אין די טעג שטופן די עירליינס אין קאנגרעס אדורך צו פירן א געזעץ וואס וועט זיי ערלויבן צו אדווערטייזן פאלשע פרייזן. דהיינו, זיי וועלן מעגן אדווערטייזן א פרייז פון א טיקעט למשל פאר 99 דאללער, ווען פאקטיש, נאך אלע עקסטערע טשארדשעס און טעקסעס קומט עס אויס צו דריי הונדערט. בקיצור, זיי ווילן מעגן לעגאל אייך פארפירן.
עס איז דאך אן אלטע כלל אין אמעריקא, גנב'ענען איז נישט קיין פראבלעם, אזוי לאנג ווי עס איז געזעצליך. אויב אזוי וואס טוט א גרויסע קאמפאני אויב זיי ווילן גנב'ענען, און די סארט גניבה וואס זיי ווילן יעצט טוהן איז נישט לעגאל, איז דא אן עצה אויף דעם. מען גייט צו די גרעסטע קאאליציע פון גנבים, אויך באוואוסט אלס קאנגרעסס, מען שמירט ווי מען דארף און מען בעט זיי זאלן לאזן דורכפירן א געוויסע געזעץ, פאר א נויט גיט מען נאך א נאמען דעם געזעץ, "געזעץ קעגן פארפירעריי", און אזוי פירט מען דורך דעם גרעסטן פארפירעריי ערלויבעניש. יעצט איינמאל עס איז לעגאל, ווערט עס שוין מאראליש אויך, נישט אזוי?
אויב איר גלייבט מיר נישט, אדרבה, נעמט צוויי מינוט, ליינט אדורך דעם פאלגענדען לינק, און ווען איר איבערצייגט אייך אין דעם עקלדיגן עוולה פון די עירליינס, טוט אייך אליינס א טובה, און אייערע משפחה, שכנים קרובים און גוטע פריינט, און שרייבט אונטער דעם פעטיציע.
יישר כח.
http://www.change.org/petitions/us-sena ... e_petition