דזשורי דוטי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

ברוך השם כ'בין ארויס זכאי בדין

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 4:09 pm

פאר גאנץ כלל ישראל וואס האט איינגעריסען אז כ'זאל ארויסגיין זכאי בדין וויל איך מודיע זיין אז ב"ה בין איך שוין דורך מיין לעגאלע פליכט אין מען האט מיך ב"ה בכלל נישא אריין געריפן וואס כ'האב ב"ה אזוי פארמיטן צו מאכן א חילול השם !
גאט זאל העלפן אז ס'זאל זיין מיין לעצטע באזוך אין קאורט !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 4:49 pm

איז ביזטו יעצט פטור פאר די קומענדיגע אכט יאר?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 4:53 pm

לעמעלע האט געשריבן:היינט צוטאגס עפען איך שוין בכלל נישט אויף די סארט בריוולעך, איך האב ב"ה בעסערס וואס צו טוען מיטן טאג ווי זיצען אגאנצע וואך ביים דזשורי

איך האב אויך גערעדט אזוי ווי דיר, ביז איך האב באקומען א בריוו מיט א סובפינע, אז איך דארף אראפקומען, און אויב נישט איז דא תפיסה אדער קנס.
שטעל זיך פאר אז דו האלטסט אינמיטן פארן טוסט גארנישט ראונג, נאר א פאליציי האט דיר אויפגעכאפט אויף זיין ראדאר, אז דו ביזט ליסטעד צו ווערן ארעסטירט, אדער ער פארט דיר פונקט נאך, און עס האט זיך עם פארשמעקט צו נאכזוכן דיינע פלעיטס, און ער קייטלט דיר וועגן דעם, עס לוינט זיך דיר?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:09 pm

eller האט געשריבן:פאר גאנץ כלל ישראל וואס האט איינגעריסען אז כ'זאל ארויסגיין זכאי בדין וויל איך מודיע זיין אז ב"ה בין איך שוין דורך מיין לעגאלע פליכט אין מען האט מיך ב"ה בכלל נישא אריין געריפן וואס כ'האב ב"ה אזוי פארמיטן צו מאכן א חילול השם !
גאט זאל העלפן אז ס'זאל זיין מיין לעצטע באזוך אין קאורט !

אין וועלכע קארט?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:11 pm

כסליו האט געשריבן:איז ביזטו יעצט פטור פאר די קומענדיגע אכט יאר?

יא
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:12 pm

כסליו האט געשריבן:
לעמעלע האט געשריבן:היינט צוטאגס עפען איך שוין בכלל נישט אויף די סארט בריוולעך, איך האב ב"ה בעסערס וואס צו טוען מיטן טאג ווי זיצען אגאנצע וואך ביים דזשורי

איך האב אויך גערעדט אזוי ווי דיר, ביז איך האב באקומען א בריוו מיט א סובפינע, אז איך דארף אראפקומען, און אויב נישט איז דא תפיסה אדער קנס.
שטעל זיך פאר אז דו האלטסט אינמיטן פארן טוסט גארנישט ראונג, נאר א פאליציי האט דיר אויפגעכאפט אויף זיין ראדאר, אז דו ביזט ליסטעד צו ווערן ארעסטירט, אדער ער פארט דיר פונקט נאך, און עס האט זיך עם פארשמעקט צו נאכזוכן דיינע פלעיטס, און ער קייטלט דיר וועגן דעם, עס לוינט זיך דיר?

אז ער עפענט נישט אויף זעהט ער נישט די סובפינע
מ'קען אים נישט ארעסטירען ער קען זאגען אז ער עס קיינמאל נישט באקומען
(כ'האב דאס געוואר געווארען נאכן צוריקשיקען !)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:12 pm

חלה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פאר גאנץ כלל ישראל וואס האט איינגעריסען אז כ'זאל ארויסגיין זכאי בדין וויל איך מודיע זיין אז ב"ה בין איך שוין דורך מיין לעגאלע פליכט אין מען האט מיך ב"ה בכלל נישא אריין געריפן וואס כ'האב ב"ה אזוי פארמיטן צו מאכן א חילול השם !
גאט זאל העלפן אז ס'זאל זיין מיין לעצטע באזוך אין קאורט !

אין וועלכע קארט?

קינגס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:15 pm

איך האב געהערט פון עסקנים אנדערש, דזורי דוטי קענסטו זיך נישט ארויסדרייען, רעגולער מעיל איז שוין קאנסידערט דעליווערי.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:19 pm

כסליו האט געשריבן:איך האב געהערט פון עסקנים אנדערש, דזורי דוטי קענסטו זיך נישט ארויסדרייען, רעגולער מעיל איז שוין קאנסידערט דעליווערי.

איך ווייס נישט וואס עסקנים זאגן, ווילאנג דער ענוועלאופ ווערט נישט דערליווערט מיט סערטיפייד מעיל און סווערט נישט געסיינט אז איינער האט עס איבערגענומען קענען זיי גארנישט טוהן, דער איז נאו וועי זיי זאלן דיר איבערווייזען אז די האסטעס באקומען,

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:24 pm

כסליו האט געשריבן:איך האב געהערט פון עסקנים אנדערש, דזורי דוטי קענסטו זיך נישט ארויסדרייען, רעגולער מעיל איז שוין קאנסידערט דעליווערי.

וועלעכע עסקנים ? UJO האט מיר טאקע געהייסען אריין שיקען אבער אנדערע האבן געזאגט אז....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 5:29 pm

איך האב עס געהערט פון ארי' לייב גלאנץ, מיט דזורי שפילט מען זיך נישט, זיי קאנסידערן עס דעליווערט.
ער האט מיר געזאגט דאס איז איינע פון די זאכן אויף וואס עס איז געזאגט געווארן דאונט פייט סיטי האלל.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:33 am

.
לעצט פאראכטן דורך בלי לחץ אום דינסטאג אפריל 25, 2017 11:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:12 am

קוק אין אישי
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג אפריל 25, 2017 12:04 pm

אני הקטן דארף גיין רין די קומענדיגע וואכן
בעצם איז די דאטום גיווען פאר עטליכע חדשים צוריק, אבער כ'האב עס אפגעשטיפט אויף א שפעטערע פרייטיג

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג אפריל 25, 2017 12:35 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:אני הקטן דארף גיין רין די קומענדיגע וואכן
בעצם איז די דאטום גיווען פאר עטליכע חדשים צוריק, אבער כ'האב עס אפגעשטיפט אויף א שפעטערע פרייטיג

מאכט'ס נישט אזא גרויס עסק מען גייט, מען הרג'עט טאקע איין טאג רוב אידען געבן זיך א עצה נישט צודארפען זיין אויף א קעיס, און מען איז פטור פאר אכט יאר

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אפריל 25, 2017 6:49 pm

שמן האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:אני הקטן דארף גיין רין די קומענדיגע וואכן
בעצם איז די דאטום גיווען פאר עטליכע חדשים צוריק, אבער כ'האב עס אפגעשטיפט אויף א שפעטערע פרייטיג

מאכט'ס נישט אזא גרויס עסק מען גייט, מען הרג'עט טאקע איין טאג רוב אידען געבן זיך א עצה נישט צודארפען זיין אויף א קעיס, און מען איז פטור פאר אכט יאר

חוץ אויב מען ווערט אויסגעקליבן וואס מ'מוז האבן ספעציעלע מזל זיך ארויסצודרייען .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:03 pm

אויב ווערסטו באמת געפיקט אויף א זשורי גייט מען קודם אדורך אפאר קשיות וואס די לויערס פרעגן כדי צו זען אויב מען איז קוואליפיצירט צו דעם קעיס.
איך קען פערזענליך צוויי יונגעלייט איינער פון ב.פ. און איינעם פון קראונהייטס וואס האבן שיינערהייט געזאגט ביידי שאלות אז אלס פרומער איד איז זייער מעגליך זיי ווען פסקנען לויטן יודישן שולחן ערוך און נישט לויט די אמעריקאנעם געזעץ און מען האט זיי שיינערהייט געשיקט לופטערן

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יולי 25, 2018 4:15 pm

מזלא טבא האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים
איך האב באקומען א דריטע בריוועלע (אפסטעיט) יעצט שוין מיט א סטראשע אויב ביז אפאר טעג מאך איך זיך נישט וויסענדיג איז דא א קנס,
דארף איך זיך וויסענדיג מאכן? איינער מיט עקספיריענס?

שוין בייקומען 2 מאל אזעלכע בריווען פאר מיר
און אויך פאר מיין שטוב

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יולי 25, 2018 4:21 pm

כסליו האט געשריבן:איך האב אויך גערעדט אזוי ווי דיר, ביז איך האב באקומען א בריוו מיט א סובפינע, אז איך דארף אראפקומען, און אויב נישט איז דא תפיסה אדער קנס.
שטעל זיך פאר אז דו האלטסט אינמיטן פארן טוסט גארנישט ראונג, נאר א פאליציי האט דיר אויפגעכאפט אויף זיין ראדאר, אז דו ביזט ליסטעד צו ווערן ארעסטירט, אדער ער פארט דיר פונקט נאך, און עס האט זיך עם פארשמעקט צו נאכזוכן דיינע פלעיטס, און ער קייטלט דיר וועגן דעם, עס לוינט זיך דיר?

קודם יישר כח מזלא פארן ארויפברענגען, איך זיך שוין די אשכול א שטיק צייט

איך האב באקומען ממש אזא בריוו, שטייט אויבן ..סובפינע וכו', איך מיז צוריקשיקען ביז א דאטום, אויב נישט מיז איך אראפגיין צו זיי און א באשטימטע דאטום און אויב איך באווייז מיך נישט קען זיין $1000 קנס אדער תפיסה. איך מיין אז די אלע דאטומען זענען שוין לאנג געווען, מיינט דאס אז אויב א פאליס שטעלט מיר אפ, קען איך ארעסטירט ווערן ח"ו?
(איך האב געפרעגט איינעם האט ער געזאגט אז ווילאנג עס שטייט נאר MAY APPLY וכדו' מיינט עס נאכנישט ערענסט)
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יולי 25, 2018 4:27 pm

אחת ואחת האט געשריבן:

ווי לאנג זיי האבן נישט פראף אז עס איז דיליווערט געווארן קענען זיי לעגאל גארנישט טוהן לויט וויפול איך ווייס
אבער אויב די באקומסט א אטערייזט מעיל און די סיינס אז די האסט עס באקומען דאנסמאל זענט איר און טראבל

אבער אויב די זאגסט אויף אייוועלט אז די האסט עס באקומען קען מען עס נאך נוצען אין קארט קעגן דיר

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יולי 25, 2018 4:30 pm

זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט גילו???......
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יולי 25, 2018 4:30 pm

עקשעלי די בריוו וואס איך האב גערעד איז נישט ממש א דוטי רוף געווען ס'איז געווען אז איך דארף אויספילן א אפלעקעשן פאר דזשורי דוטי
כדי זיי זאלן מיר קענען רוףן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 25, 2018 4:53 pm

וואס איז טאקע די מעשה מיט די דזשורי, קען מען נישט באקומען איינמאל פאר אלעמאל א פטור? ער דארף מיך שטארק האבן אלס ריכטער? אויך לעצטענס באקומען א בריוו מיט א סטראשע פון תפיסה אויב איך מאך מיך נישט וויסנדיג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יולי 25, 2018 4:55 pm

לוינט זיך צו ענטפערן אז מען קען נישט גוט ענגליש, און פטור אן עסק?
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » מיטוואך יולי 25, 2018 5:14 pm

איך וועל דערציילן וויאזוי איך בין דורך מיין דזשורי דוטי
געווען איז עס בערך א האלב יאר נאך מיין חתונה, באקום א בריוו אויף פאסט וועגן דזשורי דוטי איך האב געקאלט מיין טאטן און געפרעגט וואס דאס איז זאגט ער מיר ווארף דאס אין מיסט קאסטן, און אזוי האב איך טאקע געטוהן בערך א חודש דערויף איז אנגעקומען די זעלבע זאך און נאכאמאל געווארפן אין מיסט קאסטן אזוי איז געווען אפאר מאל איין חודש נאך די אנדערע און פון זייט דעלמאטס איז שוין דורך כמעט מער ווי צויי מאל 8 יאר און איך האב נאך נישט צוריק געהערט פון זיי.....

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט