה אין די שטריכן פונעם פנים, אז על פי רוב, זעהט מען דארטן אינעווייניג וואו ס'שיינט טאקע ארויס די נאטורן וואס אונז האבן יעצט אויסגעשמועסט


און יעצט אז יעדער האט שוין צוריקגעקוקט פאר א וויילע, וועלעך פארלייגן אפאר שריפטן אין זעהן וואס די עולם האט צו זאגן

שריפט 1

20141102_134454.jpg
לעצט פאראכטן דורך נישט אום זונטאג נובעמבער 02, 2014 2:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

המשך

תגובהדורך נישט » זונטאג נובעמבער 02, 2014 2:27 pm

שריפט 2

20141102_134510.jpg



שריפט 3

20141102_135828.jpg



שריפט 4

20141102_135038.jpg

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג נובעמבער 02, 2014 9:31 pm

נישט איז צירוק מיטן פולען קראפט.

כתב מס' 4, כתב קערתי, מזעט אז דאס אאיז א 'גרויסע' עסקן, בפרט לבני הבית הפרטיים, ווייסט יענער נישט קיין גבולים.
כתב מס' 3, כתב זויתי, הארטע מענטש, זייער שווער פאר איהם זיך ארויסצוווייזען געפילעש. נישט, איז דאס געשריבן אויף א פאפיר מיט שורות? די שורות זענען זייער גראד. האט דאס מיט זיין 'גראדקייט', אדער פערצופאל אויף שורות?
כתב מס' 2, כתב חוטי, לעבט זיך פאר זיך, רעכנט זיך נישט קיין סאך מיט קיינעם. א גאון.
כתב מס' 1, זעהט מיר אויס אויך קערתי, לכאורה וואלט דאס געדארפט זיין קמרוני, אבער איך זעה נישט וויאזוי.

נו נישט, האב איך געפעסט דעם טעסט?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 02, 2014 10:00 pm

כ'האב מורא צו נעמען די טעסט... ווייל לעצטע מאל איז עס געווען א "טריק" טעסט!!

ערענסט גערעדט, כ'האב זייער הנאה. ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 4:41 pm

האב איך געמיינט אז מיטן נעמען אפאר מינוט וועל איך פארשטיין די שיעור, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז טיפער פון טיעף און מ'דארף געהעריג האבן צייט זיך אריין צולייגן דעראין צו פארשטיין און כאפן די טיפקייט דא.

אבער א הערצליכן יישר כוח מוז איך דיר זאגן פארן צוריק קומען מיט אזא לאנגע געשמאקע שיעור. ס'איז מיר א געשמאקע ענין צו ליינען און איך האב אויסטערליש הנאה דערפון

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 11:31 am

נו ווען איז די נעקסטע שיעור????

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:11 pm

דאס איז די סך הכל פון די שריפט פון די לעצטע שיעור
1) חוטי
2) חוטי, און אביסל קערתי
3) זויתי
4) קערתי און אביסל קמרוני


יעצט וועלן מיר צוריקגיין, און אביסעלע ברייטער אויסשמועסן די ג' חלקי האדם, חלק השכלי חלק הרגשי והחלק הגופני.

אין די חלק השכלי ליגט נישט נאר די אינטעלעקטואל, ס'ליגט דארטן אויכעט די סטאטוס פונעם מענטש, און וואספארא שאיפה ער האט אנצוקומען צו א סטאטוס, און צו ער איז בכלל אינטערעסירט אנצוקומען דערצו

סטאטוס מיינט, די זאך צו וואס ער וויל אנקומען, צו ער וויל ווערן א דיין אדער להבדיל א דוקטער, אדער גאר א גאסן קערער, צו ער וויל ערייכן א סטאטוס פון צו זיין א פרעזידענט אדער גאר סוקסעפולע ביזנעסמאן

קלארער צו מאכן סטאטוס מיינט נישט ער וויל אנקומען צו האבן "צוויי הונדערט חברים" נאר דארט וואו דער מענטש צילט אנצוקומען אין זיין פרעזענליכן לעבן, אין זיין אייגענע וועלטל. (א ציל צו האבן צוויי הונדערט חברים אין די אזור הרגשי)

אין די חלק הרגשי ליגט אויך זיין קשר מיט וועלט ארום, און זיין
קשר מיט זיין משפחה, זיינע חברים,

