עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מאי 14, 2014 11:57 am
יעדע עירליין האט זיך זיין "אפטער פליער פראגראם" וואס ווי איך פארשטיי קאלעקט דאס די מייל וואס מען פליט. און מען דארף זיך איינשרייבן צו וועלכן פראגרעם מען וויל די מייל זאל גיין.
אלזא, איך פאר יעצט מיט אויסטריען עירליין, וואס איז אונטער לופטהאנזא, און איך האב געבוקט די טיקעטס דורך יונייטעד. יעצט ביים אריינטשעקן אנליין זע איך אז איך קען אויסוועלן די אפציע וועלכע פראגראם איך וויל ניצן אלס "אפטער פליער".
איז מיין שאלה, איך האב א לופטהאנזא - מיילס ענד מאאר קארטל, און איך האב א יונייטעד - מיילעדזש פלאס קארטל, וועלכע זאל איך רעגיסטרירן פאר די מייל? איך וואלט לכתחילה גענומען יונייטעד, זינט זייערע מייל קען איך אפטער ניצן, איך וויל אבער וויסן צי לכבוד דעם וועל איך נישט דערלייגן צו קענען ניצן די בענעפיטן פונעם מיילס ענד מאאר לאונדזש אינעם עירפארט ווי איך מאך א סטאפ, אדער עפעס אנדערע בענעפיטן.
איז דא איינער וואס קען זיך אויס מיט די זאכן, ביטע רופט זיך אן.
דאנקע
Advertisement
מיטוואך מאי 14, 2014 7:44 pm
יונייטיד מיילידזש פארקויפט זיך פאר מער געלט.
מיין טרעוועל עידזשענט האט מיר געצה'ט איך זאל ניצן יונייטיד.
אבער עס האט איין פראבלעם, אז ס'עקספייערט נאך א יאר. חוץ אויב די האסט א טשעיס קארטל.
דאנערשטאג מאי 15, 2014 1:02 am
פלעכטער האט געשריבן:יונייטיד מיילידזש פארקויפט זיך פאר מער געלט.
מיין טרעוועל עידזשענט האט מיר געצה'ט איך זאל ניצן יונייטיד.
אבער עס האט איין פראבלעם, אז ס'עקספייערט נאך א יאר. חוץ אויב די האסט א טשעיס קארטל.
ס'זענען פארהאן זייער גרינגע וועגן צו אפהאלטן די מיילעידזש פון עקספייערן, מאך א פשוט'ע גוגל סירטש דערויף, דו"ק ותשכח.
דאנערשטאג מאי 15, 2014 1:11 am
אויפריכטיג האט געשריבן:יעדע עירליין האט זיך זיין "אפטער פליער פראגראם" וואס ווי איך פארשטיי קאלעקט דאס די מייל וואס מען פליט. און מען דארף זיך איינשרייבן צו וועלכן פראגרעם מען וויל די מייל זאל גיין.
אלזא, איך פאר יעצט מיט אויסטריען עירליין, וואס איז אונטער לופטהאנזא, און איך האב געבוקט די טיקעטס דורך יונייטעד. יעצט ביים אריינטשעקן אנליין זע איך אז איך קען אויסוועלן די אפציע וועלכע פראגראם איך וויל ניצן אלס "אפטער פליער".
איז מיין שאלה, איך האב א לופטהאנזא - מיילס ענד מאאר קארטל, און איך האב א יונייטעד - מיילעדזש פלאס קארטל, וועלכע זאל איך רעגיסטרירן פאר די מייל? איך וואלט לכתחילה גענומען יונייטעד, זינט זייערע מייל קען איך אפטער ניצן, איך וויל אבער וויסן צי לכבוד דעם וועל איך נישט דערלייגן צו קענען ניצן די בענעפיטן פונעם מיילס ענד מאאר לאונדזש אינעם עירפארט ווי איך מאך א סטאפ, אדער עפעס אנדערע בענעפיטן.
איז דא איינער וואס קען זיך אויס מיט די זאכן, ביטע רופט זיך אן.
דאנקע
די לאונטש באנוץ וכדו' וועט נישט אפעקטירט ווערן פון לייגן דיינע מיילעדזש ביי א אנדערע פארטנער עירליין.
און בכלליות איז יונייטעד לכאו' די בעסטע אויסוואל טאקע ווי דו זאלסט איינשטעקן די ביסל מיילעדזש פון דיין נסיעה, (כאטש ס'זענען דא אנדערע פראגראמען וואס האבען זיך זייערע מעלות אויך)
דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:18 am
found a super easy way to instantly renew the miles. At present, you need a minimum balance of 12,500 miles for this to work. The procedure is as follows:
Call UA at 800-UNITED1 (800.864.8331) and go through the automated system for booking an award ticket (reservations / award travel)
Book a 1 way ticket between two cities. (EWR/LGA-ORD is a good choice because there is lots of availability)
Near the end of the booking process you will be asked for the birth date of the passenger. Do not enter it. You d;)n't have it.
The system will explain that it can not complete the reservation without this information. It will then give you the PNR of the reservation that it booked and tell you it is connecting you to an agent.
Remember the PNR! Hang up.
Call back and tell the automated system "reservations / award" again. This time, also tell it you have already made a reservation.
Provide the PNR.
Tell the system to cancel.
Viola -- your miles will immediately be extended for 18 months.
This takes about five minutes. Enj;)y!
דינסטאג מאי 20, 2014 2:15 pm
אקעי, שוין געפארן איידער איך האב געזען די ענטפערס פון די אידן דא.
למעשה געדענק איך נישט וואס איך האט געטאן, וואו קען איך יעצט זען וואו מיינע מייל איז געגאנגען?