Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ל"ג בעומר תשע"ד במירון

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:05 pm

ל"ג בעומר תשע"ד במירון

אזוי ווי מיר גרייטן זיך מיט'ן הילף פון השי"ת היי יאר ווידעראמאל צו פארן צום אתרא קדישא מירון אויף ל"ג בעומר צו די יומא דהילולא קדישא פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בן יוחאי זכותו ותורתו יגן עלינו, עפען איך דעם אשכול פאר אינפארמאציע, נייעס און אפדעיטס און אזוי ווייטער.

איך בעט די אידן וואס פארן אדער האבן געוויסע אינפארמאציע וואס קען צוניץ קומען פאר די אידן וואס פארן, זאלן עס דא מעלדן, אז יעדער זאל הנאה האבן.

א דאנק.

Advertisement

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:22 pm

די לעצטע דריי פיר יאר איז ל"ג בעומר אויסגעפאלן נעבן שבת. פאר דריי יאר צוריק האב איך אויך געוויילט אויף שבת אין מירון, איך בין אנגעקומען קיין מירון פרייטאג נאכמיטאג, און איך בין דאן געוואויר געווארן אז מען קען נישט אריינפארן אין כפר מירון מיט א קאר, נאר מען דארף דאס קאר פארקן אינדרויסן פון מושב און מען פארט ארויף מיט א באס. למעשה, האט מען יענעם יאר געקענט זיך איינמעלדן פון פאראויס אז מען וויילט אויף שבת אינעם מושב און איך מיין אז פאר א געוויסע פרייז האט מען געקענט אריינפארן.

ווען מיר זענען אנגעקומען צו די פאליציי וועלכע האבן נישט געלאזט אריינפארן אין שטאט, האבן מיר פארשטייט זיך נישט פארשטאנען וואס זיי האבן אונז געזאגט, זיי אונז געבעטן אונזערע נעמען צי זען אויב מיר זענען אויף די ליסטע וואס מען לאזט אריין, און מיר האבן געענטפערט די נאמען פון די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען... און די פאליציאנט נעמט ארויס דעם צעטל צו זוכן דעם נאמען, און אזוי ווי ער האלט דעם צעטיל, האבן מיר אים אנגעוויזן אויף עפעס א נאמען, אז אטא דאס איז אונזער'ס און דער באשעפער האט געהאלפן ער האט אונז אריינגעלאזט….

פארגאנגענעם יאר האט מען כמעט קיינעם נישט אריינגעלאזט אין מושב פרייטאג, בלויז מיט גרויס פראטעקציע. און מיר האבן געמוזט פארקן דעם קאר אין פארקינג לאט און ארויפפארן מיט די באסעס און שלעפן די פעקלעך דעם בארג ביז צו אונזער דירה. ב"ה פאר דעם.

היי יאר, הער איך יעצט פונעם אינגערמאן וועלכע ערלעדיגט מיר די דירה, אז מען גייט בכלל נישט קענען קומען מיט א קאר קיין מירון. אלעס וועט מוזן קומען מיט א באס. אויב דאס זאל אמת זיין, קוקט עס אויס צו זיין זייער שלעכט. נאכדערצו פאר מיר וואס איך האף צו זיין אויף די ציונים הקדושים און צפת און טברי' מיט מיין קאר, און איך וועל דארף זיין צוגעבינדן צו כאפן א באס אנצוקומען קיין מירון און אזוי אויף צוריק.

איך האף אז דאס איז נישט אמת. קען איינער דאס באשטעטיגן אדער אפווארפן?

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:28 pm

איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת אדער נישט, אבער אין ליכט פון די געפערליכע טרעפיק פאריאר מאכט עס שטארק סענס. אגב איך האב פאראיאר געוויילט אין צפת און גענומען דעם באס פון דארט הין און צוריק, און עס איז זייער געשמאק געווען

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:31 pm

איך זאג נישט, עס איז פאריאר געווען א פקק וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.
איך בין ארויסגעפארן מוצאי שבת און עס האט מיר גענומען 4 שעה אריינצוקומען.

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:40 pm

שוין דא אפאר אשכולות דא האסטו איינס

viewtopic.php?f=3&t=7655

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:42 pm

יאפ, כאבויך געהערט אז מען וועט מוזן פארקן ס'קאר א שעה אוועק. אבער ווי איך שטעל זיך פאר איז דאס נאר פאר ל"ג בוימער זעלבסט און נישט פרייטאג. לאמיר האפן פאר די בעסט.

ווערעס האט אינפוי וואסיז די בעסטע און ביליגסטע פלאן צו ניצן מיין איי פאון אין א"י, איז מכובד דאס צו מיטטיילען.

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:43 pm

קהת האט געשריבן:שוין דא אפאר אשכולות דא האסטו איינס

viewtopic.php?f=3&t=7655


ידעתי בני ידעתי.
איך האב דעם אשכול געעפענט ספעציעל פאר היי יאריגע אינפארמאציע.

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:44 pm

סאיז נישט קיין פראבלעים אבער נישט יעדער ווייסט פון דעים ברענג איך עס אהער

די האסטו נאך איין

viewtopic.php?f=25&t=11127

דינסטאג אפריל 29, 2014 4:47 pm

http://www.shoresh.org.il/spages/articl ... 0buses.htm

מיטוואך אפריל 30, 2014 6:17 pm

ווי קען מען פארשאפן א ביליגע דירה אויף שבת אין מירון?

דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:46 pm

מיין חבר האט מיר געדארפט ארלעדיגן צוויי טיקעטס פון DO ALL, האט מיר אויסגעשפילט...
עני העלפ, איך דארף האבן צוויי טיקעטס פון דינסטאג נאכט ביז דינסטאג פארטאגס
????

דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:21 pm

איך הער אז Do All האבן שוין מער נישט קיין טיקעט

דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:43 pm

וויכטיגע נקודות פאר א חאלאקע אין מירון
עטעטשמענטס
הוראות לחלאקה חדש.pdf
(52.75 KiB) געדאון לאודעד 57 מאל

דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:50 pm

פ' לך לך האט געשריבן:וויכטיגע נקודות פאר א חאלאקע אין מירון

... לצלם את החתן על רקע האוטובוס לפני הנסיעה (ילד מאוד אוהב תמונה עם אוטובוס, וז מזכרת יפה ומיוחדת מהאוטובוס בו נסעו).

פרייטאג מאי 02, 2014 8:40 am

א לינק צו די הדלקה אין מתחם בויאן אין מירון. מען ברויכעס דאון לאודן צו קענען זעהן ס'גאנצע מעמד. עס דוערט א ערך פון א שעה מיט נאך א האלבע.

קוקט און האט הנאה.

https://www.dropbox.com/s/7h22uvz7cpppa ... 205773.wmv

פרייטאג מאי 02, 2014 9:58 am

your friend האט געשריבן:א לינק צו די הדלקה אין מתחם בויאן אין מירון. מען ברויכעס דאון לאודן צו קענען זעהן ס'גאנצע מעמד. עס דוערט א ערך פון א שעה מיט נאך א האלבע.

קוקט און האט הנאה.

https://www.dropbox.com/s/7h22uvz7cpppa ... 205773.wmv

מיי פרענד, זאלסט מוחל זיין און צושטייער געבן פאר מיין טיקעט וואס כ'האב יעצט באשטעלט צוליב'ן אויבנדערמאנטן לינק.

#נישט.מער.ווי.יושר

פרייטאג מאי 02, 2014 10:31 am

איך הין א טרעוועל אגענט, און דאסיז מיין וועג וויזוי צו מאכן ביזנעס

זונטאג מאי 04, 2014 1:50 pm

וואס דא גייט פאר

זונטאג מאי 04, 2014 3:51 pm

אקעי, און יעצט א בקשה צו אלע עסקנים מיט קשרים.

ביטע, האט אינזינען די ברודער פון חו"ל וואס זיי איז נישט געלונגען צו שאפן א טיקעט קיין מירון,
און זייט מנדב, לינק'ס, צו זייטלעך וואס קענען באפרידונגען, די הונגעריגע נאך עפעס קליפ'ס\לייווסטרימ'ס פון הדלקות, געבעט און געטענץ אין מירון.

זונטאג מאי 04, 2014 3:56 pm

איינער ווייסט א נומער פון איינער וואס שטעלט צו די עסן פאר שבת אין מירון?

זונטאג מאי 04, 2014 11:22 pm

אויפריכטיג קאנטעקט מיר אין אישי,

זונטאג מאי 04, 2014 11:23 pm

למעשה דארף איך ווין אויב איך וועל פרייטאג נאכמיטאג קענען אריין פארן אין מירון מיט א קאר,
אדער אויב איך קען פארקען ערגעץ אין צפת,

זונטאג מאי 04, 2014 11:24 pm

לתועלת הרבים פאר מיינע קרית יואל'ע / מאנסי'ע ברידער (און בקרוב וואטערבערי) קען עס זיין גאנץ אונטערסאנט.
עס איז דא ביליגע טיקעטס מיט טורקיש עירליינס פון באסטאן מיטוואך נאכט און מען קומט צוריק מאנטאג פאר אונטער $900, למשל VAYAMA.COM
די מעלה דערפון אז מען קען ארויספארן מיטוואך נאכ'ן ארבעט קיין באסטאן וואס פון ק"י איז עס בע' 4 שעה.

זונטאג מאי 04, 2014 11:38 pm

נישט געראטען צו צו דרייווען 4 שעה נאכען אנקימען מיט א קאנעקטיניג טורקיש עירליינס פלייט...
חוץ די חסרון אז עס איז טורקיש עירליינס + אז עס האט א סטאפ + אז קימט צו נאך 4 שעה צו די נסיעה וויבאלד מען קימט אן אין באסטען + דארף מען נאך דערצו דרייווען מיט די קאר פאר פיר שעה..

מאנטאג מאי 05, 2014 12:05 am

פון JFK צי ק"י איז אויך 1 און האלב שעה אן טרעפיק (געווענליך איז דא טרעפיק)
די מעלה פון טורקיש איז אז עס איז א לאנגע פלייט און מען האט בע' צען שעה צי שלאפן, VS מיט א סטאפ אין יוראפ איז עס נישט אהער און נישט אהין, דאס איז מיין עקספיריענס, איך בין שוין מער ווי איינמאל דורכגעשלאפן כמעט די גאנצע פלייט א גוטע צען שעה, עס איז טאקע נישט ווי א בעט אבער דאך בעסער ווי דארפן אויפשטיין נאך א דריי שעה שלאף, אוודאי איז דירעקט בעסער אבער עס זייער טייער יעצט.
עצה טובה פאר די וואס פארן אהיים מאנטאג צופרי סיי מיט טורקיש אדער סיי וועלכע קאנעקט פלייט, נישט צי שלאפן זונטאג נאכט צו סאך אזוי שלאפט מען א מחי' אויפ'ן וועג.
מען פארט דאך סייווי צוריק ביינאכט פון מירון קען מען בלייבן אביסל לענגער דארט, (איך דרייוו אלינס אין א"י)
פארשטייט זיך דאס קען נאר איינער וואס קען שלאפן א נאכט אויף א בענקעל למשל אויף א באס וכדו'.
שרייב א תגובה

Advertisement