אין די חלק המעשי, כלי מעשה קען הייסן געלט צו דער מענטש האט ליב געלט, און ס'קען הייסן סתם תאוות אדער סתם חומריות, ער האט ליב צוקנאקן א לעבן

לאמיר אצינד גיין א טריט ווייטער אין מבאר זיין האיזון האמצעי
אגאנצן צייט איז דא א מלחמה צווישן דעם אזור העליון אין די אזור התחתון. דער אזור פון אויבן, שלעפט א גאנצן צייט אונז זאלן וועלן זיין אינטערלעקטואל, רוחני ערכי, ער איז נישט אינטערסירט אין פלייש מיט גוטע זאכן, דער אזור התחתון שלעפט א גאנצן צייט צו גוטע זאכן, צו ערב. דער שלעפט צו מועיל און דער שלעפט צו ערב, ווער איז דער פאליס וואס מאכט אן איזון, איזון אז ס'זאל ווערן א פשרה, אויפפאסן אז דער זאל נישט צופיל ארויף גיין, און דער זאל נישט צופיל אראפגיין, דאס איז דער אזורק האמצע
דער אזור האמצע ווערט אנגערופן אויכעט אזור האיגו, חוץ וואס ס'הייסט רגש וחברה הייסט דאס אזור האגו, איגו מיינט "איך"(כאראקטער), אויב מיין "איך"(כאראקטער) איז גענוג שטארק, איז אפילו לאמיר זאגן אז דער אזור התחתון וויל מיר אראפשלעפן, ס'גייט זייער שווער כ'האב שטארקע יצרים, וועט מיין שטארקע כאראקטער זיך האלטן עס זאל נישט אנקומען לידי מעשה. אדער פארקערט, אז א מענטש האט עפעס משוגענע שאיפות מער פון זיינע כוחות, ווער איז דער וואס זאל אים אפהאלטן, פון טוהן משוגענע זאכן, דאס איז זיין איגו, איז טאמער די אזור האיגו איז שטארק, וועט ער זיך נישט לאזן ארויף גיין מער פון זיינע כוחות.
די כאראקטער קען זעהן, צו ער האט געשריבן לויט די הויכקייט פון וויפיל ער דארף, מען וועט באלד זעהן וויפיל ס'איז, און ס'שטייט גלייך ס'שאקעלט זיך נישט.

אויב דער מענטש האט א שטארקע כאראקטער, אפילו דער מענטש האט שווערע נסיונות, אדער ער איז שואף נישט נארמאל, וועט זיין איגו עס נישט צולאזן, ער וועט מאכן א סדר. וועגן דעם די אזור האמצע ווערט צומאל אנגערופן ביי גראפולוגיה: די פאליס.

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:14 pm

אומגלויבליך וואס עס ליגט אלס אין די שריפט פון א מענטש

יישר כח מר. נישט

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מיטוואך מארטש 04, 2015 11:37 am

איך ברויך וויכטיג האבן א (גראפאלאגישער) אנאליז אויף די דאזיגע שריפט
https://copy.com/t0LRxQByd8NcdCIo
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג פאברואר 21, 2016 5:33 pm

יעצט געזען דעם אשכול

שיעור נישט באקומען קאפ ווייטאג

דא זע איך איז חילי יא געווען דערפאר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 21, 2016 5:43 pm

אוואו זעהסטו? דערפאר אז מען זאל עס אויסשמועסן..... אז עס ארבייט, וואו זעהסטו אז איך האב אזוי געהאלטן?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

יישר כח! הדק היטב היטב הדק!!!!

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג פאברואר 28, 2016 12:30 am

הרב נישט איך האב עס יעצט גענדיגט ליינען פון אנהויב ביז דא.
ווען איך זעה עס נישט וואלט איך נישט געחלומט אז מקען עס אזוי מסביר זיין קורץ און שארף קלאר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:27 pm

דעתו של הרהגה"צ ר שמריה יוסף חיים קנייבסקי שליט"א
Untitled.jpg

דוד שרייבער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:58 am

תגובהדורך דוד שרייבער » מאנטאג ינואר 15, 2018 3:25 pm

איך האב אגוטע זאך פון גרפולוגיה, וואס איז שווה לכל נפש
אבחון חובבני לילד.pdf
(84.03 KiB) דאונלאודעד 22 מאל
אבחון חובבני הנחיות למאבחן.pdf
(188.97 KiB) דאונלאודעד 12 מאל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless, ליבע איד, פארטראכטער און 7 געסט