דזשורי דוטי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 3:21 pm

eller האט געשריבן: קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?

איינגעשטעלט ?
איינשפארען וועט מען זיכער נישט עס איז דאך אמת
האסט מורא אז מען וועט דיר נישט גלייבען? נעם מיט א לוח ווי עס שטייט CANDLE LIGHTING
און א בריעף פון א RABBI אז די ביסט א ORTHODOX JEW
העכסטענס וועט די דער ריכטער זאגען אז "זארג נשעט עס וועט פערטיג ווערען אין א טאג צוויי"
זוגתי שתחי' האט געהאט אזא מעשה
האסט א בעסערס ?
נישט גיין איז זיכער נישט א קלוגע זאך
איך האב געהאט איין מאל אז עס איז געקומען סוף טאג און מען האט אהיים געשיקט די איבערגעבליבענע
ווייל זיי האבען שוין געהאט גענוג אויף די וואך

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 4:24 pm

לכאורה האט געשריבן:איך בין געווען אין דאונטאון ברוקלין געריכט 2 וואכן צוריק א גאנצע טאג אויף דזשורי דוטי, נישט דאס ערשטע און מסתמא נישט דאס לעצטע מאל אין מיין לעבן. איך גלייך עס, עס איז גאנץ אינטערסאנט, ועל כולם איז דאס דער געזעץ פון לאנד, ודינא דמלכותא דינא.

איך האב געדאווענט גאנץ פריה, אויף אכט אזייגער האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן באן און אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע צייט 8:30. געדארפט אדורכגיין א מעטאל דעטעקטאר [עס האט געפיפן - נישט צוליב די אייזן אין מיין לינקע פוס - נאר צוליב די מעטאלענע דעקל פונעם פאפירענעם דזשעי דזשעי קאפאטשינא!]

אריין אינעם גרויסן ווארט זאל, מיטגעהאלטן א פרעזענטאציע איבער די יורידישע סיסטעם, געקלאצט און געקלאצט, געלערנט און געזאגט תהלים, געשריבן פארשידענע בריוו וואס איך האב געדארפט ערלעדיגן און קום געווענליך נישט אן דערצו צוליב מאנגל אין קאמפיוטערלאזע צייט...

געהאט צייט צו פרישטאג'ן, מיטאג'ן, גיין הכנות, רעדן אויפן טעלעפאן, און ווען איך וואלט מיטגענומען מיין כלי וואלט איך געהאט דארט אומזינסטע ווייפיי און פלאג.

זייער שפעט נאכמיטאג האט מען הערשט אנגעהויבן רופן נעמען פון מענטשן, איך בין געגאנגען מיט א גרופע פון ארום 50 מענטשן צו א זייטיגע צימער, וואו מען האט גענומען אטענדענס און ארויפגעשיקט מיטן עלעוועיטאר צו די 17'טע שטאק פונעם סופרים קאורט אוו קינגס קאונטי.

דארט האט מען ווייטער געווארט און געווארט אין די קארידארן ביז מען האט אונז ענדליך ארום 4:30 מיטאג אריינגעפירט אינעם געריכטזאל. די ריכטערין האט פארגעליינט אנווייזונגען פאר די מעגליכע דזשורי, און אנגעהויבן אויספרעגן ווער עס קען נישט קיין ענגליש, אדער ווער עס האט א קרימינאלע רעקארד. דאן האט מען אנגעהויבן פרעגן ווער עס האט סיי וואספארא אפוינטמענטס אין די קומענדיגע טעג/וואכן/חדשים, דא האבן זיך געהויבן די הענט פון כמעט אלע אנוועזנדע... זי איז אדורכגעגאנגען יעדן איינעם אין די רייע און אויסגעפרעגט פונקטליך וואס די אפוינטמענט איז, ווי וויכטיג עס איז. אויב עס איז געווען א וואקאציע, האט זי געפרעגט מיט וועלכע לופטליניע וכדומה.

ווען די רייע איז געקומען אויף מיר, האב איך געזאגט אז פרייטאג מוז איך זיין אינדערהיים אויף "זון אונטערגאנג", דאס מיינט אז איך מוז שוין ארויסגיין ארום א שעה בעפאר, און איך וועל נישט קענען זיין אין געריכט ביז 5:00.

