דזשורי דוטי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 11, 2016 3:11 pm

קיקיון נושא: דזשורי דוטי
האט געשריבן:
איךהאב 2 מאל ג'האט סיעתע דשמיא פון הדבר אשר ישים _ בפי אותו אדבר

1 איינער פון די WITNESSES איז ג'ווען א קינד אין איך האב ג'זאגט אז איך בין בייאיינפלוסט פון די תורה אז מעשי קטן איז ניט מעלה ומוריד

2 איז געווען א MALPRACTICE געלט קלאגע קעגען א דאקטער וואס האט פארפאטשקעט א דעליווערי און דאס קינד איז ג'בליבען א VEGETABLE
די לויערס האבען ג'פרעגט צי עס האט אימיצער צי פרעגען אין מען האט מיר ארויסגבאגלייט אין האלל
איך האב ג'פרעגט ווי אזוי קען איך אורטיילען געלט DAMAGES אז איך ווייס ניט וואס פון דעם עובר וואלט ג'קענט ווערען
די 2 לויערס קוקען זיך אן איינער דעם צווייטען און שיקען מיר צירוק אין WAITING ROOM איך זאל קיינעם ניט דערציילען
כ'האב ג'ווארט ביז סוף טאג און מ'האט מיר אהיים געשיקט
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מאנטאג ינואר 11, 2016 4:38 pm

גדלי וואסער שעפער האט געשריבן:חבר מיינער זאגט מיר אז זיינס א קרב האט די זעלבע געהאט - אין יא אראפ געגאנען
...ביים אויספילן די אינפארמאציע מעיל אדער פימעיל... האט ער אריינגעצייכענט ביי פימעיל
??יענער דארט פרעגט אים וואס?? פימעיל

!ענטפערט ער מיט א זיכערקייט זיכער - "פעעמעלי" איי העוו !ביג פעמעלי ווייף ענד טרי קידס
......מען האט אים געזאגט זיי געזינט



חחחח...

געווענליך פאר זיי הייבן אן ארויסקלויבן פונעם גרויסן זאל מענטשן וואס זאלן דינען אויף קעיסעס, פרעגט דער קלורק עטליכע פראגן און ווער עס קען ענטפערן פאזיטיוו קען אהיימגיין.

ווען איך בין געווען פאר דשורי, האט זי אנגעהויבן:
ווער האט קליינע קינדער אינדערהיים און איר האט נישט ווער עס זאל יעצט קעיר נעמען אויף זיי? עטליכע מאמעס הייבן אויף די האנט און מען לאזט זיי גיין פריי.

ווער איז באגאנגען א פארברעכן אין די לעצטע צען יאר? עטליכע מענער הייבן אויף די האנט און מען לאזט זיי גיין פריי.

און אזוי ווייטער, נאך און נאך קשיות וואס זיי האבן געפרעגט. זיצן דארט אפאר אידעלעך און האלטן עס נישט אויס.. און קענען קוים ווארטן אויף א פראגע וואס וועט זיי אויך פטר'ן.. עס האט נישט געשפעטיגט צו קומען..

דער קלורק רופט אויס, ווער עס פארשטייט נישט קיין ענגליש זאל אויפהייבן די האנט!
אה פיינעלי! קרוב צו א מנין אידן הייבן אויף הויעך די האנט. מען רופט זיי אלע ארויף און מען שיקט זיי אריין אין אן עקסטערע שטוב. נאך עטליכע מינוט הייבן זיי אן ארויסצוקומען איינצלווייז מיט רויטע פנימער און זעצן זיך אנידער אויף זייערע פלעצער.

מען האט זיי פארהערט אין דעם צימער און ווייזט אויס אז זיי האבן פיין געקענט...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מאנטאג ינואר 11, 2016 4:43 pm

יעצט זעה איך אז פר האט געהאט אן ענליכע מעשה. זעהט אויס אז איז דארט א טעגליכע ערשיינונג.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג ינואר 11, 2016 4:44 pm

אויב מעג מען דארט האבן פאון'ס, לייג נאר ארויף די קשיא'ס און דער עולם וועטיך שוין ספלייען די תירוצים...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מאנטאג ינואר 11, 2016 4:47 pm

מען טאר נישט ארויסשיקן קיין שום אינפאו פון דעם בילדינג. זיי זענען גאר שטרענג דערויף און קענען אוועקנעמען די פאון אויב מען איז עובר דערויף.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג ינואר 11, 2016 5:03 pm

מ'דארף פשוט האבען קאמאן סענס, און ענטפערען מיט שכל.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג ינואר 11, 2016 5:04 pm

א גוטן

איך בין איך אמאל פארפאקט געווארן אין א דשורי, עס האט מיר נאך געקאסט א קנס אויך פארן איגנאירן אלע ווארערונגען און איך האב נאך געמוזט אראפגיין אויך

בקיצור, איך האב אנגערופן און געזאגט אז איך וויל קומען חול המועד... א טאג וואס מ׳ארבעט ממילא נישט. מיטגענומען צו ליינען, צו עסן, און מיט וואס צו שטיפן די צייט

מ׳האט מיר אפילו אריינגערופן און מ׳האט זיך ב״ה פיין ארויסגעדרייט.

אצינד בין איך פטור פאר אכט יאר.

לדעתי, אויב האסטו שוין געענטפערט לוינט זיך אנצוקלינגען און אויסוועלן א טאג וואס עס איז דיר באקוועם וואס דו ארבעטס נישט וכדו׳ און געפארטיגט דאס געשעפט

הצלחה בכל מעשי ידיך
תורה איז די בעסטע סחורה.

הכא מסתברא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2015 10:04 am

תגובהדורך הכא מסתברא » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:18 am

עס איז קלאר אז עס וואלט געווען אסאך בעסער ווען אידן זיצען מער אויך דשזורי אפילו ווען עד איז נישט א אידישע קעיס ווייל ווי מער אידען עס דרייען זיך אינעם סיטעם אלס שווערער איז אראפציווארפען איינעם פון א קעיס בלויז ווייל ער איז א איד,

לגבי די פראגע וויאזוי צי פסקענען לגבי א איד איז לעניית דעתי דא א גיטער ענטפער,
"מאובי תחכמינו" ליידער הערט מען אז אין רובו ככלו אידישע קעיסעס אז די דזשורי האט שוין געאורטיילט "שילדיג" נאך פאר די עפענונג סטעיטמענט ווי דער פראסעקיוטער לאזט וויסען די דזשורי מיט וואס דער מענטש ווערט באשולדיגט,

אדרבה ווער געדענקט דאס לעצטע מאל ווען א איד ספעציעל א היימישער איד איז פרייגעשפראכען געווארען פון א גויאישע דזשורי?

במילא איז קלאר אז עס קען נאר בעסער ווערן אפילו מען זאל קענען ווייזען אז אידען זאגען אייביג נישט שילדיג און דערפאר וועט מען פריווען ווי ווייט מעגליך נישט ארויפלאזען א איד אויף א אידישע קעיס, איז די עצה דערצי אז מען זאל אנהייבען גיין ווייל ווי מער מענטשען עס גייען אויף דזשורי מאכט עס אלס שווערער דאס אראפווארפען אלע אידען,

פאר דריי סיבות האלט איך אז מען מוז ריינוואשען יעדן איד,

א) ווי שוין געזאגט מאובי תחכמינו דער גוי באשולדיגט תיכף צוליב שנאת ישראל און לייגט ניטאמאל צי אן אויער צי הערן וואס דער לויער האט צי זאגען, און דער איד טיט ריינוואשען צוליב אהבת ישראל און הערט נישט צי וואס דער פראסעקיוטער האט צי זאגען,

ב) ניין און ניינציג פראצענט באווייזען זענען וואס ווערט געניצט און קארט ווערט אנגערופען סוירקאמסטענשעל באווייז, דאס מיינט אז דער פראסעקיוטער וויל זיין א מבין דבר מתוך דבר און ער וויל אז דו זאלסט ציען צי די זעלבע מסקנה, למשל איינער איז שוין פיר שעה און חתונה זאל אן פענסטערס נאכען בענטשען קומט אריין דער בדחן מיט א נאסע המעיל און קלאטשען וועט יעדער "וויסען" אז עס רעגענט יעצט, עס וועט קיינעם נישט איינפאלען צי טראכטען אז דער בדחן האט געמאכט א שפיצעל אנציציען אביסעל דעם עולם מען זאל מיינען אז עס גיסט האט ער זיך אנגעטון קלאטשען מיט א המעיל און זיך גיט אנגעשפריצט מיט א וואסער שלויך איידער ער איז אריינגעקומען אין זאל, אזעלעכע באווייזען זענען דירעקט קעגן די תורה,

