בלאט 3 פון 5
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 10:46 am
דורך jkup50
גם אני בחלומי האב יעצט באקמען פאר מיין ב''ב זז''ג צום דריטען מאל א קוועשניר קען איך עס רואיגער הייט אריין לייגן נאכאמאל אין גארביטש זוי ווי פריער?
אויב איז דא א נארמאלע וועג ווי זוי צי פטר'ן וואלט איך עס ענדרעש געטוען
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 12:05 pm
דורך lebediger berel
איז דען נישט נארמאל, אז דו גיבסט נישט די פאסט פאר דיין ווייב ?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 12:18 pm
דורך שמערי בערי
בקיצור הדבר, א קוועשטעניער איז געווענליך קיין פרארבלעם, מ'קען עס לאזן לויפן. אויב האט מען איינמאל געענטפערט דעמאלטס מוז מען שוין גיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 12:40 am
דורך always happy
איך בין לעצטענס אראפגעגיינגען *1 איך האב נאך קיין געלט פין דארט נישט באקימען סא איך ווייס נישט וואס מרעד וועגן באקימען געלט *2 ה"י פאר ווער סגייט אראפ איך בין אנגעקימען ארים 10:00 איך בין געזיצן דארט ביז 4:30 אין גארנישט געטין אבער גארנישט מיינט גארנישט טאמער גייסטו ארויס כאפן א ציגרעטעל אין פינקט האט מען אויסגעריפן דיין נאמען קענסטו ווארטן נאך א פאר שעה ביז מוועט דיך ריפען איך וואלט געראטן נישט אראפציגיין
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 25, 2011 1:24 pm
דורך איזעי
גם אני בחלומי, נישט איך און נישט מיין ווייב האבן אמאל באקומען קיין פארלאנג צו קומען אין דזשורי אדער קוועסטשינער'ס..... (מיין ווייב האט נאר געהערט פון איינעם וואס האט געזען א שטאטישע דאקומענט אדרעסירט פאר איר, אבער זי האט עס ניטאמאל געזען).
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא באקומט אזעלכע זאכן, די זאכן קומען קיינמאל נישט אן......
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:26 am
דורך מידער
ס'לעצטע צוויי מאל איז דער סאמענס נישט אנגעקומען וויבאלד מ'האט געברויכט אביסעלע פארן, יעצט אבער איז דער געריכט לאקאל, איז די שאלה אויב ס'איז ווידער נישט אנגעקומען, אדער וועט מען גאר העלפן א איד, און אויב ס'וועט נישט זיין א איד לוינט זיך די עטליכע טייערע טראפן גאזעלין?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:58 am
דורך שמערי בערי
א "סאמענס" אדער קוועשטענעיר?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 12:55 pm
דורך מידער
דעם קוועשטענעיר האט איך ווי דער שטאט'ס נער נאך אריינגעשיקט אין שיינערצייט, איצט איז שוין נישט דער ערשטער סאמענס...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 1:56 pm
דורך איזעי
וויאזוי ווייסטו אז עס איז נישט די ערשטע סאמענס, אמער עס איז דאך קיינמאל נישט אנגעקומען.
איך מיין אז אויב קומט עס איינמאל אן, דאן קען עס אנקומען נאכאמאל, פשוט מסברא, ווייל ווילאנג עס קומט נישט אן, קומט דאך עס נישט אן, אבער אז עס קומט שוין אן, זעסטו דאך אז עס איז אנגעקומען...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 2:10 pm
דורך שמערי בערי
אויב דו האסט אריינגעשיקט דעם קוועסשענעיר דאן מוזטו זיך לכאורה וויסענדיג מאכן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:50 pm
דורך מידער
איזעי האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז עס איז נישט די ערשטע סאמענס, אמער עס איז דאך קיינמאל נישט אנגעקומען.
איך מיין אז אויב קומט עס איינמאל אן, דאן קען עס אנקומען נאכאמאל, פשוט מסברא, ווייל ווילאנג עס קומט נישט אן, קומט דאך עס נישט אן, אבער אז עס קומט שוין אן, זעסטו דאך אז עס איז אנגעקומען...
דאס איז טאקע די פראגע פון די קרעטשמע חבריא, אויב די איצטיגע איז אויך נישט אנגעקומען...
זיי שרייבן אז מען קען זיצן דרייסיג טעג פאר'ן זיך נישט וויסענדיג מאכן (כ'מיין, אויב ס'קומט נישט אן...), ווייסט איינער אויב מען קען באזיכן אין קרעטשמע פונעם חד גדיא?
אבער אז דער ראש הקהל הייסט פאלגט מען... וועליך מיר כאטש איינרעדן אז כ'אמיר געשפארט טויזענט דאלאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:58 pm
דורך איזעי
אויב האסטו עס באקומען, דאן מוזטו זיך וואוסנדיג מאכן לויטן געזעץ
איך האב נאר פארשטאנען אז דו ביזט מסופק צו דו האסט עס באקומען. אין אזא פאל וואלט עס זיכער נישט געווען הארבער ווי א ספק דרבנן, וואס מיר פסק'נען אז ספק דרבנן להקל
א פראגע צו די עסקנים איבער דזשורי
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:18 am
דורך קארל
עס איז וואויל באקאנט די וויכטיגקייט פון זיך באטייליגן אין דעם "דזשורי דוטי" - סיי מאראליש און סיי פראקטיש. עסקנים זענען אין די לעצטע יארן טעטיג מעורר צו זיין דעם ציבור אז אויב אידן וואלטן זיך נישט אזויפיל ארויסגעדרייט פון דזשורי, וואלטן אידן וועלכע גייען דורך משפטים געקענט באקומען אידן אלץ זייערע דזשוריסטן און דאס וואלט זיי געקענט העלפן אין זייער משפט.
ווי באריכטעט אין אן אנדערן אשכול, איז נעכטן, תשעה-באב, פארגעקומען א טעלעקאנפערענץ מיט היימישע עסקנים איבער דעם שיקזאל פון אידן אין טורמע. עס איז אויך ארויסגעברענגען געווארן דורך הרב יואל אשר לאבין פון "דרור" די וויכטיגקייט פון גיין צו דזשורי.
איך וויל דעריבער פרעגן א פראגע פון הרב לאבין און פון די אנדערע עסקנים. אבער איידער איך פרעג מיין פראגע וויל איך אונטערשטרייכן אז איך פערזענליך האב נאך קיינמאל נישט זיך ארויסגעדרייט פון דזשורי דוטי.
מיין פראגע צו די עסקנים איז אזוי: איר טענה'ט אז אויב אידן וועלן מער גיין צו דזשורי וועט דאס קענען ארויסהעלפן אידן. פיין. וואס איז אבער אז א איד ווערט אויפגענומען אלץ א דזשוריסט ביי דעם משפט פון א פעלאו איד, וואס איז זיין פליכט אלץ דזשוריסט? צו פארזיכערן א יושר'דיגן משפט אדער צו באפרייען דעם איד?
וואס איז אויב ווי דער משפט פראגרעסירט ווערט קלאר פאר דעם אידישן דזשוריסט אז דער איד איז שולדיג. זאל ער מסכים זיין מיט די איבריגע דזשוריסטן אז ער איז שולדיג? אויב יא, וועט דאך אים די משפחה ממית'ן, און גענוג "ערליכע" אידן וועלן אים באשולדיגן אין "מסירה". אויב נישט, באגייט ער דאך אן אוממאראלישן אקט. ובנוסף לזה, אויב אידישע דזשוריסטן וועלכע אייביג זאגן אז אידן זענען אומשולדיג וועט מען טאקע נישט אויפנעמען קיין אידישע דזשוריסטן ביי אידישע אנגעקלאגטע, און מ'וועט נישט קענען פארזיכערן א יושר'דיגן משפט.
אלזא, וואס איז דער ציל פון פרובירן אז אידן זאלן ווערן אויפגענומען אלץ דזשוריסטן ביי אידנ'ס משפטים?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:41 am
דורך SPUSMN
קארל, די רירסט אן א וויכטיגע נקודה. דאס איז טאקע געווען דער קשיא וואס זיי האבען מיר איינמאל געפרעגט: "וועט דיין גלויבען און געוויסען דיר שטערען פון קומען צו א געריכטליכע מסקנה, לויט די אמעריקנער געזעצען?" דער שאלה איז אבער אזוי, האט נישט דער גלייביגער גוי אויך א שטיקעל קאנשענס? קען נאר זיצען אויפען דשורי אטאיסטען אפיקורסים? וואס איז מיט א דשורי אוו יור פיערס, זענען שונאי ישראל יור פיערס? לפחות דרייסיג פערצענט פון דער באפעלקערונג זענען מודה אז זיי זענען אנטיסימיטען, איז ממילא א איד שוין שולדיג און די אויגען פון א גיטער חלק פונעם דשורי נאך איידער עס הייבט זיך אן. וויאזוי דארף דזוסטיס לשיטתם ארבעטען? ו
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 11:43 am
דורך SPUSMN
דאס האב איך געשריבען פריער אויף אן אנדער אשכול וואס קארל האט דערמאנט: "איך ווייס אז דאס איז נישט דער טעמע דא, אבער עס איז פארט זייער וויכטיג צו דער שמועס דא, וויל איך זאגען אז איך האב זיך נאך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט פון דשורי דוטי, איך קום אלעמאל ווי א טאטעלע דארט, אבער זיי ווילען בשום אופן נישט א איד מיט בארד און פאות אויף דער דשורי, זיי דיסמיסין מיר כלאחר יד, און מאכען אפילו נישט צו טוהן פון דעם. עס איז אזוי פשוט ביים דשאדז און ביי די לויערס פון ביידע זייטען אז א איד ווי איך איז נישט א "פיער" פון דער באשולדיגטע. אלזא זאג איך אז דער דשורי סיסטעם דא אין אמעריקע שטינקט, א איד קען בשום אופן נישט באקומען קיין פעיר טרייל אפילו יעדער איד וועט זיך שטעלען צו דזורי דוטי." ו
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 2:29 pm
דורך קארל
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 4:07 pm
דורך רשכבהג
איך וויל פארשטיין האט געשריבן:מיך און מיין ווייב האט מען שוין געריפען פאר א יאר ציריק, און איך האב מיך נישט וויסענדיג געמאכט, האט מען געסטראשעט אויך מיט קנס וכדומה, האב איך געפרעגט איינער וואס טיט און שטאטישע פראגרעמס האט ער מיר געזאגט אז ווי לאנג זיי שיקען נישט מיט סערטעפייד מעל קען איך עס אוועקווארפען. וכך הוה, און שוין ב"ה איבער א יאר וואס איך הער נישט פון זיי.
ביימיר די סעים. אויך באקומען אויך געפרעגט אויך גענטפערט אריין אין סענעטאציע.
נאר וואס ס'איז אינטערסאנט, אז גראדע קלער איך יא אפשר אמאל צו גיין אפשר חוה"מ, ווי נישט ווי איז אביסל רואיגער ווען מ'גייט און מ'זאגט איך קען נישט קיין ענגליש איך בין נוגע בדבר, פשוט צו שלאפן רואיגער, אבער איך האב פשוט מורא אז די רגע איך ריף מיך אן אז זיי זאלן נישט ארויס נעמען אלע מיינע שטראפן און קנסות פון שיפלאד..... ווייסט איינער וועגן דעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:24 am
דורך סמארט
אויב האסטו אס אוועקגעווארפען דאן איז א פראבלעם אבער "אויב קומט עס נישט אן בכלל" דאן איז דאך בסדר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:37 am
דורך SPUSMN
רשכבהג, איך מיין אז מען מאכט א חילול השם ווען מען ענטפערט אז מען קען נישט קיין ענגליש, ווייל זיי ווייסען אז דאס איז א תירוץ פאר די לאקשען. בעסער מיין איך איז נישט צו גיין, ווי צו גיין און מאכען א חילול השם
די דארפסט נישט מורא האבען, זיי נעמען אונז נישט אפילו מיר זאלען וועלען, ווי איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדערש
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 8:11 pm
דורך ווער בין איך?
איז דא איינער וואס גייט ביי עני טשענס מארגן צו דשזורי דוטי אין מאנהעטן?
איך דארף אראפגיין מארגן פארטאגס און איך זוך קאמפאני, איך וויל נישט משוגע ווערן פאר ליידיגגיין דארט.
_____________________
קען מען גיין מיט'ן קאר? איז דא פארקינג דארט? כשר'ס איז דא ווי צו באקומען דארט? איינער האט זיבן עקסטערע בעטעריס פאר מיין בלעקבערי אדער האבן זיי דארט פלאגס ווי מען קען עס טשארדשן?
טענק יו אלל פאר העלפינג מי אוט!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 8:24 pm
דורך ווער בין איך?
אאפס, נישט אין מאנהעטן. ס'איז אין דאונטאון ברוקלין
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 9:15 pm
דורך derech eretz
א קרוב מיינער האט זיך געשטעלט צום 'זשורי דוטי' און תיכף אנגעפאנגען טענה'ען אז ס'קומט זיך יענעם טויט שטראף...
מ'האט אים פארשיקט און מער האט ער שוין נישט געהערט פון זיי..
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 9:21 pm
דורך בהמה_דקה
ביי אונז פלעגט מען זינגען, איי אידעלעך, איי אידעלעך...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 2:11 pm
דורך צייטליך
ווער בין איך. ביטע גיב א באריכט פון אייער דזשורי-דוטי דינסט. זאלן אנדערע וויסן ווי, וואס, ווען. (מיר האבן פראבירט מיטצוהאלטן אין לויף פון טאג אויפן ספר הפנים וויפיל מאל איר האט געטוישט באטאריען..)
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 8:45 pm
דורך ווער בין איך?
איך וועל פראבירן איבערצוגעבן א קורצע באריכט פון מיין טאג דארט. אזויווי איך בין נישט קיין שרייבער, זאל מען פליז נישט האבן קיין טענות אויב ס'איז נישט גוט געשריבן.
איך בין ארויסגעפארן פון בארא פארק (יישר כח פאר די חשובע ניק "** **" וואס ארבעט דארט אין די געגנט פאר'ן מיר צוהעלפן אנקומען דארט) מיט'ן 'די' טרעין צעהן צו אכט. ביי די אטלאנטיק - פאסיפיק סטאפ האב איך אריבערגעטוישט צום 'אר' טרעין וואס האט מיר גענומען גראד ביז קאורט סטריט אין דאונטאון ברוקלין.
צוואנציג נאך אכט בינעך דורך די סעקיוריטי ביים אריינגיין אין קאורט און איך בין אריין אין רום 261 אויף די לינקע זייט. איך האב געווארט ווי א שוטה עפעס זאל זיך דארט אנהייבן בשעת ס'פליסט אריין נאך און נאך שחורים גראד פון בעד סטיי ארויס, אבער קיין איין היימיש פנים זעה איך נישט.
ב"ה דער קלוירק איז אויפגעשטאנען פון שלאף און זעצט זיך אוועק אויבן אהן ביים מייק און הייבט אהן פלוידערן אלע זיינע תורות וואס ער זאגט יעדן טאג. מען מוז בלייבן אין גרויסן שטוב אדער די Lounge א גאנצן טאג (חוץ ביים לאנטש ברעיק). די איינציגסטע זאך וואס מען מעג ארויסגיין פאר, איז צו רייכערן וואס מען באקומט צעהן מינוט דערפאר (יעדע ציגארעטל). ער זאגט אז ווער ס'קען נישט די בעיסיקס פון ענגליש זאל מאכן א שורה צו זיין רעכטע זייט. בערך דרייסיג חברה שטעלן זיך אין די שורה.... ער האט זיי אלע גלייך צוריקגעשיקט צו זייער פלאץ זאגנדיג: אויב עטס פארשטייטס וואס איך האב יעצט געזאגט, קענען ענק דא בלייבן!
יעצט גייט מען קוקן א מאווי אלע צוזאמען וויאזוי א קאורט פלעגט אויסזעהן מיט צוויי טויזנט יאר צוריק און פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג צו פארלירן א טאג ארבעט און אראפקומען צו טוהן די דוטי פון די דשורי.
בערך צעהן אזייגער הייבן זיך אהן אריינרוקן אלע אידעלעך דארט, ב"ה א חבר מיינס האט אויך באקומען דעם סאממאנס פאר דעם טאג, האב איך כאטש געהאט מיט וועם צו פארברענגען דארט דעם טאג. ביי דע טיים איך בין אהיים האב איך שוין פארשאפט נאך א חבר דארט.
ער הייבט אהן אויסרופן נעמען פון מענטשן וואס דארפן אריינגיין אין די שטובן אין די זייט (יעדע קעיס א צווייטע שטוב). איך בין געוועהן בערך נאמבער 50. איך גיי אריין אין רום נאמבער 5 און מען ווארט אויף די צוויי לויערס פון די קעיס זאלן קומען רעדן פאר אונז.
המשך יבוא ווען איך וועל האבן צייט....