דזשורי דוטי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

דזאָרי דאָרי (Jury duty)

תגובהדורך משיח » מאנטאג מאי 10, 2010 4:07 pm

מיין חבר האט געקריגן א "אינוועטעישן" צו דינען אלס א דזארי אין די לאקאלע געריכט הויז. (כרטיסי חזרה אין אנו שולחים, ולהופעתכם אנו מצפים! אל תקרא מצפים אלא מצַווִים...).
האט איינער א ידיעה איבער דעם ענין?

1. איז דא א וועג זיך ארויסצודרייען?
אויב יא, וואס איז די עצה?

אויב נישט:
2. וואס זענען די רעגולאציעס דארט?
עפעס געדענק איך אז זיי רופן סאך מער ווי זיי ברויכן באמת פאר דעם טאג, און אויב מ'נוצט דיר נישט דעם טאג וואס דו ביסט דארט, דארפסטו צוריק קומען? אדער ביסטו דיסמיסט?

אויב איינער האט א ידיעה אין דעם, ביטע מיטטיילן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 10, 2010 4:16 pm

ס'איז דא וועגן זיך ארויס צו דרייען, אבער ס'איז א שאד ווייל סייווי א קליינע פראצענט קומען אן דערצו און זיי זעהען ווי אידן דרייען זיך ארויס.

אויב זיי דיסמיסן דיר אדער זיי זאגן דיר לכתחלה נישט צו קומען (מ'קאלט אריין א נומער) ביסטו באפרייט פאר די קומענדיגע זיבן יאר.

די לאקאלע געריכטן זענען עפ"י רוב נישט קיין לאנגע געריכטן, ס'קען זיין א טענענט לענדלארד סכסוך, צו א עקסידענט ווער ס'איז שולדיג... ס'דא אמאל וואס ס'נעמט ממש א קורצע צייט...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 10, 2010 4:17 pm

(אגב, שוין דא אזא אשכול, שמעלצערס צום טיש...)
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג מאי 10, 2010 4:22 pm

שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 10, 2010 7:29 pm

צוזאמגעשמאלצן

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מאי 11, 2010 8:12 am

היוצא לנו מכל הנ"ל, אז ס'איז ווערט צו גיין. און זאל זיין א כפרה.

שמערי בערי האט געשריבן:אויב זיי דיסמיסן דיר אדער זיי זאגן דיר לכתחלה נישט צו קומען (מ'קאלט אריין א נומער) ביסטו באפרייט פאר די קומענדיגע זיבן יאר.

וואס הייסט זיי דיסמיסן דיר? אז ער קריגט א בריוו אז ער ברויך גיין, ווען דיסמיסן זיי? און וואס איז די מעשה מיט די נומבער וואס דו זאגסט?

שמערי בערי האט געשריבן:די לאקאלע געריכטן זענען עפ"י רוב נישט קיין לאנגע געריכטן, ס'דא אמאל וואס ס'נעמט ממש א קורצע צייט...

איינער האט דא אויבן געשריבן אז ווי לאנג מ'נוצט דיר נישט אלס דעה זאגער, ברויכסטו צוריקקומען א גאנצע וואך.
נו איז דאך עס נישט אזוי אזא קורצע שפיל?

אגב, וויאזוי גייט עס מיט ארבעט? אז ער האט א פול טיים דזאב איז דאס נישט קיין תירוץ? ברויך אים דער בעה"ב באצאלן פאר די טאג/וואך וואס ער פעלט?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יוני 06, 2010 11:58 am

את אשר יגורנו בא! ס'איז אנגעקומען דער סאמאנס.

נארמאלערהייט - ווי איך האב שוין געשריבן - האב איך א קליינעם דאגה מיט'ן אראפ גיין. דא אבער מאכט זיך א פרישן פראבלעם, אז ס'קומט אויס די ערשטע וואך פונעם זוממער קאנטרי-סעזאן, ווען איך נעם אן א דשאב. ואיככה אוכל - וויאזוי קאן איך פארפעלן פונעם דשאב שוין אינעם ערשטן וואך?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג יוני 06, 2010 12:37 pm

קודם כל אויב דו האסט נישט מורא וועגן גילוי קענסטו שרייבן דא (זאלן אנדערע אויך הנאה האבן) אין וועלכע קאורט בילדינג האט מען דיך גערופן, איך וועל דיר פרובירן צו העלפן אויב דו ווילסט פירן דא מיט מיט א פובליק שמועס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יוני 06, 2010 1:44 pm

וואס האט דאס מיט'ן בנין וואו מ'האט מיר גערופן?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך דאכצעכמיר » זונטאג יוני 06, 2010 2:57 pm

איך האב לעצטענס באקומען איינס, כ'בין אראפגעגאנגען, פארברענגט א האלבער טאג דארט, און פטור אן עסק פאר די נעקסטע פאר יאר.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג יוני 06, 2010 3:27 pm

איך האב יעצט באקומען איין אנלאדענונג, צוזאמען מיט מיין רעבעצין,
וואס זאגן די וואס האבן געפרעגט פאר יאר אין פאר צוויי יאר צוריק, קען מען עס לאזן לויפן?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יוני 06, 2010 3:44 pm

מיין פראבלעם איז אז איך גיי עפ"י חשבון פונקט האבן אנגעקומען אין קאנטרי. און ס'גייט זיין זייער שווער...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג יוני 07, 2010 7:02 am

שמערי בערי האט געשריבן:וואס האט דאס מיט'ן בנין וואו מ'האט מיר גערופן?

ווייל אין פעדערעל איז דער סיסטעם אנדערש וואו אין סטעיט, אויך אין אפסטעיט איז דער סיסטעם אנדערש וואו אין ברוקלין וכדו'.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 1:48 pm

Interview on K"M about that subject
פונקטליך האט געשריבן:291 - ר' משה גרובער איבער אראפגיין צו דזשורי (הערשל פריעדמאן)
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 24, 2010 2:30 pm

נאכן הערן דעם אינטערוויו קען מען אויסמעקן דעם גאנצן אשכול הא ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 12:26 pm

כ'האב באקומען אן הזמנה פון זיי יום טוב, אבער אויף מיין אמאליגע אדרעס - מיין טאטע'ס אדרעס. איז יעצט למעשה האבעך עס טאקע נישט באקומען
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 01, 2010 6:16 pm

דער פארלאנ גאיז שארף און גראד, מיטוואך ברויך איך אראפ גיין צו כ'וויל צו נישט.

יעצט וויאזוי ארבעט עס? למשל אז מ'מאכט זיך משוגע - אזוי ווי אין מיליטער - שיקן זיי מיר אהיים? אויב יא בין איך א קאנדידאט...
לעצט פאראכטן דורך שמערי בערי אום זונטאג נובעמבער 07, 2010 9:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג נובעמבער 01, 2010 6:18 pm

הייב אהן צו רעדן קרעטשמע שפראך, לייג צאם צוועלף ווערטער אלס איין ווארט, זיי שיקן דיר גראד צוריק אהער!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:12 am

ס'געקומען פרייטאג פאר מיין ווייב א 'ווארענט' פאר'ן נישט קומען צום דזשורי.

דארף מען זיך יעצט שוין יא דערשרעקן?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:07 pm

פארן נישט קומען צום דשורי אדער נישט ענטפערן דעם קוועשעניער?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג נובעמבער 07, 2010 3:11 pm

נישט ענטפערן
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג נובעמבער 07, 2010 9:07 pm

נישט ענטפערן איז "געווענליך" נישט אזוי הארב. אבער פרעג דיך נאך לאקאל ביי די וואס האבן עקספיריענס דערמיט.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג נובעמבער 07, 2010 9:40 pm

אדער קען מען גיין, אדער לייגט מען עס אין די מיסט, און מ'פארגעסט דערפון.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 8:01 am

אויב פלאנסטו נישט צו גיין עפען נישטאמאל דעם ענוועלאופ.

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 6:22 pm

מיך און מיין ווייב האט מען שוין געריפען פאר א יאר ציריק, און איך האב מיך נישט וויסענדיג געמאכט, האט מען געסטראשעט אויך מיט קנס וכדומה, האב איך געפרעגט איינער וואס טיט און שטאטישע פראגרעמס האט ער מיר געזאגט אז ווי לאנג זיי שיקען נישט מיט סערטעפייד מעל קען איך עס אוועקווארפען. וכך הוה, און שוין ב"ה איבער א יאר וואס איך הער נישט פון זיי.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, shalsheles, חלה לכבוד שבת, לעכטל, קאסאניער און 6 געסט