די ריכטערין האט צוזאמגענומען די נאטיצן וואס זי האט אפגעשריבן מיט אלע תירוצים, איז ארויס אין איר צימער זיך איבערשמועסן מיט די אדוואקאטן פון ביידע צדדים, און ביים אריינקומען האט זי אויסגערופן ווער עס איז באפרייט, צווישן די נעמען איז געווען מיין נאמען. איך האב נאך געהאט גענוג צייט אנצוקומען אין וויליאמסבורג גענוג צייטליך צו דאווענען מנחה בציבור ב"ה.

א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

איי וויי וויי!! זיי ווייסן נישט אז די ווילסט דווקא יא גיין?
טיפיקל לכאורה

יונה
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 5:02 pm

eller האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?

איינגעשטעלט אויף נישט קריגן א פטור? יא. צומאל קען די ריכטער זאגן אז מ'וועט לכבודך ענדיגן פרייטאג'ס פריער.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 5:09 pm

eller האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך בין געווען אין דאונטאון ברוקלין געריכט 2 וואכן צוריק א גאנצע טאג אויף דזשורי דוטי, נישט דאס ערשטע און מסתמא נישט דאס לעצטע מאל אין מיין לעבן. איך גלייך עס, עס איז גאנץ אינטערסאנט, ועל כולם איז דאס דער געזעץ פון לאנד, ודינא דמלכותא דינא.

איך האב געדאווענט גאנץ פריה, אויף אכט אזייגער האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן באן און אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע צייט 8:30. געדארפט אדורכגיין א מעטאל דעטעקטאר [עס האט געפיפן - נישט צוליב די אייזן אין מיין לינקע פוס - נאר צוליב די מעטאלענע דעקל פונעם פאפירענעם דזשעי דזשעי קאפאטשינא!]

אריין אינעם גרויסן ווארט זאל, מיטגעהאלטן א פרעזענטאציע איבער די יורידישע סיסטעם, געקלאצט און געקלאצט, געלערנט און געזאגט תהלים, געשריבן פארשידענע בריוו וואס איך האב געדארפט ערלעדיגן און קום געווענליך נישט אן דערצו צוליב מאנגל אין קאמפיוטערלאזע צייט...

געהאט צייט צו פרישטאג'ן, מיטאג'ן, גיין הכנות, רעדן אויפן טעלעפאן, און ווען איך וואלט מיטגענומען מיין כלי וואלט איך געהאט דארט אומזינסטע ווייפיי און פלאג.

זייער שפעט נאכמיטאג האט מען הערשט אנגעהויבן רופן נעמען פון מענטשן, איך בין געגאנגען מיט א גרופע פון ארום 50 מענטשן צו א זייטיגע צימער, וואו מען האט גענומען אטענדענס און ארויפגעשיקט מיטן עלעוועיטאר צו די 17'טע שטאק פונעם סופרים קאורט אוו קינגס קאונטי.

דארט האט מען ווייטער געווארט און געווארט אין די קארידארן ביז מען האט אונז ענדליך ארום 4:30 מיטאג אריינגעפירט אינעם געריכטזאל. די ריכטערין האט פארגעליינט אנווייזונגען פאר די מעגליכע דזשורי, און אנגעהויבן אויספרעגן ווער עס קען נישט קיין ענגליש, אדער ווער עס האט א קרימינאלע רעקארד. דאן האט מען אנגעהויבן פרעגן ווער עס האט סיי וואספארא אפוינטמענטס אין די קומענדיגע טעג/וואכן/חדשים, דא האבן זיך געהויבן די הענט פון כמעט אלע אנוועזנדע... זי איז אדורכגעגאנגען יעדן איינעם אין די רייע און אויסגעפרעגט פונקטליך וואס די אפוינטמענט איז, ווי וויכטיג עס איז. אויב עס איז געווען א וואקאציע, האט זי געפרעגט מיט וועלכע לופטליניע וכדומה.



