Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טעיפ'ס והמסתעף...

דינסטאג אפריל 29, 2014 10:57 am

נישט געטראפן אן אשכול איבער דעם, אויב שוין יא דא, ביטע מאכען חטיבה אחת, דא לדא נקשן.

כ'האב אן היסטארישע טעיפ, אן איטערוויא וואס כ'האב געמאכט מיט ישיש אחד. אבער דו קינדער האבן זיך געשפילט דערמיט, כמובן נישט בפני, און זיי האבען ארויסגעשלעפט כמעט דער
גאנצע אינהאלט, כ'דענק נישט אויפ'ן מינוט אויב זיי האבען עס למעשה צוריסן אדער נישט, ווייסט איינער פון איינער וואס געבט זיך אפ מיט אזעלעכע מעשיות, און קען עס צירוק צוזאם שטעלן, צירוק שטעלן על מכונו? גרייט צו באצעלן...

אויב איינער פון דא, קען ער מיר קאנטאקטן באישית, שכויח.

Advertisement

דינסטאג אפריל 29, 2014 11:03 am

קרן שמואל ישעי' אדווערטייזט אז זיי טוען דאס.

דינסטאג אפריל 29, 2014 11:12 am

אדער סאנדעל'ס ספיעקער'ס פון קרית יואל קען דאס אויך טוען

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 8:02 am

ווייסט איינער וואו מ'קען קאנווערטן טעיפס צו CD's פאר א צוגענגליכע פרייז?

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 10:43 am

טרענספער סטודיא אויף דרייצען און בארא פארק

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:14 pm

נומבער ביטע.

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 1:15 pm

טרענספערן טעיפס צו סידיס קעמען ביי קרן שמואל ישעי, און ביי לי עוו פאוטאו און מסתם נאך אסאך סטארס... א צוריסענע טעיפ צו פיקסן, דאס ווייסעך נישט ווער ס'טוט... אויב האסטו געדולד קענעך דיר ווייזן וויזוי מ'מאכטעס... איך האלט אינמיטן פיקסן אזא טעיפ, מ'דארף האבן הלל'ס געדולד...

מאנטאג ספטמבר 01, 2014 1:24 pm

אמאל האט מען דאס כסדר געטוהן, מ'איז געזיצן מיט די קאסעטן, אויפגעדרייט און אויסגעגראדט די ראול און צוזאמגעקלעבט איידעלערהייט, יענע ארבעט געווען.
שרייב א תגובה

Advertisement