Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת קודש אין טאהש קודש

דינסטאג מאי 06, 2014 3:12 pm

בס"ד

כ'ווייס נישט צו כ'עפען עס אויפ'ן ריכטיגן מקום, אבערן שוין וכו'

כ'וויל פארן קיין טאהש קודש אויף שבת קודש מיט די גאנצע משפחה, ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען א גוטע אכסניא מיט עסן? כ'בין פארשטייט זיך גרייט גרייט צו באצאלן ווי ס'פאסט פאר אזא גביר...

עני העלפ?

Advertisement

דינסטאג מאי 06, 2014 3:26 pm

אש"ל טאהש 514-582-6380 מן הסתם וועלן זיי דיר קענן העלפן

דינסטאג מאי 06, 2014 3:28 pm

שמעלקא, כ'האב קנאת סופרים.

דינסטאג מאי 06, 2014 4:29 pm

זייער קלוג טוסטו, איך בין דארט געווען פאריגע שבת - שבת 'נאך' פסח - מען דארף אריינכאפן פאר זיך און פאר די קינדערלעך.

דינסטאג מאי 06, 2014 4:32 pm

call 4504379462 and ask the # from isseck fisch he is from the biggest askunim in tosh for hachnusas orchim

דינסטאג מאי 06, 2014 5:11 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:בס"ד

כ'ווייס נישט צו כ'עפען עס אויפ'ן ריכטיגן מקום, אבערן שוין וכו'

כ'וויל פארן קיין טאהש קודש אויף שבת קודש מיט די גאנצע משפחה, ווייסט איינער וואו מ'קען באקומען א גוטע אכסניא מיט עסן? כ'בין פארשטייט זיך גרייט גרייט צו באצאלן ווי ס'פאסט פאר אזא גביר...

עני העלפ?

יא שמעלקי א גוטע אכסניא פאר משפחה איז דא אבער ביינאזאם מיט עסן דאכצעך נישט ס'ממיינט העסט ברויכן קויפן ס'עסן עקסטער ,אויך דא

דינסטאג מאי 06, 2014 5:16 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:זייער קלוג טוסטו, איך בין דארט געווען פאריגע שבת - שבת 'נאך' פסח - מען דארף אריינכאפן פאר זיך און פאר די קינדערלעך.

דער רבי פירט נאך צונאכט'ס און של"ש טישן אין ביהמ"ד און צופרי מיט די געסט?

דינסטאג מאי 06, 2014 5:21 pm

ישר כח אייך אלע

איז דא דארט וואו מ'קען קויפן עסן צום זאך?

דינסטאג מאי 06, 2014 5:25 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח אייך אלע

איז דא דארט וואו מ'קען קויפן עסן צום זאך?

וואס מיינסטו ? יאפטשיק

דינסטאג מאי 06, 2014 7:28 pm

viewtopic.php?f=25&t=21680

דא האט מען גערעדט פון טאהש.

דינסטאג מאי 06, 2014 9:21 pm

דער ניק סאכדעס האט אמאל געשריבן ער וואוינט אין מאנטריאל/טאהש, אפשר קענסטו אים קאנטאקטן.

דינסטאג מאי 06, 2014 9:45 pm

שוועמל האט געשריבן:דער ניק סאכדעס האט אמאל געשריבן ער וואוינט אין מאנטריאל/טאהש, אפשר קענסטו אים קאנטאקטן.

דאן איין פלאץ ווייס מיר שוין ווי ער וואוינט זיכער נישט.

מיטוואך מאי 07, 2014 9:31 am

שוועמל האט געשריבן:דער ניק סאכדעס האט אמאל געשריבן ער וואוינט אין מאנטריאל/טאהש, אפשר קענסטו אים קאנטאקטן.

search.php?st=0&sk=t&sd=d&sr=posts&keywords=+%D7%9E%D7%90%D7%A0%D7%98%D7%A8%D7%99%D7%90%D7%9C&author_id=16&start=25

מיטוואך מאי 07, 2014 1:58 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח אייך אלע

איז דא דארט וואו מ'קען קויפן עסן צום זאך?

יא ביי פינקי קרויס, צום זאך ווענצעך פאר וועם

מיטוואך מאי 07, 2014 2:41 pm

מען קען קויפן ביי די ישיבה
איך הער אז עס איז גאר גוט

מיטוואך מאי 07, 2014 3:57 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח אייך אלע

איז דא דארט וואו מ'קען קויפן עסן צום זאך?

