בלאט 1 פון 3
איידיעס פאר א דינער
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:50 pm
דורך שעפעלע
א גוטען מיינע טייערע ברודער
איך בין געווארען אינוואלווד לעצטענס און א מוסד א געהעריגע חסידישע מוסד וואס וויל אונהייבען מאכען א יערליכע דינער איז זיי דארפען איידיעס פאר א אינטערסאנטע פראגראם אז מענטשען זאלען געדעינקען אז פאר די דינער לוינט זיך צו קומען איז אויב איינער קען מיך דא העלפען וואלט איך עס געוועין א גרויסע טובה פאר מיך!
נאך איין קשיה פאר איך ענדיג וויאזוי וואלט איר אונגעקוקט ווען מ'נעמט א קאמידיען פאר א יו"ר? איז עס א גוטע איידיע אדער עס איז צו קינדעריש?
יישר כח פון פאראויס
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:13 pm
דורך לכאורה
א קאמידיען פאר א יושב ראש איז גאנץ גאנגבאר, הגם נישט יעדער יושב ראש איז אן אפיציעלער קאמידיען, נעמט מען אבער כסדר מענטשן מיט א געשליפן צינגל וואס קענען שמירן דעם מצב און האלטן דעם עולם אויף די שפיץ בענקלעך צווישן איין רעדע און דאס אנדערע.
עפעס האב איך באמערקט אז די סטיילס בייטן זיך כסדר, צב"ש אפאר יאר נאכאנאנד איז געווען דער סטיל צו האבן א פארשטעלונג נוסח ר' וועלוול גאלדשטיין מיט שירה/המזמרים אדער ר' פנחס מרדכי וועבער מיט א קאפעליע, בעת אין די לעצטערע אנאנסן האט זיך דאס געטוישט צו א "פאנעל" סטיל... דאכט זיך אז קרן עזר האט דאס געמאכט, און יעצט ווערט דאס פראקלאמירט דורך "מקוה יו.עס.עי.".
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:52 pm
דורך קהת
א קאמידיען פאר א יושב הערט מען אפט א שטייגער ווי ישראל שטערן, אלי' שווייצער, מלאך.
בעלזא האט לעצטנס געמאכט א דינער פאר די תלמוד תורה און ישיבה און זיי האבען גענומען פאר טשעירמאן א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט איין יאר צוריק וואס די בחורישע יארן ליגט עהם נאך אין די ביינער און סאיז געוועהן א מורדיגע סוקסעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:57 pm
דורך שעפעלע
ווי איז געוועין די דינער פון בעלזא?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:20 pm
דורך קהת
אין תפארת מרדכי און בארא פארק
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:38 pm
דורך ווייסעך וואס
שעפעלע האט געשריבן:א מוסד וויל אונהייבען מאכען א יערליכע דינער
שעפעלע טייערע, הער מיך גוט צו, איך מאך שוין דינערס 15 יאר צום גוטן, און נישט איינס א יאר נאר עטליכע, נישט פאר איין מוסד נאר פאר עטליכע, אויב ווייסטו וואס עס איז גוט פאר דיר און פאר דיין מוסד, הייב נישט אן, אין די צייט וואס דו וואס זענען שוין דערינען קענען נישט פטור ווערן דערפון.
עס איז דא היינט צו טאגס פארשידענע אנדערע - און מער אפעקטיווע - מיטלען ווי אזוי צו רעיזן געלט, ווי מאכן א דינער.
היינט צו טאגס צו מאכן א סוקסעספולן דינער קאסט אוצרות מיט געלט, צייט, קאפ און מח, און ווייניג ענדיגן טאקע מיט א סוקסעס.
ודו"ק כי קצרתי
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:43 pm
דורך שעפעלע
ווייסעך וואס האט געשריבן:שעפעלע האט געשריבן:א מוסד וויל אונהייבען מאכען א יערליכע דינער
שעס איז דא היינט צו טאגס פארשידענע אנדערע - און מער אפעקטיווע - מיטלען ווי אזוי צו רעיזן געלט, ווי מאכן א דינער.
למשל? עס איז נישט א ארגאנזאציע עס איז א מוסד וואס קענען זיי טון? געב מיך א איידיע
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:46 pm
דורך ווייסעך וואס
שעפעלע האט געשריבן:ווייסעך וואס האט געשריבן:שעפעלע האט געשריבן:א מוסד וויל אונהייבען מאכען א יערליכע דינער
שעס איז דא היינט צו טאגס פארשידענע אנדערע - און מער אפעקטיווע - מיטלען ווי אזוי צו רעיזן געלט, ווי מאכן א דינער.
למשל? עס איז נישט א ארגאנזאציע עס איז א מוסד וואס קענען זיי טון? געב מיך א איידיע
איך רעד פון א מוסד.
איידיעס איז דא עד אין סוף, עס ווענט זיך וועלכע מוסד, און ווער דיין טארגעיט איז, איז עס א חסידות, איז עס א מוסד אין אר"י, עס איז נישט שייך צו געבן איידיעס ווען מען ווייסט נישט פון וואס\וועם מען רעדט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:50 pm
דורך שוועמל
ווייסעך,
אפשר דאך גיבסטו יא איידיעס, נישט דוקא פאר דעם ספעציפישן פארלאנג דא אבער אין אלגעמיין וויל איך דייקא יא וויסן וואס נאך צו טון.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:00 pm
דורך ווייסעך וואס
שוועמל האט געשריבן:ווייסעך,
אפשר דאך גיבסטו יא איידיעס, נישט דוקא פאר דעם ספעציפישן פארלאנג דא אבער אין אלגעמיין וויל איך דייקא יא וויסן וואס נאך צו טון.
מאך אן אפוינטמענט, און פאר די ריכטיגע פרייז וועלן מיר פרובירן אייך צו פרידען צו שטעלן.....
איך מאך א וויץ, און בין נישט אין די קאנסאלטינג ליין, אבער אז דו פרעגסט וועגן איידיעס, עפען די צייטונגען, יעדע וואך שפארצט ארויס מעכטיגע איידעס איינס בעסער פון צווייטן, קוק אויף די אלע מוסדות'ן וואס קומען כסדר אויף מיט איידיעס, און זענען זייער שיין מצליח.
רוב מוסדות'ן מאכן זייער עיקר פאונד רעזינג געלט, דייקא נישט פון דעם דינער, נאר פון זייערע אנדערע מיטלן, ווי עסקנים וכדו'.
דער דינער איז ביי "יעדע" מוסד ענדערש א ברענדינג מיטעל פארן מוסד, ווי מאני מעקינג, פרעג דיך נאך דיי די וואס שטייען אונטער די דינערס פון אלע מוסדות, אנגעהויבן פון די גרויסע מוסדות (כ"א כסליו) און גענדיגט ביי די ארגענעזעישאנס (רופא חולי, בוני עולם).
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:05 pm
דורך תרנגול
ווייסעך וואס האט געשריבן:יעדע וואך שפארצט ארויס מעכטיגע איידעס איינס בעסער פון צווייטן, קוק אויף די אלע מוסדות'ן וואס קומען כסדר אויף מיט איידיעס, און זענען זייער שיין מצליח.
דאס דארף מען זיך נאך איבערצייגן.....

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:08 pm
דורך ווייסעך וואס
תרנגול האט געשריבן:ווייסעך וואס האט געשריבן:יעדע וואך שפארצט ארויס מעכטיגע איידעס איינס בעסער פון צווייטן, קוק אויף די אלע מוסדות'ן וואס קומען כסדר אויף מיט איידיעס, און זענען זייער שיין מצליח.
דאס דארף מען זיך נאך איבערצייגן.....

ווי א מוסד, איינער מער און איינער ווייניגער.
ביי דעם מוסד ווי איך בין באקאנט איז מען שארף קעגן דינערס און מען איז זייער מצליח ב"ה דורך פארשידענע אנדערע מיטלען.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:31 pm
דורך אַבּערוואַס
ברענדינג פאר א מוסד, אפי' מ'מאכט נישט אסאך געלט ביים דינער איז אויך ווערט די עפערט. א סוקסעספולע דינער ברענגט ארויף די מוסד'ס סטאקס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:04 pm
דורך פאטאקי08
ווייסעך וואס
א ספעציעלע צייטונג מאכט די זאך...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:40 pm
דורך הלשון
קלענערע מסיבות ביי פיוואטע מענטשן אין שטוב, איז היבש אויפגעכאפט לעצטענס
אפילו ארגאנזאציעס וואס מאכן נאך גיגאנטישע דינערס, ווייסן שוין היינט, אז פאר א ריכטיגע סוקסעס פעלט אויס צו מאכן ווי מער קליינע פרי-דינער מסיבות. דארט קען מען זיך בעסער אפגעבן מיט יעדע משתתף פערזענליך, און איהם באארבייטן. מען קען בעסער באאיינפלוסן דעם נותן איבער די חשיבות המוסד, ווייל ס'איז דא א קליינע עולם, און ער שפירט אז מען רעדט צו איהם פערזענליך. ווער רעדט אויב דער מארח המסיבה האט א השפעה אויף אנדערע, און זיי לאזן זיך קאסטן לכבודו, וכו' וכו' וכו'.
מתן שכרו בצדה: מאנכע ערלויבן זיך צו ווייזן סליידס/ווידעא וכדומה וואס מען וואלט נישט געוויזן אפיציעל אין פובליק....................
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:59 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
היימישע יונגעלייט טאפ-לעוול מומחים אויף די ענינים באקומען באצאלט טבין ותקילין אויף די דאזיגע פראגעס פון דינער און פאנד רעיזינג, וויל איינער הערן עצות בחינם...
ווי האט איינער דא געזאגט, לאמיר אפשמועסן א צייט און זיך אוועקזעצן, עהעם, עהעם...
א דאקטאר בחינם איז ווערד...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:10 pm
דורך הלשון
שאני איי וועלט....
איון אלע הינזיכטן העלפט מען זיך דא איינער דעם אנדערן שלא על מנת לקבל פרס, אפילו אין אזעלכע פעלער וואס אנדערע טוען דאס פאר פרנסה
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:10 pm
דורך דניאל
געב א קוק עס איז דא פאנדרעזעירס וואס ארבייטען יארן אריין צו קומען און די ליין
און דא פון איין מינוט אויף די אנדערע זאל מען אים אלעס איבערגעבן........
עס גייט נישט אזוי שענל
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:13 pm
דורך דניאל
איין זאך וואס איך וויל דיר זאגן פאר די גייסט אריין און די ליין דארפסטו די אליינס גלייבען און די זאך וואס די גייסט פארקויפען פאר'ן עולם
טאמער גלייבסטו אליינס נישט און דיין אייטעם וואס די פארקויפסט פאר דיין חבר וועט עס קיינמאל נישט ארייבעטן
מיין עקספריענס און שוין דאס געהערט פון אנדערע אויך
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:15 pm
דורך הלשון
דניאל:
קיינער האט נישט געבעטן קיין ליסטעס פון נדיבים, און מהאט נישט געבעטן קיינעם צו קומען טון עסקנות פאר א געוויסע מוסד. סך הכל רעדט מען פון אויסלופטערן געדאנקן...
די קאמפיוטער טעכניקער איז אויך משוגע אויב ער גיט פאר איינעם, אין ביהמ"ד צו דא אויפן וועלטל, א עצה בנוגע זיין קאמפיוטער וואס מאכט קונצן? לעניית דעתי נישט...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:22 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
איך ווענד אפ די זאך אז עס לוינט נישט קיין דיינער, עס לוינט יא מען דארף נאר וויסן וויאזוי מען מאכט עס עס זאל קאסטן די ווייניגסטע און מען זאל קענען ארויסנעמען וואו מער פון די נדבות.
איך מאך שוין דינער'ס אפאר יאר און יעדעס יאר זעה איך מער וואו מען קען מאכן געוויסע פי אר פאר פרי, און געוויסע פי אר וואס מען ספענד אסאך געלט איז גארנישט ווערד
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:35 pm
דורך שוועמל
ווייסעך,
קיין צייטונגען ליין איך נישט.
אבער דארט וואו איך גיי זע איך איין זאך, קויפט און געווינט! 10 15 20 25, צי 50 אלפים! ספליט דע פאט! און געווינט קעש אויפן פלאץ!
פאראיאריגע געווינער: גנ"ב
צוויי יאריגע געווינער: נע"ר
דריי יאריגע: לצ"י
דאס ארבעט טאקע?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 11:55 am
דורך ווייסעך וואס
אַבּערוואַס האט געשריבן:ברענדינג פאר א מוסד, אפי' מ'מאכט נישט אסאך געלט ביים דינער איז אויך ווערט די עפערט. א סוקסעספולע דינער ברענגט ארויף די מוסד'ס סטאקס.
וואס מיינט ביי דיר א "סוקסעספול" דינער?
אינטערסאנטע רעדנערס?
אינטערסאנטע פראפארמענס?
אינטערסאנט מתנות גורלות?
טייערע מעניו?
א פולער זאל?
ביי מיר הייסט א סוקסעספולע דינער, אויב דער דינער ברענגט געלט און\אדער ברענדינג, וואס איך קען נישט האבן אן דעם דינער.
די אלע זאכן וואס איך האב אויס גערעכנט איז נאר א מיטל צום ציל, נישט דער עצם ציל...
ממילא אפי א דינער האט אינטערסאנט רעדנערס, אינטערסאנטע פראפארמענס, אינטערסאנט מתנות גורלות, טייערע מעניו, א פולער זאל. (וואס דאס צו ערייכן קאסט אוצרות מיט געלט) קאנסידער איך עס נאך נישט א סוקסעספול דינער "נאר" אויב דורך דעם באקומט דער מוסד מער געלט און\אדער ברענדינג.
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן: עס לוינט יא מען דארף נאר וויסן וויאזוי מען מאכט עס עס זאל קאסטן די ווייניגסטע און מען זאל קענען ארויסנעמען וואו מער פון די נדבות.
איך וועל דיר שטארק מכיר טובה זיין אויב די וועסט מיר עס פראווען.
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן: יעדעס יאר זעה איך מער וואו מען קען מאכן געוויסע פי אר פאר פרי, און געוויסע פי אר וואס מען ספענד אסאך געלט איז גארנישט ווערד
די געוויסע פי-אר וואס מען קען האבן פאר פרי, קומט מיט א תנאי אז מען דארף מאכן א דינער?
שוועמל האט געשריבן:ווייסעך,
קיין צייטונגען ליין איך נישט.
אבער דארט וואו איך גיי זע איך איין זאך, קויפט און געווינט! 10 15 20 25, צי 50 אלפים! ספליט דע פאט! און געווינט קעש אויפן פלאץ!
פאראיאריגע געווינער: גנ"ב
צוויי יאריגע געווינער: נע"ר
דריי יאריגע: לצ"י
דאס ארבעט טאקע?
איך קען דיר אויף דעם נישט ענטפערן, ווייל איך נוץ נישט די סארט מיטלען צו מאכן געלט.
איך וועל דיר אבער יא נאכזאגן א ווארט וואס איך האב געהערט ביי איינע פון די פאונד-רעזינג עקספאוס שוין א 8-10 יאר צוריק פון א גרויסע בארימטער (אין די גוי'אישע\פאליטישע וועלט) פאונדרעיזער, זאגט ער אזוי:
You can’t get milk from a cow by calling up the cow, you have to go down to the cow and milk it…. (אידישע איבערזעצונג: קענסט נישט באקומען מילך פון א קי דורך איר אנרופן, דארפסט אראפ גיין צו די קי און עס מעלקן...)
און אנדערע ווערטער, צו מאכן געלט דארפסטו גיין צו יענעם און אים עס בעטן, קענסט אים רופן אויפן טעל, קענסט אים רופן צו א דינער, וועסט נישט אנקומען אין ערגעץ, גיי צו אים און בעט אים דאס געלט. דאס און נאר דאס איז דער וועג פון מאכן געלט אין פאונד רעזינג, האבן עסקנים אויפן פיעלד וואס זאלן גיין נאך געלט, דאס איז דער יסוד און די אלע אנדערע זאכן זענען בלויז מיטלען וואס מאכט גרינגער פארן עסקן מצליח צו זיין.
פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז פעהיג פאר דעם זשאב, מען דארף נושא חן זיין ביי מענטשן, זיין כאריזמיסטיש, האבן א געשמאקן שפראך, און פארשטייט זיך אז דער מוסד דארף זיך גוט קענען פארקויפן וכו' וכו'
און דא קומט אריין וואס איך האב אויבן געזאגט אז מוסדות קומען כסדר ארויס מיט גאר גוטע און געניאלע איידיעס און איינפאלן ווי אזוי זייערע עסקנים זאלן קענען מצליח זיין און גוט קענען פארקויפן דעם מוסד. אבער צו זאגן אז דער וועג צו רעיזן געלט פאר א מוסד איז א דינער, דאס איז אמת געווען אין די ל'-מ' יארן נישט היינט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 12:28 pm
דורך פישל
ווייסעך וואס האט געשריבן:צו זאגן אז דער וועג צו רעיזן געלט פאר א מוסד איז א דינער, דאס איז אמת געווען אין די ל'-מ' יארן נישט היינט.
איך וועל עס ארויסברענגען קלארער.
בשנים קדמוניות איז געווען דער איינציגסטער וועג פאר א מוסד צו שאפן נדבות נאר דורך מאכן א מלוה מלכה/דינער, וואס אין יענע נאכט האט מען געמאכט דאס געלט, מ'האט צוזאמגערופן אלע באקאנטע, מ'האט געלאדענט א חזן צו זינגען און דער עולם האט אויסגעשריבן טשעקס, און אלעס וואס איז אריינגעקומען אין יענע נאכט איז געווען די הכנסה פון יענעם יאר, אויב האט זיך געמאכט אז די מלוה מלכה איז געווען מוצש"ק ויגש און איינער פון די קהלה מיטגלידער איז געווען יענעם ויגש אויף וואקאציע האט מען יענעם יאר נישט ערהאלטן זיין נדבה, עס איז בכלל נישט געווען איינגעפירט אזא זאך ווי א פאנדרעיזינג אפיס מיט מענטשן וואס געבן זיך אפ בלויז מיט שאפן געלט א גאנץ יאר, נאר די הנהלת המוסדות וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט'ן בודזשעט פון יענע מוסד/ביהמ"ד וכדו' זיי פלעגן אוועקגעבן צייט איינמאל א יאר צו מאכן א מלוה מלכה און אויפטרייבן געלט.
היינט איז דאס גענצליך אנדערש, געלט מאכט מען ווען מען גייט ארום פון מענטש צו מענטש אויפארבעטן ער זאל געבן. דאס קען זיין סיי פ' ויגש און סיי ר"ח תמוז, א דינער מאכט מען צוליב דעם אז מ'זאל קענען ברענדן דעם מוסד פאר'ן עולם דער עולם זאל וויסן די וויכטיגקייט דערפון אז ווען מ'וועט קומען צו יענעם נאך געלט זאל ער געבן.
פון א דינער נאכט קומט מען נישט ארויס מיט קיין הכנסות פרעג יעדן וואס איז אינוואלווד אין א דינער (חוץ אויב איינער וויל דיך איינרעדן) די קאסטן פון א גרויסן דינער וואקסן פון יאר צו יאר מיט אסטראנאמישע סומעס, דער סטאנדארט האלט זיך אין איין העכערן, צענדליגער מוסדות האבן אויפגעהערט צו מאכן א דינער במשך די לעצטע פאר יאר, און די סיבה איז נישט געווען ווייל זיי האבן שוין געמאכט צופיל געלט אז זיי האבן אויפגעהערט. נאר זיי קענען זיך דאס נישט ערלויבן.
מהאי טעמא מאכט בוני עולם און רופא חולים זייער דינער נאר איין מאל אין צוויי יאר, און זיי מוטשענען זיך אויך דערמיט. ועל כן היות די סיבה איז "בעיקר" נאר ברענדינג, איז אויב קען מען טרעפן א צווייטע ביליגערע וועג פאר ברענדינג איז דאס סאך ביליגער.