ג) אפילו די באווייזען זאלען שוין יא זיין גאנץ קלארע זענען די שטראפען און אמעריקע בכלל זייער הארב געפערליך אויפגעבלאזען די דזשעיל טערמינען, אבער ליידער האט די היסטארי געוויזען אז ק"ו ווען עס קומט צי פארשיקען א איד און תפיסה גייט דאס צי מיטן גרעסטן מאס רשעות,

די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז קוראפטעד און דוירך געפוילט ביי פראסעקיוטערס און דיטעקטיוו'ס וואס ווילן זיך בויען א קאריער אויף יענעם'ס בליט אזוי ווי יעצט קומט ארויס צענליגער קעיסעס וואס מען עפענט צוריק אויף פון היינז, במילא ליגט א חוב אז מיר זאלען טאן דאס וואס דער דינא דמלכיתא דינא הייסט אונז טאן און פרובירען ראטעווען וואס מען קען ווי ווייט מעגליך, און ווי געשריבען קענען די קאנסעקווענצעס נאר זיין בעסער,

רוב עולם איז נישט באקאנט אבער איך האב מיטגעלעבט און קארט די קעיס פון ר' מרדכי יצחק סאמעט, ער האט געהאט א מיסטרייעל די ערשטע מאל ווייל עס איז געווען אויף די דזשורי איין אידישע פרוי וואס איר זיידע האט שוין גארנישט געהאלטען קיין אידישקייט אבער איר בליט האט געקאכט ווען זי האט געהערט ווי די דזשורי האט שוין קאנוויקטעד מרדכי יצחק אנפאנג פון די קעיס בלויז ווייל ער איז א חסידישער איד דערובער האט זי זיך געהאלטען פעסט איינער קעגן עלעף און געזאגט "נישט שילדיג".., אפילו נאך צוויי מאל וואס די רישענתה האט איר געהייסען צוריק גיין און פרובירען זיך "דורך קומען" מיט די אנדערע עלעף דזשורארס.. וואס האט קלאר געמיינט נאר נישט ארויס געזאגט טויש דיין וואוט צי "שילדיג"...,

קען דען זיין א גרעסערע קוראפשען פון דעם? א דזשאדזש זאל אפען מרמז זיין א דזשוראר צי טוישען איר מיינוג און לייגען אויף איר סייקעלאדזשעקלי פרעשער אויף איר דאס צי טאן?

אבער איר אידישע בליט האט איר דאס נישט געלאזט טאן.. און עס איז געווארען א מיט טרייעל און די גאווערמענט האט איבער געמאכט די קעיס און דאס צווייטע מאל האבען זיי טאקע זיכער געמאכט נישט ארויף צי לאזען קיין שום איד אויף די דזשורי וואס איז זיי זייער גרינג אנגעקומען ווייל קיין אידן זענען לכתחילה נישט אנגעקומען..,

וואס זענען געווען די תוצאות ווייסט א יעדער מען האט אים פארשיקט אין תפיסה אויף דריסיג יאר...!

אבער וואס קיינער ווייסט נישט איז אז ביי די סענטנסינג האט דער לויער געבעטן צי געבן א קליינעם טערמין און ער האט אויפגעברענגט אז ביי אנדערע ענדליכע קעיסעס האט מען פארשיקט און דזשעיל נאר אויף צוועלעף ביז פיפצען יאר.., אבער מרדכי יצחק האט געבראכען היסטארי און באקומען דאפעלט דרייסיג יאר פון א דזשאדזש וואס האט נישט באהאלטען די פערזענדליכע שנאה און האס צי אים וואס דרך אגב איז א קעגן די פארשריפטען אז דער דזשאדש און פראסעקיוטער טארען נישט מאכען א קעיס ווי א פערזענדליכע נקמה אקט נאר ארבעטען ריין מיטן געזעץ,

נאכמער שאקינג איז געווען ווען פארען סענטענסינג און איר לאנגע דרשה האט זי געזאגט אז ווען זי וואלט ווען געהאט די ברירה וואלט זי אים געגעבן טויט שטראף.., ווייל די תורה זאגט עין תחת עין און מיט דעם וואס ער האט ציגענומען פון מענעשען זייער געלט איז אזוי ווי ער האט ציגענומען זייער לעבן איז אלס מדה כנגד מדה וואלט זי אים געגעבן טויט שטראף...,

און דאס אויסער געווענדליכע רשעות מיט רובאשקין...

איר כאפט מיט וואס פאר א מלכות של חסד מיר דילען דא?

מען זאגט נאך פון איינעם פון די גרויסע רבי'ס אז ער האט געזאגט אז ווען ער זאגט יעדן אינדערפרי שלא עשני גוי טראכט נישט פונעם שיכור און שענק הויז ער טראכט פונעם קעניג צי פינעם פרעזידענט און דעמאלטס זאגט ער שלא עשני גוי..

לענינינו ווען מען איז מתפלל יעדן טאג דריי מאל והסר ממנו יגון ואנחה דארף מען אינזין האבען אמעריקע אויך נישט נאר רוסלאנד און בעטן ערליך עס זאל שוין זיין ומלוך עלינו "מהרה" אתה ה' לבדך וצדקינו בצדק ובמשפט בחסד וברחמים" ווי נאר א טאטע קען טאן,

אבער ביז אהין לאמיר גיט אויסניצען אונזערע רעכטן וואס אונזער מלכות של חסד גיבט אונז און איינציען דאס איבעריגע רשעות ווי ווייט מעגליך.,

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:30 am

איך בין געגאנגען, און געזאגט אז כ'וועל נישט קענען זיין צוריק אויף שבת פאר'ן זמן אין די קורצע ווינטערדיגע פרייטאגס. פטור.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג ינואר 12, 2016 11:47 am

איינער אין די צימער (א היימישע פרוי ) האט פראבירט דעם תירוץ, האט די לויער געזאגט אז זיי וועלען איר לאזען אהיים גיין פריער אויף פרייטאג, אבער עס העלפט נישט אויף צו פטר'ן, איי געסס יעדע קעיס איז אנדרעש.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

באקומען דריטע בריוו

תגובהדורך וואס הערט זיך » זונטאג אפריל 17, 2016 12:20 pm

יא איך האב באקומען אין די פאסט א ברייו אז דאס איז שוין די דריטע און איך האב נישט צוריקגעשיקט די ערשטע צוויי דארף איך שוין יעצט אראפ גיין ביז צען טעג וואס קומט אויס דריי טעג פון ווען איך האב עס באקומען
אויב נישט סטראשען זיי מיט טויזענט דאלער און נאך ח"ו...
ביטע ענטפערט מיר דארף איך עפענען די בריוו, אדער האב איך פראבלעמען מיט די פאסט?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג אפריל 17, 2016 10:08 pm

אויב פארמאגסטו פראפערטי אויף דיין נאמען קענען זיי לייגען א ליען דעראויף
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 3:06 pm

איך האב באקומען א סאמענס צו דינען אין דזשורי אין 2 וואכן ארום, איז וואס טוט מען דא?
וואס זאגט דער עולם ?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:43 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:יא איך האב באקומען אין די פאסט א ברייו אז דאס איז שוין די דריטע און איך האב נישט צוריקגעשיקט די ערשטע צוויי דארף איך שוין יעצט אראפ גיין ביז צען טעג וואס קומט אויס דריי טעג פון ווען איך האב עס באקומען
אויב נישט סטראשען זיי מיט טויזענט דאלער און נאך ח"ו...
ביטע ענטפערט מיר דארף איך עפענען די בריוו, אדער האב איך פראבלעמען מיט די פאסט?

גם אנוכי בצרה UJO האט מיר געזאגט אז אויף די דריטע ווי א זשאטש האט אונטערגעשריבן מוז מען צוריק שיקען . טא געטוען אין יעצט באקומען טאקע א דאטום .. אפשר קען די עולם מתפלל זיין פאר עללער בן .... ארויסצודיין זכאי בדין ... (גראדע קען איך טאקע נישט קיין ענגליש טא וואס זאל איך טוען ???)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:47 pm

העסט דארט זאגן דעם שופט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 9:17 pm

סעמס האט געשריבן:העסט דארט זאגן דעם שופט

אז ????
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 11:37 pm

מי דאונט טאלק אינגליש!!!!!!!!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 6:43 am

גדלי וואסער שעפער האט געשריבן:חבר מיינער זאגט מיר אז זיינס א קרב האט די זעלבע געהאט - אין יא אראפ געגאנען
...ביים אויספילן די אינפארמאציע מעיל אדער פימעיל... האט ער אריינגעצייכענט ביי פימעיל
??יענער דארט פרעגט אים וואס?? פימעיל

!ענטפערט ער מיט א זיכערקייט זיכער - "פעעמעלי" איי העוו !ביג פעמעלי ווייף ענד טרי קידס
......מען האט אים געזאגט זיי געזינט

ווייס איך נישט אויב יא אדער נישט דינען אין די דזשורי, אבער די פאמיליע מעשה האט מיך געפערליך איבערגענומען, ממש ביז טרערן
בוי זיך זעלבסט

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 5:49 pm

eller האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:יא איך האב באקומען אין די פאסט א ברייו אז דאס איז שוין די דריטע און איך האב נישט צוריקגעשיקט די ערשטע צוויי דארף איך שוין יעצט אראפ גיין ביז צען טעג וואס קומט אויס דריי טעג פון ווען איך האב עס באקומען
אויב נישט סטראשען זיי מיט טויזענט דאלער און נאך ח"ו...
ביטע ענטפערט מיר דארף איך עפענען די בריוו, אדער האב איך פראבלעמען מיט די פאסט?

גם אנוכי בצרה UJO האט מיר געזאגט אז אויף די דריטע ווי א זשאטש האט אונטערגעשריבן מוז מען צוריק שיקען . טא געטוען אין יעצט באקומען טאקע א דאטום .. אפשר קען די עולם מתפלל זיין פאר עללער בן .... ארויסצודיין זכאי בדין ... (גראדע קען איך טאקע נישט קיין ענגליש טא וואס זאל איך טוען ???)


קענסט אראפגיין

דער סיסטעם קען דיר נישט פטר'ן פאר נישט קענען קיין ענגליש

אבער דער אדוואקאט פונעם קעיס קען [און -בעזהשי"ת- וועט] יא
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 5:52 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:יא איך האב באקומען אין די פאסט א ברייו אז דאס איז שוין די דריטע און איך האב נישט צוריקגעשיקט די ערשטע צוויי דארף איך שוין יעצט אראפ גיין ביז צען טעג וואס קומט אויס דריי טעג פון ווען איך האב עס באקומען
אויב נישט סטראשען זיי מיט טויזענט דאלער און נאך ח"ו...
ביטע ענטפערט מיר דארף איך עפענען די בריוו, אדער האב איך פראבלעמען מיט די פאסט?

גם אנוכי בצרה UJO האט מיר געזאגט אז אויף די דריטע ווי א זשאטש האט אונטערגעשריבן מוז מען צוריק שיקען . טא געטוען אין יעצט באקומען טאקע א דאטום .. אפשר קען די עולם מתפלל זיין פאר עללער בן .... ארויסצודיין זכאי בדין ... (גראדע קען איך טאקע נישט קיין ענגליש טא וואס זאל איך טוען ???)


קענסט אראפגיין

דער סיסטעם קען דיר נישט פטר'ן פאר נישט קענען קיין ענגליש

אבער דער אדוואקאט פונעם קעיס קען [און -בעזהשי"ת- וועט] יא

יישר כח !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 6:02 pm

eller האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:יא איך האב באקומען אין די פאסט א ברייו אז דאס איז שוין די דריטע און איך האב נישט צוריקגעשיקט די ערשטע צוויי דארף איך שוין יעצט אראפ גיין ביז צען טעג וואס קומט אויס דריי טעג פון ווען איך האב עס באקומען
אויב נישט סטראשען זיי מיט טויזענט דאלער און נאך ח"ו...
ביטע ענטפערט מיר דארף איך עפענען די בריוו, אדער האב איך פראבלעמען מיט די פאסט?

גם אנוכי בצרה UJO האט מיר געזאגט אז אויף די דריטע ווי א זשאטש האט אונטערגעשריבן מוז מען צוריק שיקען . טא געטוען אין יעצט באקומען טאקע א דאטום .. אפשר קען די עולם מתפלל זיין פאר עללער בן .... ארויסצודיין זכאי בדין ... (גראדע קען איך טאקע נישט קיין ענגליש טא וואס זאל איך טוען ???)

גיי יא אראפ, און פרוביר צו משפטן לויט גערעכטיגקייט.

ס'וועט גארנישט געשעהן אז איין קעיס וועט נישט זיין דורכגעפוילט מיט די יוסטיץ רשעות

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 6:17 pm

א געטרייער בירגער אויף יענעם'ס חשבון

1 ער וועט משכנע זיין די 12 דומע לינקע ?
2 גארנטירס אים אז ער וועט נישט זיין ציזאם מיט דאס נידריגסטע ?
2 די וועסט משלעם זיין דעם חילוק ציווישען זיין געהאלט אין דאז וואס דעק געריכט צאלט?
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 2:21 pm

איך בין געווען אין דאונטאון ברוקלין געריכט 2 וואכן צוריק א גאנצע טאג אויף דזשורי דוטי, נישט דאס ערשטע און מסתמא נישט דאס לעצטע מאל אין מיין לעבן. איך גלייך עס, עס איז גאנץ אינטערסאנט, ועל כולם איז דאס דער געזעץ פון לאנד, ודינא דמלכותא דינא.

איך האב געדאווענט גאנץ פריה, אויף אכט אזייגער האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן באן און אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע צייט 8:30. געדארפט אדורכגיין א מעטאל דעטעקטאר [עס האט געפיפן - נישט צוליב די אייזן אין מיין לינקע פוס - נאר צוליב די מעטאלענע דעקל פונעם פאפירענעם דזשעי דזשעי קאפאטשינא!]

אריין אינעם גרויסן ווארט זאל, מיטגעהאלטן א פרעזענטאציע איבער די יורידישע סיסטעם, געקלאצט און געקלאצט, געלערנט און געזאגט תהלים, געשריבן פארשידענע בריוו וואס איך האב געדארפט ערלעדיגן און קום געווענליך נישט אן דערצו צוליב מאנגל אין קאמפיוטערלאזע צייט...

געהאט צייט צו פרישטאג'ן, מיטאג'ן, גיין הכנות, רעדן אויפן טעלעפאן, און ווען איך וואלט מיטגענומען מיין כלי וואלט איך געהאט דארט אומזינסטע ווייפיי און פלאג.

זייער שפעט נאכמיטאג האט מען הערשט אנגעהויבן רופן נעמען פון מענטשן, איך בין געגאנגען מיט א גרופע פון ארום 50 מענטשן צו א זייטיגע צימער, וואו מען האט גענומען אטענדענס און ארויפגעשיקט מיטן עלעוועיטאר צו די 17'טע שטאק פונעם סופרים קאורט אוו קינגס קאונטי.

דארט האט מען ווייטער געווארט און געווארט אין די קארידארן ביז מען האט אונז ענדליך ארום 4:30 מיטאג אריינגעפירט אינעם געריכטזאל. די ריכטערין האט פארגעליינט אנווייזונגען פאר די מעגליכע דזשורי, און אנגעהויבן אויספרעגן ווער עס קען נישט קיין ענגליש, אדער ווער עס האט א קרימינאלע רעקארד. דאן האט מען אנגעהויבן פרעגן ווער עס האט סיי וואספארא אפוינטמענטס אין די קומענדיגע טעג/וואכן/חדשים, דא האבן זיך געהויבן די הענט פון כמעט אלע אנוועזנדע... זי איז אדורכגעגאנגען יעדן איינעם אין די רייע און אויסגעפרעגט פונקטליך וואס די אפוינטמענט איז, ווי וויכטיג עס איז. אויב עס איז געווען א וואקאציע, האט זי געפרעגט מיט וועלכע לופטליניע וכדומה.

ווען די רייע איז געקומען אויף מיר, האב איך געזאגט אז פרייטאג מוז איך זיין אינדערהיים אויף "זון אונטערגאנג", דאס מיינט אז איך מוז שוין ארויסגיין ארום א שעה בעפאר, און איך וועל נישט קענען זיין אין געריכט ביז 5:00.

די ריכטערין האט צוזאמגענומען די נאטיצן וואס זי האט אפגעשריבן מיט אלע תירוצים, איז ארויס אין איר צימער זיך איבערשמועסן מיט די אדוואקאטן פון ביידע צדדים, און ביים אריינקומען האט זי אויסגערופן ווער עס איז באפרייט, צווישן די נעמען איז געווען מיין נאמען. איך האב נאך געהאט גענוג צייט אנצוקומען אין וויליאמסבורג גענוג צייטליך צו דאווענען מנחה בציבור ב"ה.

א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 3:06 pm

לכאורה האט געשריבן:איך בין געווען אין דאונטאון ברוקלין געריכט 2 וואכן צוריק א גאנצע טאג אויף דזשורי דוטי, נישט דאס ערשטע און מסתמא נישט דאס לעצטע מאל אין מיין לעבן. איך גלייך עס, עס איז גאנץ אינטערסאנט, ועל כולם איז דאס דער געזעץ פון לאנד, ודינא דמלכותא דינא.

איך האב געדאווענט גאנץ פריה, אויף אכט אזייגער האב איך מיך ארויסגעלאזט מיטן באן און אנגעקומען פונקט אין די ריכטיגע צייט 8:30. געדארפט אדורכגיין א מעטאל דעטעקטאר [עס האט געפיפן - נישט צוליב די אייזן אין מיין לינקע פוס - נאר צוליב די מעטאלענע דעקל פונעם פאפירענעם דזשעי דזשעי קאפאטשינא!]

אריין אינעם גרויסן ווארט זאל, מיטגעהאלטן א פרעזענטאציע איבער די יורידישע סיסטעם, געקלאצט און געקלאצט, געלערנט און געזאגט תהלים, געשריבן פארשידענע בריוו וואס איך האב געדארפט ערלעדיגן און קום געווענליך נישט אן דערצו צוליב מאנגל אין קאמפיוטערלאזע צייט...

געהאט צייט צו פרישטאג'ן, מיטאג'ן, גיין הכנות, רעדן אויפן טעלעפאן, און ווען איך וואלט מיטגענומען מיין כלי וואלט איך געהאט דארט אומזינסטע ווייפיי און פלאג.

זייער שפעט נאכמיטאג האט מען הערשט אנגעהויבן רופן נעמען פון מענטשן, איך בין געגאנגען מיט א גרופע פון ארום 50 מענטשן צו א זייטיגע צימער, וואו מען האט גענומען אטענדענס און ארויפגעשיקט מיטן עלעוועיטאר צו די 17'טע שטאק פונעם סופרים קאורט אוו קינגס קאונטי.

דארט האט מען ווייטער געווארט און געווארט אין די קארידארן ביז מען האט אונז ענדליך ארום 4:30 מיטאג אריינגעפירט אינעם געריכטזאל. די ריכטערין האט פארגעליינט אנווייזונגען פאר די מעגליכע דזשורי, און אנגעהויבן אויספרעגן ווער עס קען נישט קיין ענגליש, אדער ווער עס האט א קרימינאלע רעקארד. דאן האט מען אנגעהויבן פרעגן ווער עס האט סיי וואספארא אפוינטמענטס אין די קומענדיגע טעג/וואכן/חדשים, דא האבן זיך געהויבן די הענט פון כמעט אלע אנוועזנדע... זי איז אדורכגעגאנגען יעדן איינעם אין די רייע און אויסגעפרעגט פונקטליך וואס די אפוינטמענט איז, ווי וויכטיג עס איז. אויב עס איז געווען א וואקאציע, האט זי געפרעגט מיט וועלכע לופטליניע וכדומה.



די ריכטערין האט צוזאמגענומען די נאטיצן וואס זי האט אפגעשריבן מיט אלע תירוצים, איז ארויס אין איר צימער זיך איבערשמועסן מיט די אדוואקאטן פון ביידע צדדים, און ביים אריינקומען האט זי אויסגערופן ווער עס איז באפרייט, צווישן די נעמען איז געווען מיין נאמען. איך האב נאך געהאט גענוג צייט אנצוקומען אין וויליאמסבורג גענוג צייטליך צו דאווענען מנחה בציבור ב"ה.

א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

פון ווילי ? אויב יא מיט וועלכע טרעין ?כ'וויל נישט זיין ביזי מיט זוכן פארקינג .
מעג מען רעדן אויפן פאון ? כהאב געמיינט אז נישט ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 3:07 pm

לכאורה האט געשריבן:ווען די רייע איז געקומען אויף מיר, האב איך געזאגט אז פרייטאג מוז איך זיין אינדערהיים אויף "זון אונטערגאנג", דאס מיינט אז איך מוז שוין ארויסגיין ארום א שעה בעפאר, און איך וועל נישט קענען זיין אין געריכט ביז 5:00.


א וואך דערויף האב איך באקומען אויף די פאסט א צעטל מיט א פטור פון קומען צו דזשורי דינסט די קומענדיגע 8 יאר.

קען איך אויך ניצן די תירץ ? איז עס איינגעשטעלט ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט