בלאט 4 פון 5
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 9:59 pm
דורך קרעמער
גאנץ שיין געשריבן, איך ווארט אויפן המשך
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 11:37 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
derech eretz האט געשריבן:א קרוב מיינער האט זיך געשטעלט צום 'זשורי דוטי' און תיכף אנגעפאנגען טענה'ען אז ס'קומט זיך יענעם טויט שטראף...
מ'האט אים פארשיקט און מער האט ער שוין נישט געהערט פון זיי..
ווער בין איך? האט געשריבן:ער זאגט אז ווער ס'קען נישט די בעיסיקס פון ענגליש זאל מאכן א שורה צו זיין רעכטע זייט. בערך דרייסיג חברה שטעלן זיך אין די שורה.... ער האט זיי אלע גלייך צוריקגעשיקט צו זייער פלאץ זאגנדיג: אויב עטס פארשטייטס וואס איך האב יעצט געזאגט, קענען ענק דא בלייבן!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 11:35 am
דורך צייטליך
ווער בין איך. ביטע זיי ממשיך. (ס'געפעלט מיר די נישט-קענען-ענגליש פראצעדור..)
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 11:51 am
דורך ווינקל
צייטליך האט געשריבן:ווער בין איך. ביטע זיי ממשיך. (ס'געפעלט מיר די נישט-קענען-ענגליש פראצעדור..)
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:49 pm
דורך משיח
סמארט האט געשריבן:אויב האסטו אס אוועקגעווארפען דאן איז א פראבלעם אבער "אויב קומט עס נישט אן בכלל" דאן איז דאך בסדר
ווי לאנג מ'באקומט נאר די ערשטע סארט צעטל, ווי מ'ברויך אויספילן די פריוואטע אינפערמאציע, קען מען עס רואיג ארויסווארפן. ובלשון סמארט: ס'קומט בככל נישט אן צו דיר.
אויב אבער "האסט עס יא געקריגן" און אויסגעפילט און צוריקגעשיקט, און דאן לאדענען זיי דיר טאקע אראפצוקומען צו זיי, דאן איז נישט שייך אוועקצוווארפן.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:51 pm
דורך משיח
ווער בין איך? האט געשריבן:איינער האט זיבן עקסטערע בעטעריס פאר מיין בלעקבערי אדער האבן זיי דארט פלאגס ווי מען קען עס טשארדשן?
ווי ווייט איך געדענק קען מען זיך נישט באנוצען מיט קיין סעלפאון אינעם זאל ווי מ'פארברענ(ג)ט דעם טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:05 pm
דורך פאטאקי08
משיח האט געשריבן:ווער בין איך? האט געשריבן:איינער האט זיבן עקסטערע בעטעריס פאר מיין בלעקבערי אדער האבן זיי דארט פלאגס ווי מען קען עס טשארדשן?
ווי ווייט איך געדענק קען מען זיך נישט באנוצען מיט קיין סעלפאון אינעם זאל ווי
מ'פארברענ(ג)ט דעם טאג.
איך האב געלאכט אויף די באלד טעקסט
קען זיין רעדן אויפן סעלפאן טאר מען נישט אבער טייפן מעג מען???
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:12 pm
דורך ווער בין איך?
משיח האט געשריבן:ווער בין איך? האט געשריבן:איינער האט זיבן עקסטערע בעטעריס פאר מיין בלעקבערי אדער האבן זיי דארט פלאגס ווי מען קען עס טשארדשן?
ווי ווייט איך געדענק קען מען זיך נישט באנוצען מיט קיין סעלפאון אינעם זאל ווי מ'פארברענ(ג)ט דעם טאג.
מען קען יא, מען קען אפילו זיצן מיט א לעפטאפ און קוקן א ווידיאו בשעת די לויערס רעדן. מען טאר נאר נישט רעדן אויפ'ן סעל וואס קען שטערן אנדערע מענטשן. זיי שטעלן אפילו צו פלאגס צו קענען טשארדשן דעם פאון (ווען איך ווייס דאס פון פריער...)
די המשך וועט קומען ווען איך וועל האבן גענוג צייט, די טאג איז נאך געוועהן גאנץ לאנג נאך דעם...
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:43 pm
דורך פאטאקי08
ווער בין איך? האט געשריבן:איך וועל פראבירן איבערצוגעבן א קורצע באריכט פון מיין טאג דארט. אזויווי איך בין נישט קיין שרייבער, זאל מען פליז נישט האבן קיין טענות אויב ס'איז נישט גוט געשריבן.
פארוואס טענות? סאיז מוראדיג גוט געשריבען!! דארפסט נאר ממשיך זיין..
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 10:56 am
דורך ווער בין איך?
המשך....
נאך בערך צוואנציג מינוט ווארטן קומען אריין זכר ונקבה – די צוויי לויערס און זאגן אז זיי קענען נישט זאגן פונקטליך די קעיס, דאס וועט מען הערן אין קאורט, אבער ס'איז געוועהן א קאר עקסידענט.
זיי סעלעקטן צעהן רענדאם מענטשן פון די גרופע וואס מיט זיי גייט מען אנהייבן (איך בין נישט געוועהן פון די צעהן).
יעצט הייבט זיך אהן די חקירות ודרישות. פרעגן אויס יעדן פון די צעהן אלע מיני קשיות, אויב האסטו עפעס מיט א אינשורענס אגענט, מיט א לאו ענפארסמענט אגענט, אויב ביסטו אדער איינער נאנט מיט דיר געוועהן אין א עקסידענט אמאל, אויב ביסטו געווארן געשעדיגט דעמאלס, אויב קענסטו איינער פון די לויערס אדער זייער עידשענסי וכו' וכו'.
זיי האבן געענדיגט אויספרעגן די צעהן מענטשן בערך צוועלף אזייגער (און איך זיץ שוין דארט זייט האלב נאך אכט מיט צוויי אויסגענוצטע בעטעריס!), און זענען ארויס פון שטוב, מען האט אונז געלאזט דארט אליינס ווייטער משוגע צו ווערן פאר ליידיגגיין. האלב נאך צוועלף קומען זיי צוריק אריין זאגן אז די קעיס איז יעצט געווארן סעטלד אוט אוו קאורט און די קלוירק וועט אריינקומען אונז זאגן וואס צו טוהן ווייטער.
נאך פינף מינוט קומט ער אריין און זאגט אזויווי די קעיס איז נישט אנגעקומען צו א שופט, דארפן אונז צוריק אריינגיין אין די גרויסע שטוב ווארטן פאר נאך א קעיס. אבער יעצט איז לאנטש ברעיק ביז צוויי אזייגער.
איך רוף שנעל אהן מיין חבר (וואס ארבעט אין די געגענט דארט) און פרעג אים ווען זיין לאנטש ברעיק איז, ער זאגט מיר ער קען עס יעצט נעמען און איך זאל אריבערקומען צו אים.
איך קום אהן צו אים אין אפיס ווי ער האט מיר אפגעווארט מיט א הייסע טעלער טשאלענט וואס ער שטעלט צו אין ארבעט יעדע פאר דאנערשטאגס. אוי אידאס גוט געוועהן!
נאך זיבן ציגארעטלעך דורכאויס דער איין א האלב שעה'דיגע ברעיק בינעך צוריק אריין אין קאורט בנין צוואנציג צו צוויי – נאכאמאל דורך די סעקיוריטי, דאס מיינט אויסליידיגען אלע טאשן, אויסטוהן דעם פאסיק וכו' (איך בין דורך סעקיוריטי יענעם טאג בערך צוואנציג מאל!).
פון יעצט און ווייטער איזעס געוועהן עכט עכט באורינג! געזעצן דארט ביז פיר אזייגער ווארטן טאמער רופט מען מיין נאמען פאר א קעיס.
פיר אזייגער רוקט זיך ארויס דער פרוי (פארגעסן וואס איר טיטל איז) און הייבט אהן זאגן אז זי פארשטייט אז מיר ווילן נישט זיין דא סאו אונז וועלן נישט דארפן צוריקקומען נאכאמאל פאר די נעקסטע אכט יאר, אבער אונז דארפן נאך ווארטן ביז מען רופט אויס אונזער נאמען פאר די צעטל אז מען איז באפרייט.
מיט אזא מזל ווי איך האב האט מען פארשטייט זיך גערופן מיין נאמען פון די לעצטע, 4:45 (דא איז שוין אלע דריי בעטעריס געוועהן טויט שוין נאכ'ן עס טשארדזשן) הער איך שוין מיין נאמען און איך גיי נעמען דעם צעטל. און באפרייט!!!