א שטייגער ווי עי טיים האט היי יאר אויסגעטראפן אזא זאך ווי א סיום הש"ס אונטער איין דאך מיט'ן ציל צו מאכן געלט אן א דינער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 1:19 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
וויסעך וואס ביסט הונדערט פראצענט גערעכט אז נאר פון א דינער מאכט מען נישט גענוג געלט, אוודאי דארף מען א גאנצע יאר ארומלויפן צו קענען מאכן געלט, וויאזוי זאגט די פאנדרעיזאר ביי אונז אין מוסדות, מאכן געלט האט נישט מיט קיין שכל, עס איז LEG WORK, מען דארף נוצן די פיס און ארומלויפן נאך געלט, און נישט דוקא פאר גרויס געלט, אפילו קליין געלט אויך.
אבער פישל האט זייער גוט געזאגט אפילו די לויפסט ארום נאך געלט מוזטו אלץ ברענדן דיין מוסדות מאכן אביסל פי אר און די פי אר איז א דינער אדער עפעס כמו דאס, און די פי אר ברענגט דיר אז ווען די לויפסט ארום נאך געלט וועלן די מענטשן ענדערט געבן געלט
און איך וועל צולייגן נאך מער, א דינער ברענגט דיר אויך אז מענטשן וואס די קומסט נישט אן איבערן יאר צו זיי אפילו ווען די לויפסט ארום נאך געלט און זיי וועלן דיר געבן א נדבה ביים דינער, וואס ווען נישט די דינערוואלט די נדבה פארפאלן
און יעצט לאמיר רעדן פון מיין דינער די יאר וואס איז געווען ברוך השם מיט א שטארקע סוקסעס, סיי מיט די הוצאות און סיי מיט די הכנסות, די הוצאות איז געווען אונטער 20 טויזנט דאללער, איך רעד פון א געהעריגע דינער אין איינע פון די שענסטע זאלן אין שטאט, מיט א פול מעניו געסערווד, א פול האוז ב"ה. און די הכנסות איז געווען ערגעץ צווישן 110 און 120 טויזנט דאללער, און דאס איז אלעס אן די פאנדרעיזינג וואס מיר גייען א גאנץ יאר, אלעס אן א ספעציעלע גרויסן קאמפיין, און מען רעדט נישט פון קיין מוסד וואס געהערט אן צו א פארטיי, (און מען דארף פארשטיין אז עס איז דא היבש וואס קומען ןןאס גיבן נישט קיין נדבה ווייל זיי געבן שיין אינמיטן יאר)
אונזער דינער'ס פלעגט אויך יארן לאנג קאסטן פיל מער און מאכן פיל ווייניגער, אבער די לעצטע פאר יאר זענען מיר געזיצן און אויסגעארבייט וואס ברענגט א עולם, וואס ברענגט מענטשן זאלן ברענגן געלט, און מיר זענען דערגאנגען אז דאס וואס די עולם מיינט אז עס ברענגט געלט און מען ספענד אסאך געלט דערפאר איז שטותים, איך וועל עם געבן איין משל, אונזער דינערקס איז שוין די לעצטע שטיק צייט נישט אדווערטייזד אין קיין איין צייטונג, נאר אין די דבר יום און לוח המודעות וכדו', עס קאסט פיל פיל ווייניגער. נישטא קיין פלאקאטן אין די גאסן וואס קאסט טויזענטער דאלארן, נישטא יעדע יאר נייע שיינע בעק סיינס וואס קאסט א באנטש געלט, נישטא יעדע יאר נייע גראפיק'ס וואס קאסט א באנטש געלט מען שםילט זיך אייביג אביסל ארום מיט די פאריעריגע, און אזוי נאך אסאך זאכן.
איין זאך וואס מען טוט יא, מען פרובירט אז יעדע מענטש וואס מען טראכט נאר אז ער קען קומען זאל באקומען זייער א פערעזענליכע קאל וואס דאס נישט גארנישט נאר כח און געדולד, אין די טאג פון די דינער שיקט מען א רימיינדער אויף וואיס און אויף טעקסט וואס קאסט פעני'ס