די ריכטערין האט צוזאמגענומען די נאטיצן וואס זי האט אפגעשריבן מיט אלע תירוצים, איז ארויס אין איר צימער זיך איבערשמועסן מיט די אדוואקאטן פון ביידע צדדים, און ביים אריינקומען האט זי אויסגערופן ווער עס איז באפרייט, צווישן די נעמען איז געווען מיין נאמען. איך האב נאך געהאט גענוג צייט אנצוקומען אין וויליאמסבורג גענוג צייטליך צו דאווענען מנחה בציבור ב"ה.

א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

פון ווילי ? אויב יא מיט וועלכע טרעין ?כ'וויל נישט זיין ביזי מיט זוכן פארקינג .
מעג מען רעדן אויפן פאון ? כהאב געמיינט אז נישט ?

איך האב גענומען דעם G באן, פון בעדפארד/לאפיעט ביז האיט/שערמערהארן, און צושפאצירט אביסל ביז דזשעי סטריט.
אויפן פאון האב איך גערעדט אינעם גרויסן ווארטזאל (עס הערשט דארט א טאטאלע שטילקייט גראדע, אבער ארום 12:30 געבן זיי לאנטש אויף א שעה / אנדערטהאלבן, דאן האב איך גערעדט), אין געריכטזאל גופא טאר מען נישט האבן דעם טעלעפאן אויפגעמאכט בכלל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 5:11 pm

eller האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ווען די רייע איז געקומען אויף מיר, האב איך געזאגט אז פרייטאג מוז איך זיין אינדערהיים אויף "זון אונטערגאנג", דאס מיינט אז איך מוז שוין ארויסגיין ארום א שעה בעפאר, און איך וועל נישט קענען זיין אין געריכט ביז 5:00.


א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?

די וועלט זאגט אז דער אמת איז די בעסטע ליגנט, יעצט אין די קורצע פרייטאגס פון די ווינטער איז דאס אן אמת'ער אויסרייד.

גראדע איז מיר בכלל נישט בייגעפאלן אויפצוהייבן די הענט מיט א תירוץ - ווי פאדראטשיק שרייבט אז איך וואלט גערן געוואלט זיצן אויף א קעיס - אבער איך האב געהערט ווי א שווארצע ערל האט זיך פרובירט צו באנוצן מיט א תירוץ אז ער "רוהט שבת", און די ריכטערין האט געזאגט אז שבת איז דאס געריכט סייווי געשלאסן, דאן האב איך מיך געכאפט אז איך היט פרייטאג אויך, פונעם זמן הדלקת הנרות.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 5:12 pm

קיקיון האט געשריבן:
eller האט געשריבן: קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?

איינגעשטעלט ?
איינשפארען וועט מען זיכער נישט עס איז דאך אמת
האסט מורא אז מען וועט דיר נישט גלייבען? נעם מיט א לוח ווי עס שטייט CANDLE LIGHTING
און א בריעף פון א RABBI אז די ביסט א ORTHODOX JEW
העכסטענס וועט די דער ריכטער זאגען אז "זארג נשעט עס וועט פערטיג ווערען אין א טאג צוויי"
זוגתי שתחי' האט געהאט אזא מעשה
האסט א בעסערס ?
נישט גיין איז זיכער נישט א קלוגע זאך
איך האב געהאט איין מאל אז עס איז געקומען סוף טאג און מען האט אהיים געשיקט די איבערגעבליבענע
ווייל זיי האבען שוין געהאט גענוג אויף די וואך

איך האב גראדע געהאט אויף מיר א לוח, אבער אויף אידיש, און זיי בעטן נישט קיין שום לוח
א בריוו אז איך בין ארטאדאקסיש? מיינע בארד און פיאות זענען גענוג באווייז
מיר האט אויסגעקוקט ווי די ריכטערין פריידט זיך צו פטר'ן דעם אידעלע [פאריגע מאל איך בין געווען, האט די ריכטערין אליינס געזאגט דעם תירוץ נאך איידער איך האב געהאט א שאנס זיך אנצורופן...]
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 6:29 pm

יונה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?

איינגעשטעלט אויף נישט קריגן א פטור? יא. צומאל קען די ריכטער זאגן אז מ'וועט לכבודך ענדיגן פרייטאג'ס פריער.

טא איך וויל מיר יא פאטערען . כ'האב ב"ה וואס צו טוען ! דאן וואס קען מיך ארויסדרייען ??
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 7:01 pm

עלי ועל צוארי אז דו וועסט נישט פארברענגען דארט מער ווי איין טאג, זיי דארפן דיך נישט, מאיזה טעם שיהיה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 8:30 pm

לכאורה האט געשריבן:עלי ועל צוארי אז דו וועסט נישט פארברענגען דארט מער ווי איין טאג, זיי דארפן דיך נישט, מאיזה טעם שיהיה

דאס איז א הבטחה אדער א ברכה ?
פאר זוגתי שתחי' האט דער ריכטער געזאגט "זארג נישט עס וועט זיין פערטיג ביז דאמאלט"
וכך הוי דער טרייעל האט זיך ג'ענדיגט פרייטאג פארמיטאג
אבער דערוויל האסט די נישט קיין בעסערע עצה ווי דאס
און העולה על כולנה פארשאף דיר גוטע אדוואקאטען
א פאר קאפיטלעך תהילים א פאר דאללער פאר ר' מאיר און א ברכה פון א ערליכען איד

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 9:04 pm

לכאורה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך בין געווען אין דאונטאון ברוקלין געריכט 2 וואכן צוריק א גאנצע טאג אויף דזשורי דוטי, נישט דאס ערשטע און מסתמא נישט דאס לעצטע מאל אין מיין לעבן. איך גלייך עס, עס איז גאנץ אינטערסאנט, ועל כולם איז דאס דער געזעץ פון לאנד, ודינא דמלכותא דינא.

איך האב געדאווענט גאנץ פריה, אויף אכט אזייגער האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן באן און אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע צייט 8:30. געדארפט אדורכגיין א מעטאל דעטעקטאר [עס האט געפיפן - נישט צוליב די אייזן אין מיין לינקע פוס - נאר צוליב די מעטאלענע דעקל פונעם פאפירענעם דזשעי דזשעי קאפאטשינא!]

אריין אינעם גרויסן ווארט זאל, מיטגעהאלטן א פרעזענטאציע איבער די יורידישע סיסטעם, געקלאצט און געקלאצט, געלערנט און געזאגט תהלים, געשריבן פארשידענע בריוו וואס איך האב געדארפט ערלעדיגן און קום געווענליך נישט אן דערצו צוליב מאנגל אין קאמפיוטערלאזע צייט...

געהאט צייט צו פרישטאג'ן, מיטאג'ן, גיין הכנות, רעדן אויפן טעלעפאן, און ווען איך וואלט מיטגענומען מיין כלי וואלט איך געהאט דארט אומזינסטע ווייפיי און פלאג.

זייער שפעט נאכמיטאג האט מען הערשט אנגעהויבן רופן נעמען פון מענטשן, איך בין געגאנגען מיט א גרופע פון ארום 50 מענטשן צו א זייטיגע צימער, וואו מען האט גענומען אטענדענס און ארויפגעשיקט מיטן עלעוועיטאר צו די 17'טע שטאק פונעם סופרים קאורט אוו קינגס קאונטי.

דארט האט מען ווייטער געווארט און געווארט אין די קארידארן ביז מען האט אונז ענדליך ארום 4:30 מיטאג אריינגעפירט אינעם געריכטזאל. די ריכטערין האט פארגעליינט אנווייזונגען פאר די מעגליכע דזשורי, און אנגעהויבן אויספרעגן ווער עס קען נישט קיין ענגליש, אדער ווער עס האט א קרימינאלע רעקארד. דאן האט מען אנגעהויבן פרעגן ווער עס האט סיי וואספארא אפוינטמענטס אין די קומענדיגע טעג/וואכן/חדשים, דא האבן זיך געהויבן די הענט פון כמעט אלע אנוועזנדע... זי איז אדורכגעגאנגען יעדן איינעם אין די רייע און אויסגעפרעגט פונקטליך וואס די אפוינטמענט איז, ווי וויכטיג עס איז. אויב עס איז געווען א וואקאציע, האט זי געפרעגט מיט וועלכע לופטליניע וכדומה.



די ריכטערין האט צוזאמגענומען די נאטיצן וואס זי האט אפגעשריבן מיט אלע תירוצים, איז ארויס אין איר צימער זיך איבערשמועסן מיט די אדוואקאטן פון ביידע צדדים, און ביים אריינקומען האט זי אויסגערופן ווער עס איז באפרייט, צווישן די נעמען איז געווען מיין נאמען. איך האב נאך געהאט גענוג צייט אנצוקומען אין וויליאמסבורג גענוג צייטליך צו דאווענען מנחה בציבור ב"ה.

א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

פון ווילי ? אויב יא מיט וועלכע טרעין ?כ'וויל נישט זיין ביזי מיט זוכן פארקינג .
מעג מען רעדן אויפן פאון ? כהאב געמיינט אז נישט ?

איך האב גענומען דעם G באן, פון בעדפארד/לאפיעט ביז האיט/שערמערהארן, און צושפאצירט אביסל ביז דזשעי סטריט.
אויפן פאון האב איך גערעדט אינעם גרויסן ווארטזאל (עס הערשט דארט א טאטאלע שטילקייט גראדע, אבער ארום 12:30 געבן זיי לאנטש אויף א שעה / אנדערטהאלבן, דאן האב איך גערעדט), אין געריכטזאל גופא טאר מען נישט האבן דעם טעלעפאן אויפגעמאכט בכלל.

איז נישט דאכט זיך די B57 פלאשינג באס סטרעיט ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 9:40 pm

קיקיון האט געשריבן:און העולה על כולנה פארשאף דיר גוטע אדוואקאטען

פ"וו דארף מען אדוואקאטן?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 11:01 pm

יוראפ האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:און העולה על כולנה פארשאף דיר גוטע אדוואקאטען

פ"וו דארף מען אדוואקאטן?

אין פאל דו ביסט סארקאסטיש: דאס איז א יעזורו אשכול
אין פאל דו ביסט נאאיוו: ליין די קומענדיגע שורה, די אדוואקאטן זענען א קאפיטל תהלים און צדקה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 11:03 pm

eller האט געשריבן:איז נישט דאכט זיך די B57 פלאשינג באס סטרעיט ???

איך וואוין ווייט פון פלאשינג, איז מיר גרינגער צו נעמען דעם G באן
עצה טובה קמ"ל, גיי צו גוגעל מאפעס און בעט דירעקציעס מיט די באס/באן, זיי געבן דיר אלע אפציעס און ווי לאנג דאס וועט געדויערן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 12:28 am

eller האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ווען די רייע איז געקומען אויף מיר, האב איך געזאגט אז פרייטאג מוז איך זיין אינדערהיים אויף "זון אונטערגאנג", דאס מיינט אז איך מוז שוין ארויסגיין ארום א שעה בעפאר, און איך וועל נישט קענען זיין אין געריכט ביז 5:00.


א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?

איך האב עס גענוצט פאראיאר מיט סוקסעס, נישט קיין ריכטער\ין, נאר מיט די אדוואקאטן נאכן פרעזענטירן זייער קעיס פאר א מעגליכע דזשורי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:21 pm

לכאורה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איז נישט דאכט זיך די B57 פלאשינג באס סטרעיט ???

איך וואוין ווייט פון פלאשינג, איז מיר גרינגער צו נעמען דעם G באן
עצה טובה קמ"ל, גיי צו גוגעל מאפעס און בעט דירעקציעס מיט די באס/באן, זיי געבן דיר אלע אפציעס און ווי לאנג דאס וועט געדויערן

אויף מיין גוגעל מעפס קומט ארויף נאו ראדס פאונד...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 1:09 pm

די B54 באס פון מירטל עוו. פארט ביז נאנט צום געריכט הויז
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג דעצמבער 11, 2016 4:59 am

עללער וואס איז געבליבן ?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:58 pm

יהודי האט געשריבן:עללער וואס איז געבליבן ?

נאך נישט געווען געב עס נאך אפאר טעג
(מ'קען נאך איין רייסען אז כ'זאל ארויסגיין זכאי בדין ..)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:02 pm

eller האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:עללער וואס איז געבליבן ?

נאך נישט געווען געב עס נאך אפאר טעג
(מ'קען נאך איין רייסען אז כ'זאל ארויסגיין זכאי בדין ..)


וואס הייסט, דו האסט נישט א דעיט ווען דו מיזט גיין ?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:03 pm

טשאקלעט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:עללער וואס איז געבליבן ?

נאך נישט געווען געב עס נאך אפאר טעג
(מ'קען נאך איין רייסען אז כ'זאל ארויסגיין זכאי בדין ..)


וואס הייסט, דו האסט נישט א דעיט ווען דו מיזט גיין ?

זיכער האב איך !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 8:53 pm

שטייענדיג געציילטע טעג ביפאר וויל איך וויסן .
מעג די סעל פאון זיין אנגעצינדען ? מעג מען זיך טעקסען ? מעג מען ארויסגיין רעדן אויף די פאון ?
מעג מען לערנען /ליינען ?
ווען איז לאנטש ?
וואס נאך איז וויכטיג צו וויסן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:22 pm

eller האט געשריבן:שטייענדיג געציילטע טעג ביפאר וויל איך וויסן .
מעג די סעל פאון זיין אנגעצינדען ? מעג מען זיך טעקסען ? מעג מען ארויסגיין רעדן אויף די פאון ?
מעג מען לערנען /ליינען ?
ווען איז לאנטש ?
וואס נאך איז וויכטיג צו וויסן ?


ווען די ווערסט סעלעקטעט פאר א קעיס און די זיצט אין די שטוב מיט די לאויערס, דעמאלס איז ניין צי אלע דיינע קשיות.
ווען די ביזט אין די Jury Court Hall ווארטענדיג צי ווערן Assigned for a case דעמאלס מעג דיין סעל זיין אפן מעגסט טעקסטן, עפישיעלי מעג מען נישט רעדן אויפן פאון אבער דער עולם פלאפעלט א גאנצן טאג שטולערהייט,
מ׳קען א גאנצען צייט ארויס גיין צי די רעסט עריע ווי ס׳איז דא טאוילעטס און ווענדינג מאשינס
לאנטש איז פאר א שעה דאכציך מיר פין איינס ביז צוויי

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:17 am

טשאקלעט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:שטייענדיג געציילטע טעג ביפאר וויל איך וויסן .
מעג די סעל פאון זיין אנגעצינדען ? מעג מען זיך טעקסען ? מעג מען ארויסגיין רעדן אויף די פאון ?
מעג מען לערנען /ליינען ?
ווען איז לאנטש ?
וואס נאך איז וויכטיג צו וויסן ?


ווען די ווערסט סעלעקטעט פאר א קעיס און די זיצט אין די שטוב מיט די לאויערס, דעמאלס איז ניין צי אלע דיינע קשיות.
ווען די ביזט אין די Jury Court Hall ווארטענדיג צי ווערן Assigned for a case דעמאלס מעג דיין סעל זיין אפן מעגסט טעקסטן, עפישיעלי מעג מען נישט רעדן אויפן פאון אבער דער עולם פלאפעלט א גאנצן טאג שטולערהייט,
מ׳קען א גאנצען צייט ארויס גיין צי די רעסט עריע ווי ס׳איז דא טאוילעטס און ווענדינג מאשינס
לאנטש איז פאר א שעה דאכציך מיר פין איינס ביז צוויי

שכח
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 5:27 pm

אביסעל אויפלעבען די געמיטער פון די וואס קומען אהער זיך אינפארמירען שואל עצה זיין

קאוד: וועל אויס אלע

Q: What’s the scariest thing about being charged in a court case?

A: That you’re putting your fate in the hands of 12 people who weren’t smart enough to get out of jury duty.

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 6:47 pm

היינט צוטאגס עפען איך שוין בכלל נישט אויף די סארט בריוולעך, איך האב ב"ה בעסערס וואס צו טוען מיטן טאג ווי זיצען אגאנצע וואך ביים דזשורי
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט