עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מאי 07, 2014 1:41 pm
איך זוך א פען וואס קען שרייבן אין א גאלדענע קאליר.
אין די געשעפטן איז דא אזא 'מארקער' מיט א GEL סארט אינק, איך זוך נישט יענץ נאר א בעסערע סארט וואס סיי די שריפט איז מער קאנטראלירט און סיי די קאליר איז טאקע ענליך צו גאלד.
א דאנק
Advertisement
מיטוואך מאי 07, 2014 2:11 pm
דא אויף אייוועלט איז דא מערערע שרייבער, וואס זייערע פענע (קיבאורד) שרייבט גאלד...
מיטוואך מאי 07, 2014 2:26 pm
א רגע הלשון, מיט וואסארא פען האט מען געשריבן דיין אוועטער?
מיטוואך מאי 07, 2014 3:12 pm
אסותא, זייער גוט ביסט געקומען, כ'האב גראדע געוואלט וויסן צו הלשון מיינט דיין שטומפיגע פעדער...
מיטוואך מאי 07, 2014 3:14 pm
אסותא האט גאנץ גוט פארשטאנען וועם איך האב געמיינט. אבער ער איז נישט דער איינציגער דא בעולם הזה...
הכלל, צוריק צום נושא, שוועמל זוכט א פעדער (נישט קיבאורד) וואס שרייבט גאלד...
מיטוואך מאי 07, 2014 3:29 pm
הלשון האט געשריבן:אסותא האט גאנץ גוט פארשטאנען וועם איך האב געמיינט. אבער ער איז נישט דער איינציגער דא בעולם הזה...
אבער כ'מיין אז אסותא איז דער איינציגער וואס שרייבט מיט א פעדער דא, כאטש א שטומפיג'ס... די אנדערע האבן זיכער נאר קיבאורד'ס.
הכלל, צוריק צום נושא, איך גלייב נישט אז ס'איז דא אזא זאך. א שנעלע זוכעניש זאגט מיר אז ס'איז דא אדער GEL, אדער MARKER, באלל פוינט האבעך נישט געזען.
מיטוואך מאי 07, 2014 8:13 pm
מיטוואך מאי 07, 2014 9:53 pm
דאס אידאך אויך GEL.