איך גיי צוריק צו מיין חבר צו באקומען דיירעקשאנס מיט די טרעין (איך האב נישט געהאט קיין סעל מער אים צו רופן) און אביסל נאך פינעווע בינעך געוועהן צוריק אין בארא פארק ווי איך בין נאך שנעל געלאפן צום ארבעט אריינכאפן אביסל!
וואט עי דעי!
אויב איינער האט נאך עפעס שאלות וויאזוי די טאג דארט גייט צו, קען מיר אנפרעגן און אויב ווייס איך דעם ענטפער וועל איך פראבירן צו ענטפערן. איך האף אז איך האב גארנישט אויסגעלאזט.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:00 am
דורך קרעמער
יישר כח יישר כח
ביסט באפרייט אויפן טאג... אבער מארגן און אזוי אויך איבערמארגן און איבעראיבערמארגן און אזוי ווייטער מוזטו געהעריג שרייבן, ווייל מיר האבן יעצט געזען אז דיין תירוץ פון "איך בין נישט קיין שרייבער" איז פאלש דורכאויס!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:01 am
דורך ווער בין איך?
קרעמער האט געשריבן:יישר כח יישר כח
ביסט באפרייט אויפן טאג... אבער מארגן און אזוי אויך איבערמארגן און איבעראיבערמארגן און אזוי ווייטער מוזטו געהעריג שרייבן, ווייל מיר האבן יעצט געזען אז דיין תירוץ פון "איך בין נישט קיין שרייבער" איז פאלש דורכאויס!
איך האלט שוין ביי איבער צוויי אלפים תגובות און דאכצעמער דאס איז מיין לענגסטע תגובה וואס איך האב אמאל געשריבן!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:08 am
דורך באמבאסטיש
נו זעה טאקע אז ס'זאל זיין נאך לענגערע... דיין שריפט ליינט זיך זייער בא'טעמט און געשמאק.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:29 am
דורך צייטליך
יישר כח ווער בין איך! זייער הנאה געהאט און איך גלייב אז עס וועט זיין א הילף פאר אנדערע וואס דארפן אהינגיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 12:01 pm
דורך שנאפס
באמבאסטיש האט געשריבן:דיין שריפט ליינט זיך זייער בא'טעמט און געשמאק.
צייטליך האט געשריבן:יישר כח ווער בין איך! זייער הנאה געהאט
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 12:07 pm
דורך דארפסמאן
אבער פארוואס ביסטו באפרייט פאר 8 יאר ? , מיר דארפען אזא ארטיקל יעדע 2 וואכען
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 12:52 pm
דורך דער קוטשער
דארפסמאן פרעגטעך גוט,
האסט נישט פארציילט איבער דיין געהאלט אויפ'ן וועג ארויס,
ווען קען מען קומען פאר די מעשר?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 12:55 pm
דורך ווער בין איך?
וואס געהאלט ווען געהאלט? זיי צאלן א קארגע 40 דאללער פאר'ן טאג נאר אויב דער בעה"ב צאלט נישט פאר'ן טאג (מיין בעה"ב צאלט מיר נישט פאר'ן טאג). איך דארף ווארטן 6-8 וואכן עס צו באקומען אין די פאסט!
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 10:03 am
דורך פליגל
כ'על פרעגן עפעס וואס כ'פארשטיי אז מ'האט'ס שוין לאנג אויסגעשמועסט דא, אבער כ'בין פויל'ס צי זיכן.
וואס איז דער געזעץ בנוגע א בעה"ב, מוז דער בעה"ב באצאלן ווייטער וועידזשעס פאר אן ארבייטער וואס גייט דינען אין דזשורי אדער ער ברויך נישט?
אויב ער ברויך נישט און דעסוועגן באצאלט ער יא מעג דער ארבייטער נעמען דאס געלט פון די קאורט?
איז דא עפעס א בענעפיט פון "וועיווען" (נאכלאזן) די באצאלדונג וואס זיי טראגן אן (זיי האבן אזא אויסוואל)?
ביטע ענטפערן ווייל דאס איז מיר נוגע להלכה ולמעשה.
יישר כח
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 11:05 am
דורך שמערי בערי
פליגל האט געשריבן:כ'על פרעגן עפעס וואס כ'פארשטיי אז מ'האט'ס שוין לאנג אויסגעשמועסט דא, אבער כ'בין פויל'ס צי זיכן.
וואס איז דער געזעץ בנוגע א בעה"ב, מוז דער בעה"ב באצאלן ווייטער וועידזשעס פאר אן ארבייטער וואס גייט דינען אין דזשורי אדער ער ברויך נישט?
ווענדט זיך, געווענליך אויב א ארבעטער האט מען ווי צען עמפלאי'ס אין די סטעיט וועט ער מוזן באצאלן לכה"פ 40 טאלער א טאג (אזויפיל וויפיל זיי צאלן) פאר דעם ארבעטער.
אויב ער ברויך נישט און דעסוועגן באצאלט ער יא מעג דער ארבייטער נעמען דאס געלט פון די קאורט?
ניין
איז דא עפעס א בענעפיט פון "וועיווען" (נאכלאזן) די באצאלדונג וואס זיי טראגן אן (זיי האבן אזא אויסוואל)?
ניין
ביטע ענטפערן ווייל דאס איז מיר נוגע להלכה ולמעשה.
יישר כח
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 2:37 pm
דורך פליגל
שמערי בערי האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:כ'על פרעגן עפעס וואס כ'פארשטיי אז מ'האט'ס שוין לאנג אויסגעשמועסט דא, אבער כ'בין פויל'ס צי זיכן.
וואס איז דער געזעץ בנוגע א בעה"ב, מוז דער בעה"ב באצאלן ווייטער וועידזשעס פאר אן ארבייטער וואס גייט דינען אין דזשורי אדער ער ברויך נישט?
ווענדט זיך, געווענליך אויב א ארבעטער האט מען ווי צען עמפלאי'ס אין די סטעיט וועט ער מוזן באצאלן לכה"פ 40 טאלער א טאג (אזויפיל וויפיל זיי צאלן) פאר דעם ארבעטער.
אויב ער ברויך נישט און דעסוועגן באצאלט ער יא מעג דער ארבייטער נעמען דאס געלט פון די קאורט?
ניין
איז דא עפעס א בענעפיט פון "וועיווען" (נאכלאזן) די באצאלדונג וואס זיי טראגן אן (זיי האבן אזא אויסוואל)?
ניין
ביטע ענטפערן ווייל דאס איז מיר נוגע להלכה ולמעשה.
יישר כח
יישר כח שמערי
א איבלעדיגע הזמנה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 10:55 pm
דורך פראספעקטיוו
פאר אפאר וואכן צוריק האב איך ערהאלטן א פארום אין פאסט, אז איך זאל זאפארט צוריק שרייבן אויף אפאר קשיות אויף מיין אינדענטיטעט לגבי "דזשורי". נאטירליך האב איך צוריק געענטפערט - נישט וויסענדיג אז מען דארף דאס איגנארירן - אבער איך האב מיר דערשראקן ווייל זיי האבן אונטעגערשטרייכט אז מען מוז דאס צוריק שיקן... יעצט האט מען מיר מכבד געווען מיט סנדקאות, איך בין מזומן צו דזשורי - משטיינס געזאגט, צוויי שווארצע האבן זיך געשלאגן און איינער האט איינעם אויסגעשאסן די ציינער און איך דארף פסק'נן פאר וועם די ציינער באלאנגט..- הכלל, איך האב זערא חשק ארייצובייסן אין אזאנא איבעלדיגע הזמנות, וואס אנטבלאנגט קאפ וויי, און אלדעס בייזע רוחות.. א גוטע פריינד האט מיר געראטן דאס טאטאל צו איגנארירן - זיי האבן נישט פראוו אז איך האב געקריגן די הזמנה - אלזא טייערע ברודער איך בין אביסל באזארגט זיי שרייבן אז איך קען קריגן פענעלטיס און אפי' א בענקל אין טורמע צעל פארן נישט ערשיינען - עס איז א רוטינע הזמנה וואס א שיינע רוב ציבור האט שוין אמאל עקספיריענסט. העלפט מיר ארויס, וואס דארף איך טון??
יישר כוחכם חילכם לאורייתא
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 11:02 pm
דורך היימישער איד
אויב האסטו געענטפערט אויף די ערשטע בריוו דארפסטו זיך לכאורה וויסענדיג מאכן אויך פון די איגרות שניות.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 11:19 pm
דורך שמערי בערי
פאר דיין טובה איגנאריר עס נישט דעם ערשטן קענסטו איגנארירן די צווייטע נישט אזוי שנעל...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 4:00 pm
דורך SPUSMN
אחד מן החבורה האט מיר אנגעפרעגט וויאזוי זיך צו פטר'ן פון נישט זיין אויף א דזורי. אזוי ווי לעצטענס האט מען מיר אויך גערופען האביך אים דערציילט מיין ערפארונג, און ער האט מיר געבעטען עס דא ארויף צו שטעלען.
