בלאט 2 פון 5
דזאָרי דאָרי (Jury duty)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 3:07 pm
דורך משיח
מיין חבר האט געקריגן א "אינוועטעישן" צו דינען אלס א דזארי אין די לאקאלע געריכט הויז. (כרטיסי חזרה אין אנו שולחים, ולהופעתכם אנו מצפים! אל תקרא מצפים אלא מצַווִים...).
האט איינער א ידיעה איבער דעם ענין?
1. איז דא א וועג זיך ארויסצודרייען?
אויב יא, וואס איז די עצה?
אויב נישט:
2. וואס זענען די רעגולאציעס דארט?
עפעס געדענק איך אז זיי רופן סאך מער ווי זיי ברויכן באמת פאר דעם טאג, און אויב מ'נוצט דיר נישט דעם טאג וואס דו ביסט דארט, דארפסטו צוריק קומען? אדער ביסטו דיסמיסט?
אויב איינער האט א ידיעה אין דעם, ביטע מיטטיילן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 3:16 pm
דורך שמערי בערי
ס'איז דא וועגן זיך ארויס צו דרייען, אבער ס'איז א שאד ווייל סייווי א קליינע פראצענט קומען אן דערצו און זיי זעהען ווי אידן דרייען זיך ארויס.
אויב זיי דיסמיסן דיר אדער זיי זאגן דיר לכתחלה נישט צו קומען (מ'קאלט אריין א נומער) ביסטו באפרייט פאר די קומענדיגע זיבן יאר.
די לאקאלע געריכטן זענען עפ"י רוב נישט קיין לאנגע געריכטן, ס'קען זיין א טענענט לענדלארד סכסוך, צו א עקסידענט ווער ס'איז שולדיג... ס'דא אמאל וואס ס'נעמט ממש א קורצע צייט...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 3:17 pm
דורך שמערי בערי
(אגב, שוין דא אזא אשכול, שמעלצערס צום טיש...)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 3:22 pm
דורך leiby
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 10, 2010 6:29 pm
דורך קרעמער
צוזאמגעשמאלצן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 7:12 am
דורך משיח
היוצא לנו מכל הנ"ל, אז ס'איז ווערט צו גיין. און זאל זיין א כפרה.
שמערי בערי האט געשריבן:אויב זיי דיסמיסן דיר אדער זיי זאגן דיר לכתחלה נישט צו קומען (מ'קאלט אריין א נומער) ביסטו באפרייט פאר די קומענדיגע זיבן יאר.
וואס הייסט זיי דיסמיסן דיר? אז ער קריגט א בריוו אז ער ברויך גיין, ווען דיסמיסן זיי? און וואס איז די מעשה מיט די נומבער וואס דו זאגסט?
שמערי בערי האט געשריבן:די לאקאלע געריכטן זענען עפ"י רוב נישט קיין לאנגע געריכטן, ס'דא אמאל וואס ס'נעמט ממש א קורצע צייט...
איינער האט דא אויבן געשריבן אז ווי לאנג מ'נוצט דיר נישט אלס דעה זאגער, ברויכסטו צוריקקומען א גאנצע וואך.
נו איז דאך עס נישט אזוי אזא קורצע שפיל?
אגב, וויאזוי גייט עס מיט ארבעט? אז ער האט א פול טיים דזאב איז דאס נישט קיין תירוץ? ברויך אים דער בעה"ב באצאלן פאר די טאג/וואך וואס ער פעלט?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 10:58 am
דורך שמערי בערי
את אשר יגורנו בא! ס'איז אנגעקומען דער סאמאנס.
נארמאלערהייט - ווי איך האב שוין געשריבן - האב איך א קליינעם דאגה מיט'ן אראפ גיין. דא אבער מאכט זיך א פרישן פראבלעם, אז ס'קומט אויס די ערשטע וואך פונעם זוממער קאנטרי-סעזאן, ווען איך נעם אן א דשאב. ואיככה אוכל - וויאזוי קאן איך פארפעלן פונעם דשאב שוין אינעם ערשטן וואך?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 11:37 am
דורך lebediger berel
קודם כל אויב דו האסט נישט מורא וועגן גילוי קענסטו שרייבן דא (זאלן אנדערע אויך הנאה האבן) אין וועלכע קאורט בילדינג האט מען דיך גערופן, איך וועל דיר פרובירן צו העלפן אויב דו ווילסט פירן דא מיט מיט א פובליק שמועס.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 12:44 pm
דורך שמערי בערי
וואס האט דאס מיט'ן בנין וואו מ'האט מיר גערופן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 1:57 pm
דורך דאכצעכמיר
איך האב לעצטענס באקומען איינס, כ'בין אראפגעגאנגען, פארברענגט א האלבער טאג דארט, און פטור אן עסק פאר די נעקסטע פאר יאר.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 2:27 pm
דורך leiby
איך האב יעצט באקומען איין אנלאדענונג, צוזאמען מיט מיין רעבעצין,
וואס זאגן די וואס האבן געפרעגט פאר יאר אין פאר צוויי יאר צוריק, קען מען עס לאזן לויפן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 06, 2010 2:44 pm
דורך שמערי בערי
מיין פראבלעם איז אז איך גיי עפ"י חשבון פונקט האבן אנגעקומען אין קאנטרי. און ס'גייט זיין זייער שווער...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 6:02 am
דורך lebediger berel
שמערי בערי האט געשריבן:וואס האט דאס מיט'ן בנין וואו מ'האט מיר גערופן?
ווייל אין פעדערעל איז דער סיסטעם אנדערש וואו אין סטעיט, אויך אין אפסטעיט איז דער סיסטעם אנדערש וואו אין ברוקלין וכדו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 12:48 pm
דורך 1x1
Interview on K"M about that subject
פונקטליך האט געשריבן:291 - ר' משה גרובער איבער אראפגיין צו דזשורי (הערשל פריעדמאן)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 1:30 pm
דורך lebediger berel
נאכן הערן דעם אינטערוויו קען מען אויסמעקן דעם גאנצן אשכול הא ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 04, 2010 11:26 am
דורך 1x1
כ'האב באקומען אן הזמנה פון זיי יום טוב, אבער אויף מיין אמאליגע אדרעס - מיין טאטע'ס אדרעס. איז יעצט למעשה האבעך עס טאקע נישט באקומען
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 01, 2010 5:16 pm
דורך שמערי בערי
דער פארלאנ גאיז שארף און גראד, מיטוואך ברויך איך אראפ גיין צו כ'וויל צו נישט.
יעצט וויאזוי ארבעט עס? למשל אז מ'מאכט זיך משוגע - אזוי ווי אין מיליטער - שיקן זיי מיר אהיים? אויב יא בין איך א קאנדידאט...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 01, 2010 5:18 pm
דורך ווער בין איך?
הייב אהן צו רעדן קרעטשמע שפראך, לייג צאם צוועלף ווערטער אלס איין ווארט, זיי שיקן דיר גראד צוריק אהער!
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 06, 2010 11:12 pm
דורך 1x1
ס'געקומען פרייטאג פאר מיין ווייב א 'ווארענט' פאר'ן נישט קומען צום דזשורי.
דארף מען זיך יעצט שוין יא דערשרעקן?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 12:07 pm
דורך שמערי בערי
פארן נישט קומען צום דשורי אדער נישט ענטפערן דעם קוועשעניער?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 3:11 pm
דורך 1x1
נישט ענטפערן
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 9:07 pm
דורך שמערי בערי
נישט ענטפערן איז "געווענליך" נישט אזוי הארב. אבער פרעג דיך נאך לאקאל ביי די וואס האבן עקספיריענס דערמיט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 9:40 pm
דורך דער קוטשער
אדער קען מען גיין, אדער לייגט מען עס אין די מיסט, און מ'פארגעסט דערפון.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 08, 2010 8:01 am
דורך הערשי קניהויז
אויב פלאנסטו נישט צו גיין עפען נישטאמאל דעם ענוועלאופ.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 09, 2010 6:22 pm
דורך איך וויל פארשטיין
מיך און מיין ווייב האט מען שוין געריפען פאר א יאר ציריק, און איך האב מיך נישט וויסענדיג געמאכט, האט מען געסטראשעט אויך מיט קנס וכדומה, האב איך געפרעגט איינער וואס טיט און שטאטישע פראגרעמס האט ער מיר געזאגט אז ווי לאנג זיי שיקען נישט מיט סערטעפייד מעל קען איך עס אוועקווארפען. וכך הוה, און שוין ב"ה איבער א יאר וואס איך הער נישט פון זיי.