אז מען פארט צו א צדיק ווער דארף עסן
די צדיק וועט דיר שוין אנזעהטען

מיטוואך מאי 07, 2014 5:39 pm

דניאל האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח אייך אלע

איז דא דארט וואו מ'קען קויפן עסן צום זאך?

אז מען פארט צו א צדיק ווער דארף עסן
די צדיק וועט דיר שוין אנזעהטען


נא נא, פארט קיין טאהש און עסט נישט גאנץ שבת... העמיר געוואר ווערן...

גראדע, פאר מיר וואלט גוט געווען א של"ס בילקע און שטיקעל הערינג, נאר כ'נעם מיט א גאנצע חברה קע"ה, די ווייב און קינדער, זיי דארף מען נארמאל צושטעלן.

מיטוואך מאי 07, 2014 10:31 pm

ביז פאר 10-15 יאר צוריק פלעג איך אסאך פארן קיין טאהש, דער בעסטער גשמיות'דיגע געשמאק איז געווען ס'איינשטיין אין די "נייע" ישיבה קטנה, עס איז געווען מורא'דיג רייך צוגעשטעלט, מיט פיינע פרישע בעטגעוואנט, עיר קאנדישן און סטיעם. ממש ווי אין א האטעל.

לעצטנס בין איך געפארן נאכאמאל, פילע זאכן איז ממש שוין נישט צום דערקענען. ובתוכם דער אש"ל.

מען שטייט איין אין "ישיבה גדולה" אזויווי מען דארף איינשטיין ווען מען פארט צו א צדיק... די בעטן זענען אפגעראסטעוועט, עס קראצט ביי יעדע ריר, אריינגעשטיפט 6 בעטן אין א קליינע צימער, בתוכם א באנג בעט אינמיטן די צימער וואס דראעט יעדע רגע צוזאמענצופאלן, די מאטראצן וועל איך נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן, הענגערס אין די קלאזעטס נישט צופיל. יא מען בעט גאנץ ביליג פאר די אש"ל, און א שליסל פאר'ן צומער באקומט מען בלויז אויב מען לייגט איין דעם פאספארט...

די עסן קען מען זיך נישט אפרעדן, מען עסט אין ישיבה קטנה, דער קעכער דארט א איד הרב קרויס מיט די שמונה בגדים פון א חסידישע איד, מיט א ברייטן שמייכל אויפן געזיכט, די עסן איז א מחיה!

און יא, טאהש'ער רבי שליט"א האט זיך גאר גאר אסאך געטוישט, ממש ספר תורה שרוי בצער, ער קען ליידער נישט רעדן און נישט עסן, די גוטע נייעס איז אז ער קוקט זיך נאך אום, מען קען נאך זעהן ווי עס קאכט אין אים א אש קודש לויט די מצבים, ביי לברך ולהתברך קען מען זעהן ווי ער האלט מיט. פאר חסידים פונעם טאהשער רבי'ן שליט"א וואלט איך געראטן אריינצוכאפן און נישט קוקן אויף גארנישט, ביי אסאך גדולים האט מען געזען די גרעסטע זאכן אין אזאלכע צייטן, כידוע מהאדמו"ר מריבניץ ועוד.

די סערוויס וואס מען שטעלט צו פאר די מסתופפים ביים אריינגיין צום רבי'ן פארדינט אויך גאר א פיינע רעיטינג, עכטע געשמאקע אינגעלייט מיט געפיל, מוצ"ש גייט מען אריין פריוואט צום רבי'ן און א געשמאקער אינגערמאן (דאכט זיך הרב פאפלאנאש) ליינט פאר די קוויטל הויעך פאר'ן רבי'ן און ער קארגט נישט קיין ווערטער ארויסצובאקומען עפעס פונעם רבי'ן א רמז פון א ברכה אדער מיטשטימונג לטובת דעם איד.

לעניננו: די "לינה" איז בכלל נישט איי איי איי, די אכילה ושתיה איז אמחיה. זעלבסטפארשטענדליך אז מיט די ווייב און קינדער שטייט מען נישט איין אין ישיבה.

בברכת פועל'ט אויס אלעס גוטס.

דאנערשטאג מאי 08, 2014 11:41 am

גרויזאמער: איר מאכט מיר וועלן פליען, אבער שוין ממש!

מיטוואך מאי 21, 2014 7:58 pm

וויאזוי איז געווען שבת?

דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:24 am

פלעכטער האט געשריבן:וויאזוי איז געווען שבת?


כ'האב זיך נישט מסדר געווען מיט אכסניא'ס און דערווייל האב איך נישט געקענט פארן, כ'האף אויף נאך שבועות בעז"ה
שרייב א תגובה

Advertisement