--
איך בין לעצטענס געווען און מען האט מיר באפרייט סוף טאג 4:15 מיט אלע וואס זענען נישט אויס געוועלט געווארען יענעם טאג.
זיי האבען איבער גענוג מענטשען יעדען טאג, און דערפאר לייגען זיי נישט אוועק פון איין טאג אויפען צווייטען, חוץ אויב איינער איז סעלעקטירט צו דינען אין א דזורי.
זיך ארויס צו דרייען, איז אזוי.
ווען עס הייבט זיך אן, האלט דארט א קלערק א דרשה, און רעכענט אויס אלע מי האיש... ילך וישוב לביתו.
דארטען אין גרויסען זאל ווי מען קומט אן, קען מען זיך ארויס דרייען נאר אויב:
מען איז נישט קיין אמעריקאנער סיטיזען
מען וואוינט נישט אין ברוקלין
מען האט געדינט אין די לעצטע 4 יאר
מען איז קאנוויקטעד געווארען אמאל אויף קרימינאלע טשארדזעס
מען קען נישט געניג ענגליש צו פארשטיין און מיט האלטען דער טרייל.
כדי שלא לבייש, שטעלען זיך אלע וואס גייען אריין אין די פינעף קאטעגאריעס אין א שורה, און יעדער באטראכט זיי צו וועליכע פון די פינעף זיי באלאנגען.
די ווילסט נישט שטיין און דער שורה, ווייל אויב מען וועט דיר נישט חושד זיין און נישט קענען ענגליש, וועט מען דיר חושד זיין אז די ביזט א פארברעכער.
ועל כולם, טאמער מען שטייט אין דער שורה, ווערט מען נאך נאכדעם אויס געפרעגט ביי איינעם אין א צימער, זיכער צו מאכען אז מען דרייט זיך נישט סתם אזוי ארויס.
אלזא גייט מען א שטאפל ווייטער.
אויב מען קלויבט דיר בכלל נישט אפילו פאר א אפשר פאר א דזורי, איז דענמאלץ זיצט מען דארט מיט אנדערע היימישע אידען, מען שמועסט, מען לערענט א ספר, און מען פארברענגט דער טאג.
טאמער מען רופט דיר יא אריין פאר א אפשר צו דינען אין א דזורי, איז אזוי געשען מיט מיר.
די צוויי לאויערס פון די קעגענדיגע זייטען (אמאל קען עס זיין דער דזאדז) רופט אריין א צוואנציג מענטשען. פון זיי קלויבען זיי אויס 10 מענטשען און פון די 10, נעמען זיי 6. איך בין געווען פון די 10 אבער נישט פון די 6.
די 10 מענטשען פרעגען זיי שאלות בפומבי פאר אלע 20, ווי "קענסטו זיין פעיר"? אוודאי וועט עס זיין א חילול השם צו זאגען "ניין".
זיי לייגען אראפ דער עיקר מעשה וואס איז דא געשען און אויף וואס מען גייט דן זיין, און זיי פרעגען, צו עפעס אין דיין פערזענליכע לעבען קען דיר שטערן צו זיין אביעקטיוו און פעיר.
דא האט זיך געהאנדעלט אין א קאר עקסידענט, און זיי האבען געפרעגט (אלעמען) צו איז געווען א עקסידענט ביי א משפחה אדער א באקאנטען?
איך האב גע'ענטפערט יא און דערציילט אין קורצן.
זיי האבען מיר צוויי מאל ארויס גערופען פריוואט אויס צו פרעגען מער פרטים, און (פאר דאס ערשטע מאל אין מיין לעבען) ערענסט געטראכט מיר צו נעמען. אבער צום סוף האבען זיי באשלאסען אז נישט.
צווישען די שאלות וואס זיי פרעגען, איז צו מען קען זיך צושטעלען צו זיין דא. און אויף דעם קען מען דאך האבען פארשידענע תירוצים פארוואס נישט, ווי למשל דאגות פרנסה, געזונט וכו', אדער סתם זיי זאגען אז מען איז דיפרעסט; שערי תירוצים לא ננעלו. פארשטייט זיך אז אזעליכע זאכען זאל מען נאר זאגען ביחידות אויב זיי רופען ארויס.
בקיצור עס איז זייער גרינג זיך ארויס צו דרייען.
כל טוב והצלחה.