Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס קען א מוסד גיבן אלץ הכרת הטוב

זונטאג מאי 11, 2014 3:55 pm

איך זיך איידעס פאר א היימישע מוסד ת"ת וואס וויל אריינברעגן געלט אבער ווייסט אז אהן עפעס גיבן גייט עס נישט
אויב איר האט עני איידיעס פון זאכען וואס איר אליינס האט באקומען אדער געזעהן ביטע לאזט וויסן ולמצוה גדולה יחשב

Advertisement

זונטאג מאי 11, 2014 3:57 pm

ליבעריל קויבעק האט געשריבן:איך זיך איידעס פאר א היימישע מוסד ת"ת וואס וויל אריינברעגן געלט אבער ווייסט אז אהן עפעס גיבן גייט עס נישט
אויב איר האט עני איידיעס פון זאכען וואס איר אליינס האט באקומען אדער געזעהן ביטע לאזט וויסן ולמצוה גדולה יחשב


איך מיין אז א פלעק סטייל זאך ארבעט די בעסטע

זונטאג מאי 11, 2014 4:02 pm

וואס מיינט דאס
אין למשל?

זונטאג מאי 11, 2014 9:37 pm

ווען א מענטש באקומט א געשריבענע אנערקענונג צוהט עס אויף א געוויסע אויפן

למשל UTA און ק.י. געט פאר בן גמלא אזא מין איידיע זאך א זייגער אריינגעקריצט א שכח און יעדע יאר אויב מ'גיט וויטער ווערט די זייגער שענער

מאנטאג מאי 12, 2014 12:04 am

יאפ די בן גמלא זייגער /פלעק איז געוואלדיג ווייל איינמאל איינער האט עס און איין יאר איז ליידיג באדערט אים עס אום ער שטרענגט זיך אהן צי געבן כדי עס אנציפילען
לעצט פאראכטן דורך פאר דוקא אום מאנטאג מאי 12, 2014 12:06 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג מאי 12, 2014 12:16 am

בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט דעם בן גמלא זייגער?

מאנטאג מאי 12, 2014 7:31 am

ניין, איך אויך נישט

מאנטאג מאי 12, 2014 7:41 am

סארבעט בערך אזוי: זיי געבן דיר א זייגער מיט בערך 10 ליידיגע קעסטעלעך, זיי לייגן אין די ערשטע באקס תשע"א די נעקסטע יאר שיקן זיי דיר א קליינע פלעט אריינגעקריצט תשע"ב די קומעדיגע יאר שיקן זיי דיר נאר אויב די האסט געצאלט געלט, יעצט א מענטש וואס הענגט ביי אים די זייגער טרייט צו צאלן געלט צו אנצופילען די ליידיגע באקסעס (האלטער פאר די פלעטס)

מאנטאג מאי 12, 2014 7:49 am

שוועמל האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט דעם בן גמלא זייגער?

וואס איז דא נישט צו כאפן?!
עס איז אן איידיע ווי אלע איידיעס צו מאכן א מענטש געבן געלט פאר די מוסדות.
און היות ער האט א שיינע זייגער וואס באקומט צו א נייע פלאטע יעדע יאר וויל ער נישט אז איין פלאץ זאל בלייבן ליידיג.

מאנטאג מאי 12, 2014 2:02 pm

קען איינער אריינלייגען א פוקטשער?

דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:32 pm

לויט ווי איך זעה ארבעט די בן גמלא קאמפיין ריזיג, כמעטאון יעדע דירה ווי איך סטאפ נאר אמאהל אריין אין קרית יואל זעה איך הענגען די זייגער.
מסתם האבן זיי א מעכטיגע שנאר קאמפיין.
לויט ווי איך געדענק האט אמאהל די ישיבה גדולה אויך אנגעהויבן מאכן אזאנס.

דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:44 pm

בן גמלא איז אן ארגענזאציע???
שרייב א תגובה

Advertisement